א פארפוילטע עפל - לכבוד חמשה עשר
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 268
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm
א פארפוילטע עפל - לכבוד חמשה עשר
א פארפוילטע עפל
אנידערגעשלאגן
אראפגעלאזטע קעפל
אינגאנצען צוטראגן
אונטער די ערד
דער קערענדל באגראבן
גארנישט עס ווערט
נישט דא צום האבן
דערפון גענצליך פארגעסן
נאך א שטיק צייט
נישט דא צו עסן
פון וואס צו ווערן זאט
גייט ארויס אין פעלד
ארום ער כאפט א בליק
פלוצלינג אנדעקט א וועלט
א שיין בוים פיל מיט גליק
א בוים מייסטערהאפטיג
די אויגן טוט קוועלן
פירות נארהאפטיג
די הארץ טוט וועלן
....................
כי אדם צום עץ השדה צוגעגליכן
מיט פיל מעלות שפראצט ארויס
מען דארף נישט צופיל זוכן
פון אלע זייטן וואקסט גרויס
אבער נישט נאר צום עץ אייניג
ווען מען עסט שוין די פירות,
נאר אויך צו קערנעדל אינעווייניג
וואס איז איבערגעלאזט צו הפקירות
דער בוים באגראבן אינעם קערענדל
מען זעט נישט מער ווי זאמטיגע ערד
אבער אלעס גיבט זיך אן איבערקערל
ווען פון אונטן הייבט אן שפראצן ווערד
עס קען געדויערן א לאנגע תקופה
פון דאס אקערן ביזן שניידן
אבער ווען מען באארבעט מיט שאיפה
וועט דאס וואקסן מיט פריידן
ווען וואסער מען גיסט
קען עס אויסקוקן לבטלה
אויף בלויזע ערד וויסט
ביים ענדע צאלט זיך אויס די עמלה
אנידערגעשלאגן
אראפגעלאזטע קעפל
אינגאנצען צוטראגן
אונטער די ערד
דער קערענדל באגראבן
גארנישט עס ווערט
נישט דא צום האבן
דערפון גענצליך פארגעסן
נאך א שטיק צייט
נישט דא צו עסן
פון וואס צו ווערן זאט
גייט ארויס אין פעלד
ארום ער כאפט א בליק
פלוצלינג אנדעקט א וועלט
א שיין בוים פיל מיט גליק
א בוים מייסטערהאפטיג
די אויגן טוט קוועלן
פירות נארהאפטיג
די הארץ טוט וועלן
....................
כי אדם צום עץ השדה צוגעגליכן
מיט פיל מעלות שפראצט ארויס
מען דארף נישט צופיל זוכן
פון אלע זייטן וואקסט גרויס
אבער נישט נאר צום עץ אייניג
ווען מען עסט שוין די פירות,
נאר אויך צו קערנעדל אינעווייניג
וואס איז איבערגעלאזט צו הפקירות
דער בוים באגראבן אינעם קערענדל
מען זעט נישט מער ווי זאמטיגע ערד
אבער אלעס גיבט זיך אן איבערקערל
ווען פון אונטן הייבט אן שפראצן ווערד
עס קען געדויערן א לאנגע תקופה
פון דאס אקערן ביזן שניידן
אבער ווען מען באארבעט מיט שאיפה
וועט דאס וואקסן מיט פריידן
ווען וואסער מען גיסט
קען עס אויסקוקן לבטלה
אויף בלויזע ערד וויסט
ביים ענדע צאלט זיך אויס די עמלה
לעצט פארראכטן דורך גם אתה יכול אום זונטאג יאנואר 31, 2021 5:40 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- פרישע קוגל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3014
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
- לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא
Re: א פארפוילטע עפל - לכבוד חמשה עשר
פשיהא!! הערליך!
טאלאנט איט איז!
טאלאנט איט איז!
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14568
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: א פארפוילטע עפל - לכבוד חמשה עשר
גאר גאר גוט!!! לך בכוחך זה!
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 268
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm
Re: א פארפוילטע עפל - לכבוד חמשה עשר
שכח פאר די פיעדבעק
Re: א פארפוילטע עפל - לכבוד חמשה עשר
הערליך שיין. הנאה געהאט!
Re: א פארפוילטע עפל - לכבוד חמשה עשר
הערליך שיין. רייך. לעבעדיג אראפגעלייגט.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
Re: א פארפוילטע עפל - לכבוד חמשה עשר
גם אתה יכול האט געשריבן:
גייט ארויס אין פעלד
אין צייט פון שניט
פלוצלינג אנדעקט א וועלט
א שיין בוים צווייגן אנגעקניפט
שניט און קניפט גראמט נישט.
דער בוים באגראבן אינעם קערענדל
מען זעט נישט מער ווי זאמטיגע ערד
אבער אלעס גיבט זיך אן איבערקערל
ווען פון אונטן הייבט אן שפראצן ווערד
קערנדל מיט איבערקרקערל גראמט אויך נישט ממש...
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8012
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: א פארפוילטע עפל - לכבוד חמשה עשר
הערליך שיין, פיל טאלאנט, שטארקע נקודה, קורץ און שארף.
(און @טינט'ס הערות זענען ריכטיגע, אזא גוטע שטיקל וואלסטו געקענעט טוישן די'ע צוויי שורות און מאכן א שלימות, הערה בעלמא).
(און @טינט'ס הערות זענען ריכטיגע, אזא גוטע שטיקל וואלסטו געקענעט טוישן די'ע צוויי שורות און מאכן א שלימות, הערה בעלמא).
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 268
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm
Re: א פארפוילטע עפל - לכבוד חמשה עשר
טינט האט געשריבן:גם אתה יכול האט געשריבן:
גייט ארויס אין פעלד
אין צייט פון שניט
פלוצלינג אנדעקט א וועלט
א שיין בוים צווייגן אנגעקניפט
שניט און קניפט גראמט נישט.
דער בוים באגראבן אינעם קערענדל
מען זעט נישט מער ווי זאמטיגע ערד
אבער אלעס גיבט זיך אן איבערקערל
ווען פון אונטן הייבט אן שפראצן ווערד
קערנדל מיט איבערקרקערל גראמט אויך נישט ממש...
שכח פאר די הערות, געטוישט די ערשטע באמערקונג
קערנדל און איבערקערל איז מער די שטיק שבו ווי דער גראם שבו