משנכנס אדר מרבין בשמחה

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פולווער
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 06, 2021 11:53 pm

משנכנס אדר מרבין בשמחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פולווער »

בס״ד

משנכנס אדר מרבין בשמחה



א גאנץ יאר א גראדער,
פלוצלינג אין א נייע מוד-ער,
ס׳קומט שוין אדר,
דער פרייליכער מאנאט

דער גאנצער הלוך ילך,
דער הארץ איז אים פרייליך,
שמייכלעך טייל-איך,
וואס איז טאקע פשט

דער מענטש מיט זיין סביבה,
זיינע ארומיגע זיינע חיבה,
זיינע פריינט זיינע ליבע,
וואס זיי טוען ער טוט

ווען דער מצב ארום,
איז פון שמחה שטום,
קיין פרייליכן ברום,
גייט ער אויך דערמיט

אבער ווען ארום פריידיג דער מצב,
פון ראש הקהל ביז׳ן קצב,
קיין שום עַצַב,
פרייליך איז ער דא

לאמיר זיך פארווישן די נאזן,
באוואסערן די גרינע גראזן,
קיין עצבות נישט בלאזן,
משנכנס אדר מרבין בשמחה
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: משנכנס אדר מרבין בשמחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

הערליך בשמחה'דיג
יישר כחכם
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
אינגערמאנטשיקל
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 2:17 pm

Re: משנכנס אדר מרבין בשמחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאנטשיקל »

פון איין טאג צום צווייטן.. והנה... ער פילווערט ארום!!!

א שטארקער פעדער מיר ווארטן אויף נאך...
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: משנכנס אדר מרבין בשמחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

זייער גוט!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: משנכנס אדר מרבין בשמחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

ביסט דאך געוואלדיג גוט!
ממש א הנאה צו ליינען.
נאר אנקליינע הערה'לע, פרוביר אפשר צו מאכן די לענג פון די שורות זאלן מער ווייניגער שטימען, הגם געמאכט נישט באמת אויס, איז עס אבער שענער פארן אויג, און ממילא גרינגער צו ליינען און פארשטיין.

אבער די זאכן זענען געוואלדיג!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”