מירון, אוי, מירון - תשפ"א

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טאלאנטי
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 06, 2017 12:37 am

מירון, אוי, מירון - תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטי »

[ניגון: עננו – ר' פינקי וועבער]

מירון, מירון, די פלאץ וואו אלע קומען
מירון, מירון, דאס הארץ ווערט אינגאנצן צונומען
טויזענטע תפילות ווערן דארטן אנגענומען
אין מירון ביים תנא ר' שמעון


פון א ליכטיגע געגענט
צו פארוואלקענט פארעגענט - אין מירון ביי ר' שמעון
פון התרגשות גערירט
צו הערצער שאקירט - אין מירון ביי ר' שמעון
פון א הייליג הילולא
צו אבלות חלילה - אין מירון ביי ר' שמעון, ביים תנא ר' שמעון
פון שמן ששון
צו א שרעקליכע אסון - אין מירון ביי ר' שמעון
פון געהויבענע מעמדים
צו פחד פחדים - אין מירון ביי ר' שמעון
פון ואמרתם כה לחי
צו כל לבב דוי - אין מירון ביי ר' שמעון, ביים תנא ר' שמעון
פון זמירות געמיטלעך
צו תהלים קאפיטלעך - אין מירון ביי ר' שמעון
פון תופים ומחולות
צו יאמערליכע קולות - אין מירון ביי ר' שמעון
פון לעבעדיגע געזאנגען
צו סירענעס קלאנגען - אין מירון ביי ר' שמעון, ביים תנא ר' שמעון
פון א קול צהלה
צו געשרייען פון הצלה - אין מירון ביי ר' שמעון
פון זיך הייבן און טאנצן
צו פאלן אינגאנצן - אין מירון ביי ר' שמעון
פון שטיין צונויף
צו א טומעל א געלויף - אין מירון ביי ר' שמעון, ביים תנא ר' שמעון
פון א גרויס געדרענג
צו א מצב גאר ענג - אין מירון ביי ר' שמעון
פון בלויזע חששות
צו פיקוח נפשות - אין מירון ביי ר' שמעון
פון שווארץ פונעם מאסן
צו א ליילעך א ווייסן - אין מירון ביי ר' שמעון, ביים תנא ר' שמעון

אוי, מירון, מירון, די פלאץ וואו אלע, זענען געקומען
אוי, מירון, מירון, דאס הארץ ווערט אינגאנצן צונומען
אזויפיל נשמות, האט מען דארטן צוגענומען
אין מירון ביים תנא ר' שמעון


פון א פרייליך משפחה
צו עמק הבכה - אין מירון ביי ר' שמעון
פון דא זיך געזעגענט
און דארט זיך באגעגענט - מיט'ן תנא ר' שמעון
פון ר"ה פארשריבן
וועם צו זיך אויסגעקליבן - אין מירון האט ר' שמעון, דער תנא ר' שמעון
פון ביטערע רחמנות
צו הייליגע קרבנות - אין מירון ביי ר' שמעון
פון א מיתה משונה
צו נהנה מזיו השכינה - מיט'ן תנא ר' שמעון
פון א גוף אין ליידן
צו א נשמה אין גן עדן - מיט'ן תנא ר' שמעון, ר' שמעון, דער תנא ר' שמעון

אוי, מירון, מירון, די פלאץ וואו אלע, זענען געקומען
אוי, מירון, מירון, דאס הארץ ווערט אינגאנצן צונומען
אזויפיל נשמות, האט מען דארטן צוגענומען
אין מירון ביים תנא ר' שמעון


פון פארמאכטע גדרים
צו אפענע שערים - אין מירון ביי ר' שמעון
פון א בלבול המוחין
צו א נשמה לויטער אויסהויכן - אין מירון ביי ר' שמעון
פון קריטישע החלטות
צו אפענע השגחה פרטית - אין מירון ביי ר' שמעון, ביים תנא ר' שמעון
פון התקן עצמך בפרוזדור
צו וואו גוט אזוי-איז-דיר - מיט'ן תנא ר' שמעון
פון קרעכצן: יוש-ער, יוש-ער
צו מליצי יושר - מיט'ן תנא ר' שמעון
פון שבר ושוד
צו הוד שבהוד - אין מירון ביי ר' שמעון, ביים תנא ר' שמעון
פון א טראגעדיע נורא
צו יראת הבורא - דורכן תנא ר' שמעון
פון ווייטאג פון קלעם
צו שובו אל השם - בזכות דער תנא ר' שמעון
ס'איז א נסיון א שוידער
אבער מיין קינד איך געטרוי-דיר - זאגט דער תנא ר' שמעון, דער תנא ר' שמעון
די שווערע מינוטן
זענען זיכער צום גוטן - וואס האט פאסירט ביי ר' שמעון
ראה והביטה
מיט אמונה פשוטה - ווייטער פועל'ן ביי ר' שמעון
בשעת הדחק
חזק, חזק - בזכות התנא ר' שמעון, בזכות התנא, התנא ר' שמעון

מירון, מירון, די פלאץ וואו אלע קומען
מירון, מירון, דאס הארץ ווערט אינגאנצן צונומען
טויזענטע תפילות ווערן דארטן אנגענומען
אין מירון ביים תנא ר' שמעון
לעצט פארראכטן דורך טאלאנטי אום מיטוואך מאי 05, 2021 10:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: מירון, אוי, מירון - תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

דאס מיינט שיין
דאס מיינט הארציג
און דאס מיינט טאלאנט (י)....
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: מירון, אוי, מירון - תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

הערליך איז נישט דאס ווארט!

איין שטיק טאלאנט!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: מירון, אוי, מירון - תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

דאס מיינט שיין
דאס מיינט הארציג
און דאס מיינט טאלאנט (י)....


(עלער כ’האב דיר נישט געוואלט סתם צוטירן)
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: מירון, אוי, מירון - תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

הארץ מיט טאלאנט אויסעגמישט!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מירון, אוי, מירון - תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

טאלאנטי!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24578
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: מירון, אוי, מירון - תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מלא רגש וטעם

געוואלדיג ייש"כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: מירון, אוי, מירון - תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

געוואלדיג! ;l;p-
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
טאלאנטי
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 06, 2017 12:37 am

Re: מירון, אוי, מירון - תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטי »

צוגעלייגט די שורות:
פון פארמאכטע גדרים
צו אפענע שערים - אין מירון ביי ר' שמעון
פון א בלבול המוחין
צו א נשמה לויטער אויסהויכן - אין מירון ביי ר' שמעון
פון קריטישע החלטות
צו אפענע השגחה פרטית - אין מירון ביי ר' שמעון, ביים תנא ר' שמעון
פון התקן עצמך בפרוזדור
צו וואו גוט אזוי-איז-דיר - מיט'ן תנא ר' שמעון
פון קרעכצן יוש-ער, יוש-ער
צו מליצי יושר - מיט'ן תנא ר' שמעון
פון שבר ושוד
צו הוד שבהוד - אין מירון ביי ר' שמעון, ביים תנא ר' שמעון
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: מירון, אוי, מירון - תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

זייער שיין.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מירון, אוי, מירון - תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

שיין און הארציג.
גוטע שורות מיט טיפע געדאנקען.
שכח!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”