נאנט ווי ווייט!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- מיאושדיגער
- שר חמש מאות
- תגובות: 885
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
- לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...
נאנט ווי ווייט!
דיין גדלות, דיין דערהויבנקייט אן א שער וערך
דערהויבן ביזסטו, מאד לנצח
קיין השגה קיין פארשטאנד
הויך הויך ביזסטו, צו פארשטיין איך טאפ א וואנט
דיר צו פארשטיין, אוממעגליך
דער שכל באגרעניצט
לא יכול לסבול, אומדערטרעגליך
קיין מחשבה עס ניצט
איך דא, א טיפה סרוחה
באהאלטן פון דיר
דיין רצון עמוקה וארוכה
מיר פארשיקט פון דיין טיר
איך זע נישט, אויך נישט הערן
דער אור דארט ווייט
העכער ער שטייט
באגרייפן ווער באווייזט
קענטעניס
נישט אין באזיס
ואנכי הסתר, טוסטו ערקלערן
איך טראכט, איך שפיר
דיין גרויסקייט אין יעדן ריר
ווי קליין בין איך
עפר אני בגשם ורוח
קעגן דיין גרויסקייט
דיין אור אן אן עק
דיין געהויבנקייט
מיט א דעק
מכוסה א פארשטעק
ווער פארשטייט
ווי מער איך טראכט
אלס מער דערגרייכט
מיין השגה מיין פארשטאנד
ווי ווייט פון דיין שטאנד
קומט אן מיין האנט
ווי טיפער איך גיי
אלס מער איך פארשטיי
ווי נאנט ווי איינס
נשמה מיינס
מיט דיר באהאפטן
איז זי געפלאכטן
באהעפטן איך טו זיך
צו דיר פון טיפעניש
דער גשם ורוח
איז אלעס דו אן צווייפלעניש.

לעצט פארראכטן דורך מיאושדיגער אום זונטאג מאי 02, 2021 1:52 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
-
- שר מאה
- תגובות: 162
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 2:02 pm
Re: נאנט ווי ווייט!
הארציג!
דביקות!
דביקות!
- בלא בלא בלא
- שר האלף
- תגובות: 1762
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm
Re: נאנט ווי ווייט!
Wow
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
- נשמת השכל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4649
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
- לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...
Re: נאנט ווי ווייט!
ממך אליך אברח!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
- מתמודד
- שר האלף
- תגובות: 1656
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
- לאקאציע: בין כל הרעשים
Re: נאנט ווי ווייט!
תוכנפולע קונסט. רוישנדע געפילן צוגאסן אין בלויזע ווערטער.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
- מיאושדיגער
- שר חמש מאות
- תגובות: 885
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
- לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...
Re: נאנט ווי ווייט!
א דאנק אייך פאר די פידבעק.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
- Bissli
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5052
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
- לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי
Re: נאנט ווי ווייט!
הערליך, הערליך,
שרייב נאך און נאך.
---
האסט געמאכט די ווערטער קליין בכוונה?
שרייב נאך און נאך.
---
האסט געמאכט די ווערטער קליין בכוונה?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
- מיאושדיגער
- שר חמש מאות
- תגובות: 885
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
- לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...
Re: נאנט ווי ווייט!
ניין, טעות, פארראכטן.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
- Bissli
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5052
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
- לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי
Re: נאנט ווי ווייט!
Wow
ביוטעפול!
גמוזט נאכאמאל ליינען
ביוטעפול!
גמוזט נאכאמאל ליינען
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
Re: נאנט ווי ווייט!
יוסי מ'ברוקלין האט געשריבן:הארציג!
דביקות!
ריטוויט.
די גראמען אספעקט דערפון, וויאזוי די ווערטער שטימען, און די אווער אלל ריטעם פון די פאעזיע, פארשטיי איך נישט הונדערט פראצענט, אבער די נקודה און טיפע ווערטער איז מער ווי געוואלדיג.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
- מיאושדיגער
- שר חמש מאות
- תגובות: 885
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
- לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...
Re: נאנט ווי ווייט!
איך האב נישט צו שטארק געפאוקעסד אויף די גראמען און ריטעם.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
Re: נאנט ווי ווייט!
זייער שטארקע געדאנק. און הערליכע ליינס!