רעלאטיוו און אבסאלוט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
רעלאטיוו און אבסאלוט
עס קען זיין טונקל אדער ליכטיג
געוואנדן אינעם מענטש וואס קוקט
עס קען זיין זינלאז אדער וויכטיג
יעדער לויט וואס אים דרוקט
עס קען זיין נארמאל אדער צודרייט
געוואנדן אינעם קולטערעלע ארט
עס קען זיין שמאל אדער ברייט
יעדע חפץ לויט זיין סארט
עס קען זיין הייס אדער קאלט
געוואנדן אינעם בריה'ס טעמפעראטור
עס קען זיין ניי אדער אלט
ביי יעדעם איז עפעס אנדערש וואר
עס קען זיין נידעריג אדער הויעך
קיין איינס האט נישט מער האפט
עס קען זיין שוואך אדער פיל מיט כח
יעדער לויט זיין דעפיניציע פון 'קראפט'
עס קען זיין מיאוס אדער שיין
נישטא קיין הכרעה א הארטן
עס קען זיין שמוציג אדער ריין
יעדער לויט זיינע סטאנדארטן
עס קען זיין פארשלאפן אדער לעבעדיג
דער שטח איז זייער ברייט
עס קען זיין פשוט אדער מורא'דיג
יעדער לויט וויאזוי ער האט זיך געגרייט
---
איין זאך וואס איז אבסאלוט
גענצליך אומאפהענגיג
עס טוישט זיך נישט לויטן מוט
און איז אלעמאל שטאנדהאפטיג
גאט ברוך הוא, און זיינע געבאטן
עקזיסטירנד מער ווי סיי וואס
אפגעזעהן פון וועלכע טייג געקנאטן
נישטא נאך אן אמת ווי דאס
מיר קענען נישט פארשטיין
עס איז נישט לויט אונזער פערספעקטיוו
עס איז ער און נאר איין
דאס איז אלעמאל אפעקטיוו
---
גוט און שלעכט איז רעלאטיוו
צו אונזערע אויגן
מיר זענען אבער זייער נאאיוו
ווי א קינד אומערצויגן
אינעם אויבערשטנ'ס טערמינען
איז עס גוט הונדערט פראצענט
מיר קענען נישט אנדערש פארדינען
בעסער זיין עס וואלט נישט געקענט.
געוואנדן אינעם מענטש וואס קוקט
עס קען זיין זינלאז אדער וויכטיג
יעדער לויט וואס אים דרוקט
עס קען זיין נארמאל אדער צודרייט
געוואנדן אינעם קולטערעלע ארט
עס קען זיין שמאל אדער ברייט
יעדע חפץ לויט זיין סארט
עס קען זיין הייס אדער קאלט
געוואנדן אינעם בריה'ס טעמפעראטור
עס קען זיין ניי אדער אלט
ביי יעדעם איז עפעס אנדערש וואר
עס קען זיין נידעריג אדער הויעך
קיין איינס האט נישט מער האפט
עס קען זיין שוואך אדער פיל מיט כח
יעדער לויט זיין דעפיניציע פון 'קראפט'
עס קען זיין מיאוס אדער שיין
נישטא קיין הכרעה א הארטן
עס קען זיין שמוציג אדער ריין
יעדער לויט זיינע סטאנדארטן
עס קען זיין פארשלאפן אדער לעבעדיג
דער שטח איז זייער ברייט
עס קען זיין פשוט אדער מורא'דיג
יעדער לויט וויאזוי ער האט זיך געגרייט
---
איין זאך וואס איז אבסאלוט
גענצליך אומאפהענגיג
עס טוישט זיך נישט לויטן מוט
און איז אלעמאל שטאנדהאפטיג
גאט ברוך הוא, און זיינע געבאטן
עקזיסטירנד מער ווי סיי וואס
אפגעזעהן פון וועלכע טייג געקנאטן
נישטא נאך אן אמת ווי דאס
מיר קענען נישט פארשטיין
עס איז נישט לויט אונזער פערספעקטיוו
עס איז ער און נאר איין
דאס איז אלעמאל אפעקטיוו
---
גוט און שלעכט איז רעלאטיוו
צו אונזערע אויגן
מיר זענען אבער זייער נאאיוו
ווי א קינד אומערצויגן
אינעם אויבערשטנ'ס טערמינען
איז עס גוט הונדערט פראצענט
מיר קענען נישט אנדערש פארדינען
בעסער זיין עס וואלט נישט געקענט.
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: רעלאטיוו און אבסאלוט
שטארק!!!
נפלא ביותר!
נפלא ביותר!
- נשמת השכל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4649
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
- לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...
Re: רעלאטיוו און אבסאלוט
זייער שטארק און שיין!
תוכן'דיג און השגה'דיג!
תוכן'דיג און השגה'דיג!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17148
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: רעלאטיוו און אבסאלוט
שטארק. דארף מען חזר'ן "אינעם באשעפערס טערמינען איז עס 100% גוט" און "בעסער וואלט נישט געקענט זיין".
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Re: רעלאטיוו און אבסאלוט
זייער זייער זייער שיין.
שטארק,
ס'איז א שיינע פעטערען, און יעדעס מאל ניי, און שיין,
ישר כח!
שטארק,
ס'איז א שיינע פעטערען, און יעדעס מאל ניי, און שיין,
ישר כח!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
Re: רעלאטיוו און אבסאלוט
מורא'דיג שטארק!!
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
Re: רעלאטיוו און אבסאלוט
א דאנק פאר אלע קאמענטירער!
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
Re: רעלאטיוו און אבסאלוט
ממש הערליך!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- Bissli
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5050
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
- לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי
Re: רעלאטיוו און אבסאלוט
אין איין ווארט: wow
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8012
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: רעלאטיוו און אבסאלוט
יעצט געליינט די ערשטע מאל..
wow!!! מאסיוו!
מלא תוכן, און הערליך און זאפטיג אראפגעלייגט!
wow!!! מאסיוו!
מלא תוכן, און הערליך און זאפטיג אראפגעלייגט!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
Re: רעלאטיוו און אבסאלוט
נאר מיט שמחה האט געשריבן:יעצט געליינט די ערשטע מאל..
wow!!! מאסיוו!
מלא תוכן, און הערליך און זאפטיג אראפגעלייגט!
אט אזוי... יישר כח!
שוין געלוינט די געפלאנטע פארמעסט...
--
און לאמיר שוין אויך באדאנקן די קאנאנען דא וואס האבן זיך באמיעט צו לאזן דא פינגער אפדרוקן.
@ענדע צדיק, פון די גרעסטע פאעזיע ביישטייערער. און @נישט, וואס איך האב מיר נאכנישט אנגעטראפן מיט זיין פאעזיע, אבער געליינט מיט דורשט זיין "ווייטקייט פון פיזיקס צום אמת" אשכול. און @ביסלי. ס'איז מיר א כבוד צו ווערן באגריסט פון אייך.
- מתמודד
- שר האלף
- תגובות: 1656
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
- לאקאציע: בין כל הרעשים
Re: רעלאטיוו און אבסאלוט
דאסידאך געוואלדיג....
@ממוצע איז ריזיג סיי רעלאטיוו און סיי אבסאלוט....
@ממוצע איז ריזיג סיי רעלאטיוו און סיי אבסאלוט....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
Re: רעלאטיוו און אבסאלוט
מתמודד האט געשריבן:דאסידאך געוואלדיג....
@ממוצע איז ריזיג סיי רעלאטיוו און סיי אבסאלוט....
יישר כח!
כ'האב מורא אז דו דארפסט איבערליינען... זיכער נאר רעלאטיוו... און נישט צו דיר...
Re: רעלאטיוו און אבסאלוט
דריי מאל געליינט, און יעדעס מאל נאך עפעס פריש פארשטאנען. איר האט א געוואלדיגע ווערטער אויסוואל, איך קען זיך אסאך אפלערנען. אזוי הערליך געפלאכטן די זאצן ארויס צו ברענגן דער תוכן. עס קלאפט גראד צום פינטל.
דיזע זאצן האט מיר געגעבן דאס מערסטע הנאה
דיזע זאצן האט מיר געגעבן דאס מערסטע הנאה
ממוצע האט געשריבן:עס קען זיין טונקל אדער ליכטיג
געוואנדן אינעם מענטש וואס קוקט
עס קען זיין זינלאז אדער וויכטיג
יעדער לויט וואס אים דרוקט
עס קען זיין נארמאל אדער צודרייט
געוואנדן אינעם קולטערעלע ארט
עס קען זיין שמאל אדער ברייט
יעדע חפץ לויט זיין סארט
עס קען זיין הייס אדער קאלט
געוואנדן אינעם בריה'ס טעמפעראטור
עס קען זיין ניי אדער אלט
ביי יעדעם איז עפעס אנדערש וואר
עס קען זיין נידעריג אדער הויעך
קיין איינס האט נישט מער האפט
עס קען זיין שוואך אדער פיל מיט כח
יעדער לויט זיין דעפיניציע פון 'קראפט'
עס קען זיין מיאוס אדער שיין
נישטא קיין הכרעה א הארטן
עס קען זיין שמוציג אדער ריין
יעדער לויט זיינע סטאנדארטן
עס קען זיין פארשלאפן אדער לעבעדיג
דער שטח איז זייער ברייט
עס קען זיין פשוט אדער מורא'דיג
יעדער לויט וויאזוי ער האט זיך געגרייט
---
איין זאך וואס איז אבסאלוט
גענצליך אומאפהענגיג
עס טוישט זיך נישט לויטן מוט
און איז אלעמאל שטאנדהאפטיג
גאט ברוך הוא, און זיינע געבאטן
עקזיסטירנד מער ווי סיי וואס
אפגעזעהן פון וועלכע טייג געקנאטן
נישטא נאך אן אמת ווי דאס
מיר קענען נישט פארשטיין
עס איז נישט לויט אונזער פערספעקטיוו
עס איז ער און נאר איין
דאס איז אלעמאל אפעקטיוו
---
גוט און שלעכט איז רעלאטיוו
צו אונזערע אויגן
מיר זענען אבער זייער נאאיוו
ווי א קינד אומערצויגן
אינעם אויבערשטנ'ס טערמינען
איז עס גוט הונדערט פראצענט
מיר קענען נישט אנדערש פארדינען
בעסער זיין עס וואלט נישט געקענט.
Re: רעלאטיוו און אבסאלוט
ש'כח @היכי תמצא! אזא דעטאלירטע פידבעק איז ספעציעל באגריסנד.
Re: רעלאטיוו און אבסאלוט
הערליך און רייך
סיי די קאנסעפט און תוכן און סיי די ווערטער אויסוואהל
סיי די קאנסעפט און תוכן און סיי די ווערטער אויסוואהל
Re: רעלאטיוו און אבסאלוט
סטראקעס האט געשריבן:הערליך און רייך
סיי די קאנסעפט און תוכן און סיי די ווערטער אויסוואהל
פשיהא... דער מלך הפאעזיע האט באזוכט מיין ווינקל, און נאך איינגעפלאנצט אפאר רויזן. סאמעטענע וועלוועט. ס'מאכט אזא אנגענעמער אטמאספערע דא.
יישר כח!
Re: רעלאטיוו און אבסאלוט
שר התורה האט געשריבן:ממוצע, טענק יא!
אייזן שטארק! עכטע טאלאנט!
ש'כח, ש'כח!
אמאל מיינט מען אז דער טהאט איז אפגעטון. דאס איז עס. אפגעשריבן און געגאנגען ווייטער. קומט אמאל א דערמאנונג אין פארעם פון א געזונטער קאמפלימענט, און דערמאנט, אז 'והארץ לעולם עומדת'. ס'גייט פיהל ווייטער ווי מ'קלערט אליין.
- קאנטרי מאוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2154
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
- לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 632
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
- לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל
Re: רעלאטיוו און אבסאלוט
הערליך
Re: רעלאטיוו און אבסאלוט
בס"ד
WOW איז ווייניג געזאגט...
אזא תוכן, אזוי שיין, געגאסענע שפראך, אזא קאנסטראקט, אזא פאנטש-ליין פלאריש, קיין איבעריגע שימוש ווארט נאר גרויסע באקסעס מלא חידושים, פיטש-פערפעקט!
WOW איז ווייניג געזאגט...
אזא תוכן, אזוי שיין, געגאסענע שפראך, אזא קאנסטראקט, אזא פאנטש-ליין פלאריש, קיין איבעריגע שימוש ווארט נאר גרויסע באקסעס מלא חידושים, פיטש-פערפעקט!
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
Re: רעלאטיוו און אבסאלוט
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
WOW איז ווייניג געזאגט...
אזא תוכן, אזוי שיין, געגאסענע שפראך, אזא קאנסטראקט, אזא פאנטש-ליין פלאריש, קיין איבעריגע שימוש ווארט נאר גרויסע באקסעס מלא חידושים, פיטש-פערפעקט!
ולעומתו WOW יאמר... אויף אזא קאמפלימענט האב איך זיך נישט גערישט! יישר כח!
---
אינ'אמת'ן אריין איז דא איין ליין וואס קרענקט מיר ממש יעדע מאל איך ליין עס איבער... הלואי איך קען עס טוישן.
די לעצטע צוויי שורות זענען:
מיר קענען נישט אנדערש פארדינען
בעסער זיין עס וואלט נישט געקענט.
עס ניצט צוויי מאל דאס 'קענען' ווארט. און עס נעמט שטארק אוועק פונעם פאנטש. איך ווינדער מיר וויאזוי איך האב דאס פארזעהן... כ'וואלט ווען געדארפט שרייבן:
נישט שייך צו אנדערש פארדינען,
בעסער זיין עס וואלט נישט געקענט.
אין בור בלא תבן...
---
ש'כח @קאנטרי מאוד און מר קאפאלאווסקי (יענער פון די טעיפס?) פאר די באגריסונגען!