א נאכנישט פארלוירענער קאמף

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פולווער
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 06, 2021 11:53 pm

א נאכנישט פארלוירענער קאמף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פולווער »

בס״ד


א נאכנישט פארלוירענער קאמף


ס׳נישט ווייל כ׳אב נישט געוואלט, נאר נישט געטאן,
ווי פארשלאסן אין א קולט, גארנישט גייט מיר אן,
פרובירט צו מאכן א רעוואלט, אבער צעביסליך זיך פארביסן די צאן,
דער שלעכטער אזוי געשולט, דרייט מיט מיר כפרות ווי א האן,
פארלוירן דאס געדולד, מיט׳ן קריג אזויפיל שעה׳ן,

ס׳איז נישט ווייל כ׳אב נישט געקענט, נאר ווייל כ׳אב נישט געוואוסט,
מיט פארלייגטע הענט, נישט געכאפט אז דער שלעכטער דו ביזט,
ווען פארציילן קענען ווען די ווענט, נישט געכאפט אז פיילן ער שיסט,
מיינע יארן מיר פארברענט, ווען איך ווייס גארנישט וואס דו טוסט,
געזיצן ביי דיר ווי אויף רענט, ניטאמאל געווען פאר׳מיאוס׳ט,

בראתי יצר, וואו טראג איך אים וואו אהין,
ארויס פון דא - מן המיצר, וויאזוי טו איך אים אפטון,
זעט נישט אויס ווי ער פארמאגט א קץ-ער, א שלעכטער מין,
אזא שוידערליכער אויפרייצער, לאמיר פרובירן תורה תבלין,
איך לעכץ נאך א בעל עצה׳ר, ארויסצוגיין זכאי ביים דין,

אבער איך ווייס און טו גלייבן, אז פארעכטן איז נאך מעגליך,
פון פריש דעם בוך שרייבן, זיך ארויסזען פון דעם מצב אומדערטרעגליך,
דעם זויבערן וועג אנהייבן, דורכמאכן די שטעגלעך,
צעביסליך זיך צוזאמקלייבן, מאכן אויס שארף זיינע זעגלעך,
זיך אויסשארפן און אויסרייבן, ווייל א נייע נשמה טעגליך.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א נאכנישט פארלוירענער קאמף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הערליך!!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: א נאכנישט פארלוירענער קאמף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אוי דער אלטער דערקוטשעט....

זייער שיין געשריבן
ריכטיג און וויכטיג
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: א נאכנישט פארלוירענער קאמף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

שיין שיין.

האב איך אמאל געהערט א בחור זיך אויסרעדן פאר א געוויסע מחנך, אז ער האט א גרויסע יצר הרע,
האט אים דער מחנך גענטפערט:

שטעל זיך פאר א שלעפער רופט דיר ארויף פאר א טעלער טשולענט, וויאזוי גייט עס אויסזען?
א פאום טעלער מיט א פרווה טשולענט.

יעצט אויב א עוורידזש מענטש רופט דיר פאר א טעלער טשולענט?
גייט עס ליגן אין א פלעסטיג טעלער מיט אביסל בהמה פלייש מיט א טרונק.

און ווען א עושר רופט דיר פאר א טעלער טשולענט?
א בהמה טשולענט מיט פעסטראמי מיט א קאוק מיט ביר מיט יאפטשיק און דריי סארט קוגלען.

יעצט אביסל ווייטער שטעל דיר פאר דער אייבערשטער געבט דיר א טעלער טשולענט?
א חתונה זאל מיט עסן!

סאו וויפיל מיר קענען זיך פארשטעלן די ברייטסטע און די שענסטע געט דער אייבערשטער אלף פעמים!
און דעי באשעפער האט באשאפן א יצר הרע, א יצר הרע וואס קיינער קען קען נישט צושטעלן! א יצר הרע אזאנס און אזעלכס! א יצר הרע וואס א מענטשליכע כוח קען במציאות נישט בייקומען!
און ווייל דו קענסט עס נישט בייקומען קומסטו מיר בעטן עצות און סגולות, אבער אזוי ווי מיר האבן גערעדט אז וויפול איך זאל דיר קענען העלפן מיט א עצה קען דער אייבערשטער פי כמה אלף פעמים בלי גבול און ער זאגט דיר קלאר: בראתי תורה תבלין! ווי גוט איך קען באשאפן א יצר הרע האב איך צוגעשטעלט סאך א בעסערע וואפן קעגן אים! אזאנס ווי נאר איך קען!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: א נאכנישט פארלוירענער קאמף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זייער געפיליש. שכח @פולווער פאר ערוועקן די געפילן
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: א נאכנישט פארלוירענער קאמף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

זייער שטארק
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: א נאכנישט פארלוירענער קאמף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

הערליך!
גענוג טעכניש און קלאר צו פארשטיין פונקטליך די נקודה,
און גענוג אבסטראקט אויפצופלאקערן די געפילן און אריינטראגן און עולם הדמיון וואו דער גוף איז נישט אזוי שטארק צו פייטן!

ממש פערפעקט.

און א עקסטערע לייק פאר די גראמען, פרישע חידושים!

נעווער סטאפ!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
פולווער
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 06, 2021 11:53 pm

Re: א נאכנישט פארלוירענער קאמף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פולווער »

יישר כח באמת פאר אלע מגיבים,

ס׳רינט מיר א טרער - גיי ווייס פארוואס
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: א נאכנישט פארלוירענער קאמף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

פולווער האט געשריבן:יישר כח באמת פאר אלע מגיבים,

ס׳רינט מיר א טרער - גיי ווייס פארוואס

איך גיי פאר די ליין.

ס'רינט מיר א טרער - גיי ווייס פארוואס.

ביטע גיב מיר רשות עס צו נוצן. שקויעך.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
פולווער
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 06, 2021 11:53 pm

Re: א נאכנישט פארלוירענער קאמף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פולווער »

טינט האט געשריבן:
פולווער האט געשריבן:יישר כח באמת פאר אלע מגיבים,

ס׳רינט מיר א טרער - גיי ווייס פארוואס

איך גיי פאר די ליין.

ס'רינט מיר א טרער - גיי ווייס פארוואס.

ביטע גיב מיר רשות עס צו נוצן. שקויעך.

נוץ עס געזונטערהייט, עד מאה ועשרים שנה, מיט טרערעלעך נאר אויף שמחות...

האסט ליב דעם ליין - גיי ווייס פארוואס.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: א נאכנישט פארלוירענער קאמף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

ריזיג! ריזיג! ריזיג!

מיר דארפן נאך פולווער!!!!!
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”