מיינע פילינגס

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

פילינגס האט געשריבן:פארשטיפט און א ווינקעל
עס ווערט שוין טינקעל

דארט ער טוט זיצן
שווערע מחשבות טוען בליצען

און קאפ עס טוט וועבן
צו זאל איך אויפגעבן

האב איך דען די שטארקייט
עס איז גארנישט נאר א קליינקייט

יוסף הצדיק ער במילא
געהאט די כח יענע שווערע וויילע

אבער איך, ווער בין איך דען
קוים תפילין לייגן איך קען

שוין צוויי טויזענט איין און צוואנציג
מער נישט דא דער יוסף הצדיק

ניין ניין, יא יא,
א מין מלחמה

יא איך הייס יוסף, אבער נישט פון מצרים
און מיין זכות וועט איר גיין קיין ירושלים

אוי
וּמִי יוֹדֵעַ אִם לְעֵת כָּזֹאת הִגַּעַתְּ לַמַּלְכוּת
אפשר איז דעיס וואס די גייסט יעצט אריבער
די סיבה וואס די ביסט דא


איך ווער נתפעל פון דיינע הארציגע ווערק!!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

איך האב אלס געטראכט אז ענקערע סטילן זענען אויף א געוויסן אופן, ענליך.
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

א מינוט געפערליך
א מינוט אפילו נישט שווערליך

אבער די צייטן לויפן
און איך טוה פריש אנשטויסען

איך פראביר צו כאפן
אבער עס גייט נישט די זאכן

דאס דא איז א טיפע קרעכטס
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

א בלאט גמרא
אזא גרויסער מתנה

ווי א קאלטע מקוה
נאך היצן איז א מומחה

ווי א גלעזעל סעלטצער
נאכ'ן טשולענט דער ענפער

אזא וועג א לאנגען
מען דארף זיך דערהאלטען

מיט עפעס אויבן קומען
בלעטער גמרא ארומגענומען

אפילו שווערע היצן
כאטש עפעס צו באשיצן

ווייל א בלאט גמרא
אזא גרויסער מתנה
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

פילינגס האט געשריבן:א בלאט גמרא
אזא גרויסער מתנה

ווי א קאלטע מקוה
נאך היצן איז א מומחה

ווי א גלעזעל סעלטצער
נאכ'ן טשולענט דער ענפער

אזא וועג א לאנגען
מען דארף זיך דערהאלטען

מיט עפעס אויבן קומען
בלעטער גמרא ארומגענומען

אפילו שווערע היצן
כאטש עפעס צו באשיצן

ווייל א בלאט גמרא
אזא גרויסער מתנה


;l;p- ;l;p-
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

צו די זין שיינט
אדער ס'איז פארוואלקענט היינט

שיין איך נאך אלץ
ווי איידער ווערן שמאלץ
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

פאזעטיוועטי איז נישט גענוג
נאר טאנצען פיזיקעל איך מוז

אריין צו ברענגען שמחה אין מיר
איך בין בעה"ב איך מאך אפ ווען צו עפענען די טיר
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

פילינגס האט געשריבן:פאזעטיוועטי איז נישט גענוג
נאר טאנצען פיזיקעל איך מוז

אריין צו ברענגען שמחה אין מיר
איך בין בעה"ב איך מאך אפ ווען צו עפענען די טיר


שכח!. קורץ, צום פינטל!

נאך א וועג, אפשר איך קלער
א שטיקל דערהער

קענסט זיך אין מוח אויסמשל'ן אזוי
ווי די טוסט טאנצען פיזיקעל גענוי
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

Wow strong
א היכא תמצא
פיזיקעל און מחשבה
Powerful
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

איך קוק ארום
איך גיי און איך קום
מיינע ווערטער זענען שטום

איך אליין
מיטן אייבישטען איין
ווען איך וויל מיט אים גיין

געזונט איך בין
נאר רחמים גארנישט דין
א שיינע וועטער א שיינע זין

יישר כח אליין
איז ווייניג צו פארשטיין
וואס פאר'ן אויגן טוט שטיין
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

גאר רייך אין טיפקייט, ווי אייביג קורץ און דירעקט צום זעהל.
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

היכי תמצא האט געשריבן:גאר רייך אין טיפקייט, ווי אייביג קורץ און דירעקט צום זעהל.


יישר כח

א גוט ווארט העלפט אייביג
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

ווי געשמאק און זיס
מען פארברענגט א שמועס

הערצער פארגינען
פלאץ דארט געפינען

א שמייכעל פארבארגן
צו עס צוריק באקומען מארגן

נפילות אפען
צו עליות ארויף וואקן
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פילינגס האט געשריבן:ווי געשמאק און זיס
מען פארברענגט א שמועס

הערצער פארגינען
פלאץ דארט געפינען

א שמייכעל פארבארגן
צו עס צוריק באקומען מארגן

נפילות אפען
צו עליות ארויף וואקן

אזוי פשוט און אזוי פרייליך.
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

צו מיר א פריוואטע בריוו
אבער גאר פאזעטיוו

א שווער הארץ
מאכט מיר שווארץ

שוין יארן אריבער
מ'קומט עס נישט איבער

ווען די זאלסט ווען וויסן
אז עס פרייד דיין (געוועזענע שונא'ס) געוויסן

אויב שווערע געפילן שלעפסט
איינפאלן די וועסט

אפילו יענער איז שלעכט
אלעס איך פארמעק

איך בין דיר מוחל אינגאנצן
פאזעטיוועטי און מיר פלאנצען
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

מענטשעלע מענטשעלע דו האסט דאך טאקע אין די וועלט א חלק

אבער וויסן זאלסטו אז דו דארפסט בלייבן הייליג

ס'איז דא אויף דער וועלט ניסיונות פארפארן

אבער יעדע זאך האט א דרך א קלארן

זיך און זיך ביז דו וועסט פארשטיין

יעדע זאך וואס דו טוסט איז דא א סיבה דערביי

צו דו מיינסט אז ס'איז גוט

צו ס'זעט אויס אז דיין נשמה איז פארביי

זוך און זוך זיי מברר

טיף אין הארץ זיי מהרהר

ביז די וועסט טרעפן דיר אליינס
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אוי, טיף. זייער א גוטע רייזע פון אנפאנג ביז די אויספיר, שטארק און טיף אין אפאר קורצע שורות.
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7405
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

וואוו די לעצטס איז מוראדיג
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

זוך שטארקן
נישט זיך פארקן
כדי נישט צו האנקן

א קליינע חילוק
פון א רשע און צדיק
מיט'ן בעל שם טוב'ס בליק

ביידע פאלן אנידער
די רשע גיט נישט א קימער
דער צדיק קרעכט'ס ארינטער

קומט אויס פשט
א נסיון ביידע געהאט
איינער א צדיק בלייבט

(במקום של מחשבתו של אדום שם הוא נמצא. - (בעש"ט)
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

ערב שבת
פרישע חלות

די ליפט
עס שטיפט

זוך גרייטן
שבת אויסשפרייטן

א מקוה
א תקווה

מיט נאסע פאות
א סטייל מיט א חיית

עפעס בלומען שיינע
דערפרייען די ווייב זיינע

א גליסטעניש
ביים טיש
מאכן קידוש

העכערס קומט
אפילו די וואך נישט געשטימט
געווען פארקרימט

אזא הרגשה קלאר
מיטן באשעפער א פאר
מען שניידט די נעגל די האר

די טשולענט שמעקט
מיט טומיה מען באלעקט

אההה
שלום עליכם מען זינגט
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

בס"ד

א בריוו
פון מיין הארץ צו דיר

צופראסקעט קרום
מיין מויל שטים

עפעס איך פילאך
אידענטעפייען נישט קענאך

שרייבן שיף
פון אינטען גאר טיף

אויף די וואך
זייער שוואך

אן געווער
פשוט איך הער

א בענקל מיט אויגן
נישט געשטויגן און געפלויגן

טיפע קריצן
פון איינצעלע מינוטן

נאך אלץ איך טרעט
קיינמאל שפעט

אפילו גרויסע
שוואכע סחורה

1 קליינע
טאקע ער די ריינע

שוואכע טריט
פעסטע שריט

בכלל נישט ארום
דרך המלך א שווים

שווער שטער
איי דאנט קעיר

ביחודית אליין
קיינער קען נישט אריין גיין

וועגן דעם א סוד
פון מיר מיט ה' אחד

עליונים אראפ. תחתונים ארויף.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Wow
דער ווערט בעסער און בעסער!
קיפיראפ!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

משוגע – נארמאל
וואס איז די חילוק

די חילוק
איינער האט שכל איינער האט נישט

איטס דעט סימפעל

ס'איז זייער שווער צו פארשטיין
קען זיין דער זעלבער געשטעל די זעלבע מציאות איינער א שוטה איינער א חכם

טאא פארוואס האט דער מענטש א גיאות אויף אים
טאא פארוואס פילט ער זיך מער בעסער מער געלונגען פון אים

האסטו געטוהן עפעס מער ארבעט צו זיין קליגער אז די פיעלסט אזוי
וואס האסטו געארבעט אז די ערלויבסט דיר אזוי צו פיעלן

אפשר טוט ער מער ארבעט ווי דיר, די פץ איינער


די דאאוענסט, אקעי, ער אויך
די עסט, אקעי, ער אויך
די שלאפט, אקעי ער אויך
די ארבעסט, ער אויך
די לערנסט, ער אויך

סאוי זאג מיר וואס די העל ביסטו בעסער פון אים אז די ביסט בארעכטיגט צו פיעלן מעכטיגער פון אים

נישט נאר דעיס
די האסט פרעשור, ער נישט
די האסט דאגות, ער נישט
די מוטשעסט דיך, ער נישט
און די שוטה פיעלסט דיר מעכטיגער פון אים

ווער איז די נער
רעכט
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 13, 2022 12:25 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעכט »

ערעב פילינגס, איך גלייך גאר שטארק דיינע ווערק!
און נאכמער דיין ניק...
א שיינעם דאנק
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

רעכט האט געשריבן:ערעב פילינגס, איך גלייך גאר שטארק דיינע ווערק!
און נאכמער דיין ניק...
א שיינעם דאנק



וואף טענק יו סעיר
איך לאוו צו הערן דיין פידבעק

קום אריין מאכט דיר היימיש
נעם א קאאווע

איך פיל אסאך מאל ווי איך רעד צום דופן
סוי שכוח נאכאמאל
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”