וואס קענען מיר זיך לערנען פונעם אסון מירון? נחפשה דרכינו!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

וואס קענען מיר זיך לערנען פונעם אסון מירון? נחפשה דרכינו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

בס״ד

צווישן הויפענעס און בערג ער קריכט
מענטשן איינער אויפן צווייטן
וואס בכלל אויף דער ערד ער זוכט
ווער לעבט נאך דא ער קען נישט אנדייטן

פון אויבן דער גערודער די טענץ אין פריידן
די געדרענג איז שווער מען קען זיך נישט רירן
אונטער די געשטופעניש איז שטיל און באשיידן
העכער ווי יום הקדוש עס טוט שפירן

טאקע צוקוועטשט אונטער א הויפן שיך
מען טרעט און דרוקט אויף אלע זייטן
ווער האט צייט צו קלערן פון זיך
האלזט דאס קינד זיין פארשטארבענעם טאטן

א בחור׳ל מורמלט מזמור לתודה שטיל
א אינגערמאן קרעכצט פסוקי יחוד
א אינגעלע מיט פארמאכטע אויגן טרינקען וויל
נעבן זיי א צוריסענער רעטונגס וועסטל פון ׳איחוד׳

עס איז רואיג און אן קיין קולות דארט
מען מאכט גלגול כאטש נישט אין קיין שלג
אבער א העכערקייט הערשט אויף יענעם ארט
יעדנס צורה ווערט געגלעט אזוי לייטזעליג

אויבן גייט פאר א בהלה א טומל
מוזיק אויסגעמישט מיט טויט געשריי
אונטן אויף דער ערד שפירט זיך ווי אין הימל
שטיל אינאיינעם די נשמות רוען זיי

רבי שמעון קלייבט זיינע מענטשן אצינד
איך וויל טאקע אט די פינף און פערציג מיט מיר
שלא טעמו טעם חטא ריין אן קיין זינד
זאלן זיי קומען אין מיין היכל הערן מיין שיעור

אבער אין הימל מען זאגט וואס וועט זיין
מיט זייערע ליבע פאמיליעס און נאנטע פריינט
רבי שמעון זאגט זיי וועלן שוין אליין פארשטיין
פארוואס איך נעם זיי אלע דוקא היינט

זיי זאלן זיך פארנעמען בעסער צו ווערן
וועלן זיי אויך שוין זוכה זיין
צו קענען קומען צו מיר מיין שיעור אויסהערן
אבער מתוך שמחה און נישט דורך געוויין

אוי מ״ה היה לנו פארוואס זענען מיר שיכור
צו כאפן מיר נישט דעם פליק
גאט רייסט פון אונז שווערע שטיקער
קינדער מיינע קערט זיך שוין צוריק

ווער וויל בכלל טייטשן פארוואס און פארווען
גזירה היא מלפני דאס וועט פאסירן
דער באשעפער נאר ער מסביר זיין קען
אויפדערווייל דארפן מיר זוכן זיך בעסער אויפצופירן

נישט די פאליציי און נישט דער מחסום
נישט די הדלקה נישט די מענטשן צאל
נאר תהום קורא אל תהום
לאמיר צוריקברענגען דעם ריינעם אמאל

אז גאט האט פון אונז אוועקגענומען יעדן סארט
ענטפער אדער חשבון דאס צו ערקלערן
צוליב וואס פרובירן מענטשן פארט
צו פרובירן זאכן זאלן קלאר ווערן

רבי שמעון האט זיינע מענטשן געוועלט
דער באשעפער שאקלט אונז אויף
פארוואס דעם שולדיגן מען זוכט און שעלט
ליבערשט הייבט די אויגן אויף ארויף

טאטע גאט גרויספארכטיגער קרוין
נעם אן אונזער תשובה תפילה וצדקה
באפריי אונז פון די ליידן שוין
נעם אונז צאם צו איין באחדות׳דיגע הדלקה

די וואונדן דו וועסט אונז פארהיילן
דיינע מעשים זענען געווען עושה רושם
און אין יענע צייט וועלן מיר הערן דאס דערציילן
פון די מיילער פון די פינף און פערציג קדושים

לע״נ הב׳ מנחם יוסף עמרם ע״ה בלהבל״ח ר׳ צבי הי״ו טויבער
לעצט פארראכטן דורך טישטוך אום דינסטאג מאי 04, 2021 9:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: וואס קענען מיר זיך לערנען פונעם אסון מירון? נחפשה דרכינו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

יויש מיר צונומען אויף שטיקער, מורא'דיג, אבנארמאלע טאלאנט.
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
מיכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: וואס קענען מיר זיך לערנען פונעם אסון מירון? נחפשה דרכינו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

הפלא ופלא
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: וואס קענען מיר זיך לערנען פונעם אסון מירון? נחפשה דרכינו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

הימלדיג, שטארק!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: וואס קענען מיר זיך לערנען פונעם אסון מירון? נחפשה דרכינו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

הערליך. שטארק. טאלאנטפול.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: וואס קענען מיר זיך לערנען פונעם אסון מירון? נחפשה דרכינו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

געוואלדיג!!!
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: וואס קענען מיר זיך לערנען פונעם אסון מירון? נחפשה דרכינו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

רירנד מאסיוו געוואלדיג

ממש כמים קרים על נפש עייפה
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: וואס קענען מיר זיך לערנען פונעם אסון מירון? נחפשה דרכינו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מורא'דיג! הארציג, טאלאנטפול און הייליג!

שכח טישטוך.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: וואס קענען מיר זיך לערנען פונעם אסון מירון? נחפשה דרכינו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

זייער שיין!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וואס קענען מיר זיך לערנען פונעם אסון מירון? נחפשה דרכינו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מורא'דיג!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: וואס קענען מיר זיך לערנען פונעם אסון מירון? נחפשה דרכינו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אוי מ"ה הי' לנו!!! ס'שניידט שטיקער
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: וואס קענען מיר זיך לערנען פונעם אסון מירון? נחפשה דרכינו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Wow
זאל מען שוין קענען ארויסברענגען טאלאנטן אין פריידן
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
ששון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2008 3:55 pm

Re: וואס קענען מיר זיך לערנען פונעם אסון מירון? נחפשה דרכינו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ששון »

wow wow
יפה דברת. ועתה,
אין ועתה אלא לשון תשובה.

ווייל אם תלכו עמי בקרי,
לפי הרמב"ם, זהו מעשה אכזרי
שמיעה ראיה
פון מידיא
אבי נייעס
איז גרויס אחריות
הערט מען דערנאך מ'זעט פארעטנשעס פאלט
רח"ל עד כדי מיתה ה"י צעבאלט
דערביטערט דערשיטערט
מען ציטערט

שוין נאכן מירון
עס קאן??
יא. רחמנא לצלן צעטרייסלט פון באר שבע עד דן
וועלט אפגעשטעלט
דעמאלץ, אין טאג 33'סטן ביז 45 געהרגעטן
דערנאך אין ריי
ביי פארענטשעס נאך צוויי. ה' אלוקי
מבהילות שמיעות
כמעט אין שבועות
אוי וויי וייי ויי
מה הי' לנו
נחפשה
דרכינו
ונחקורה
ונשובה
אליך ה' השיבינו
כי אתה אבינו
קרע רוע גזר דינינו
אבינו מלכינו
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”