א טרער ביי ר' שמעון: בשעת הדחק!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8010
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
א טרער ביי ר' שמעון: בשעת הדחק!
שטייענדיג ביים שלושים פון די 45 קדושי מירון, האב איך געשריבן אפאר קורצע שורות, געבויעט אויפן הערליכן ניגון "רבי שמעון'ס קלאמקע", פונעם נייע סידי 'לעבעדיגע ספר תורה' פון ר' מיכאל שניטצלער, קאמפאוזט דורך ר' חזקי' ווייס.
- - -
א הילולא ביי רבי שמעון
טויזנטע אידן געקומען
פונעם הייליגן קוואל, פונעם אור רשב"י, געניסן
אויספויעלן ביי רבי שמעון
די וואלקענעס טוהען מיטברומען
תתקבל צלותהון ובעותהון
א הדלקה ביי רבי שמעון
טויזנטע זיך צאמגענומען
'אני מאמין', דאס הארץ מען טוהט אויסגיסן
דאס בארג פון רבי שמעון
די שטיינער, די ביימער, די בלומען
מיטן פייער, זינגען מיט א תנועה א זיסן:
כדאי רבי שמעון לסמוך עליו, לסמוך עליו אוי בשעת הדחק...
כדאי רבי שמעון לסמוך עליו, לסמוך עליו אוי בשעת הדחק...
בערג פון אידישע טרערן
עס וויינען די פייגלעך די שטערן
מחולינו לאבל איז איבערגעדרייט
ווען צענדליגע אידן בקרן זוית
וואקלען זיך ארום בין חיים למות
דערשטיקט, צודריקט, מ'ליגט, דארט אויסגעשפרייט
בערג פון אידישע טרערן
די געשרייען די וואלקענעס דערהערן
די גאנצע פמליא קלאגט מיט שטילערהייט
מ'שלאגט'צעך דעם לעצטן אטעם כאפן
דעם עולם השפל נאך אנצוטאפן
ווען צעדליגע קדושים פליהען ארויף מיט פרייד
כדאי רבי שמעון לסמוך עליו, לסמוך עליו אוי בשעת הדחק...
כדאי רבי שמעון לסמוך עליו, לסמוך עליו אוי בשעת הדחק...
ער שטייט דארט, רבי שמעון
און ווארט שוין מוכן ומזומן
מיט די הייליגע תנאים טוהט ער זיי באגריסן
מיט א שמייכל זאגט רבי שמעון
און אלע מלאכים צושטומען
קומט'ס מיט מיר מיטן שכינה הקדושה געניסן
ביים היכל פון רבי שמעון
מיט צדיקים ארומגענומען
מיט די אידרא קדישא זיי טוהען ארומשמועסן
זיי טאנצן מיט רבי שמעון
אינעם ים הזוהר זיי שווימען
זיי שמייכלען צום וועלט: איי, ווען עט'ס זאלט'ס נאר וויסן....
כדאי רבי שמעון לסמוך עליו, לסמוך עליו אוי בשעת הדחק...
כדאי רבי שמעון לסמוך עליו, לסמוך עליו אוי בשעת הדחק...
בערג פון אידישע טרערן
די וועלט טוהט שאקירט ווערן
צושוידערט, צודריקט, ווי אבלים מ'שפאצירט
מירון מירון והעיר נבוכה
והנה והנה הר בוכה
אין מיין שענסטן טאג, דאס ערגסטן האט פאסירט
בערג פון אידישע טרערן
כלל ישראל ווי איין משפחה ווערן
מ'וויינט מ'קלאגט מיט די משפחות מיט זיי
הייליגער רבי שמעון אונזער ווייטאג די ווייסט
האסט דאך מיטגעהאלטן, אוי שיק אונז א טרייסט
בזכות אדונינו בר יוחאי
ווייל כדאי רבי שמעון לסמוך עליו, לסמוך עליו אוי בשעת הדחק...
כדאי רבי שמעון לסמוך עליו, לסמוך עליו אוי יוי בשעת הדחק...

לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום זונטאג מאי 30, 2021 8:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17019
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: לכבוד די שלושים: אוי יוי בשעת הדחק!
מ'האלט שוין ביי די שלושים,
נאך טיף אונטערן רושם,
ווען כלל ישראל האט געטרויערט צוזאמען
קומט נאר מיט שמחה
און ווי א מומחה
לייגט ער אראפ הערליכע גראמען
- שמייכל תמיד
- שר חמש מאות
- תגובות: 908
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm
- א שרייבערל
- שר חמש מאות
- תגובות: 994
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
- לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר
Re: לכבוד די שלושים: אוי יוי בשעת הדחק!
נאר מיט שמחה איבעראשט אונז יעדעס מאל עקסטער, ס'איז א מעסטערפיעס
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
- בעסער אזוי
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4617
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
- לאקאציע: אין מיין באקס
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8010
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: א טרער ביי ר' שמעון: בשעת הדחק!
ייש"כ פאר די (איינציגע..) באדאנקערס!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
Re: א טרער ביי ר' שמעון: בשעת הדחק!
הערשט יעצט באמערקט דעם אשכול
דא ליגט טאלאנט
זייער רירענד!
דא ליגט טאלאנט
זייער רירענד!
- שר התורה
- שר חמש מאות
- תגובות: 567
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
- לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,
Re: א טרער ביי ר' שמעון: בשעת הדחק!
נאר מיט שמחה האט געשריבן:ייש"כ פאר די (איינציגע..) באדאנקערס!!
כלל נישט באמערקט,
הערליך שיין! אסאך טאלאנט!
ייש''כ
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
Re: א טרער ביי ר' שמעון: בשעת הדחק!
כל הכבוד יפה מאוד
Potatoes are used in every kitchen and no one is allergic to it
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: א טרער ביי ר' שמעון: בשעת הדחק!
הערליך און קונצליך!
שכח. איך האב הנאה געהאט עס צו ליינען.
שכח. איך האב הנאה געהאט עס צו ליינען.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
- בלוט בלבול
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4563
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
- לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן
Re: א טרער ביי ר' שמעון: בשעת הדחק!
הערליך.
יעצט געליינט, שכח
יעצט געליינט, שכח
Re: א טרער ביי ר' שמעון: בשעת הדחק!
הערליך שיין און עמאציאנאל.
איך האלט אז די סיבה פארוואס דער עולם איז נישט געלאפן הייס דערצו, איז ווייל אלעס איז עפטער אלל זייער טרויעריג, און רוב מענטשן האבן נישט קיין כח צו טרויער, מענטשן ווילן מנוחה און פרייליכע רואיגקייט.
אבער ס'איז א מעסטערפיעס!

אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
- מתמודד
- שר האלף
- תגובות: 1655
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
- לאקאציע: בין כל הרעשים
Re: א טרער ביי ר' שמעון: בשעת הדחק!
ווארענונג: נישט ליינען מיט א קאווע אין די האנט אויב זענט איר האקל צו געזאלצענע קאווע.
בשם א אפגעבריהטער.
בשם א אפגעבריהטער.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.