גוטע נאכט שעפעלע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
גוטע נאכט שעפעלע
זיסקייט, נשמה'לע מיין,
ווען איך שטיי איבערגעבויגן,
איבער'ן קליין קעפעלע דיין,
העכער די ריין פארמאכטע אויגן,
איך באטראכט דיין מלאכ'יש געזיכט,
די זארגלאזע אויסדרוקן,
אויף די חלומות לייטער קריכט,
גריסן פון דארט אהער שיקן,
אין אויער איך שעפשע שטיל,
שעפעלע, א גוטע נאכט,
שלאף שיין מיט א זיס געפיל,
און מיין קוש דיין שטערן גרייכט,
שוועבן מיט דיר איך וויל,
ווען דו שמייכלסט, מיר זיך דאכט,
רואיג אויפן פנים איך שפיל
אבער אין מיר א וועלט זיך טראכט,
נאך אביסל ווערסטו גרויס,
דריי, צען, א גדול שוין באלד,
אויף די וועלט גיין ארויס,
אין דעם געדעכטן וואלד,
צו וועסטו אלץ געדענקען,
מיין הייסע גוטע נאכט קוש,
איך טו שוין יעצט בענקען,
און א טרערעלע איך וויש,
א געבעטעלע איך שעפשע שטיל,
שעפעלע, א גוטע נאכט,
זאל אייביג בלייבן די זיס געפיל,
ווען די גרויסע וועלט גרייכט,
דאס בעסטע פאר דיר איך וויל,
אויך אויב דיר זיך אנדערש דאכט,
גיב אכטונג מיט פייער נישט שפיל
אט טרעף איך זיך, העכערן בעט פארטראכט,
אין קליינעם בעטעלע דא ליג איך,
מיין טאטי רעדט צו מיר אזוי זיס,
אנקומען אין זיינע הענט איך זוך,
ווען איך שאקל מיין קליינע פיס,
ס'קומט די טונקל די שרעק,
בלייב די נאכט אין מיין שטוב,
דיין שמייכעלע נעם נישט אוועק,
טאטע זיסער כ'האב דיר ליב
איך הער ווי דו רעדסט שטיל,
און איך ענטפער א גוטע נאכט,
דו גיבסט מיר אזא זיס געפיל,
הלוואי מיין קוש וואלט דיר געגרייכט,
טון דיין ווילן נאר איך וויל,
און איך זעה מלאכים מיר זיך דאכט,
מיין מוח'ל וואונדערט דער שפיל,
צו הערסטו וואס איך טראכט??
ווען איך שטיי איבערגעבויגן,
איבער'ן קליין קעפעלע דיין,
העכער די ריין פארמאכטע אויגן,
איך באטראכט דיין מלאכ'יש געזיכט,
די זארגלאזע אויסדרוקן,
אויף די חלומות לייטער קריכט,
גריסן פון דארט אהער שיקן,
אין אויער איך שעפשע שטיל,
שעפעלע, א גוטע נאכט,
שלאף שיין מיט א זיס געפיל,
און מיין קוש דיין שטערן גרייכט,
שוועבן מיט דיר איך וויל,
ווען דו שמייכלסט, מיר זיך דאכט,
רואיג אויפן פנים איך שפיל
אבער אין מיר א וועלט זיך טראכט,
נאך אביסל ווערסטו גרויס,
דריי, צען, א גדול שוין באלד,
אויף די וועלט גיין ארויס,
אין דעם געדעכטן וואלד,
צו וועסטו אלץ געדענקען,
מיין הייסע גוטע נאכט קוש,
איך טו שוין יעצט בענקען,
און א טרערעלע איך וויש,
א געבעטעלע איך שעפשע שטיל,
שעפעלע, א גוטע נאכט,
זאל אייביג בלייבן די זיס געפיל,
ווען די גרויסע וועלט גרייכט,
דאס בעסטע פאר דיר איך וויל,
אויך אויב דיר זיך אנדערש דאכט,
גיב אכטונג מיט פייער נישט שפיל
אט טרעף איך זיך, העכערן בעט פארטראכט,
אין קליינעם בעטעלע דא ליג איך,
מיין טאטי רעדט צו מיר אזוי זיס,
אנקומען אין זיינע הענט איך זוך,
ווען איך שאקל מיין קליינע פיס,
ס'קומט די טונקל די שרעק,
בלייב די נאכט אין מיין שטוב,
דיין שמייכעלע נעם נישט אוועק,
טאטע זיסער כ'האב דיר ליב
איך הער ווי דו רעדסט שטיל,
און איך ענטפער א גוטע נאכט,
דו גיבסט מיר אזא זיס געפיל,
הלוואי מיין קוש וואלט דיר געגרייכט,
טון דיין ווילן נאר איך וויל,
און איך זעה מלאכים מיר זיך דאכט,
מיין מוח'ל וואונדערט דער שפיל,
צו הערסטו וואס איך טראכט??
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
-
- שר העשר
- תגובות: 28
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 5:33 pm
Re: גוטע נאכט שעפעלע
מורא'דיג
- חיים ברוך
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 430
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
- לאקאציע: אין בעט נעבן די פאלעסיידס
Re: גוטע נאכט שעפעלע
גאר הארציג
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: גוטע נאכט שעפעלע
טשילס...
האסט גערירט מיינע טיפסטע סטרונעס.
האסט גערירט מיינע טיפסטע סטרונעס.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: גוטע נאכט שעפעלע
אילו רעיוני - דיו
הייתי כותב כמותו
הייתי כותב כמותו
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17156
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: גוטע נאכט שעפעלע
נא_שכל האט געשריבן:אילו רעיוני - דיו
הייתי כותב כמותו
ישר כח!!!
דאס איז א זיסער איידיע
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 687
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am
Re: גוטע נאכט שעפעלע
א טרערעלע איך וויש
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
Re: גוטע נאכט שעפעלע
זייער שיין.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
Re: גוטע נאכט שעפעלע
זייער שיין אין געפיליש
איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
- Bissli
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5052
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
- לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי
Re: גוטע נאכט שעפעלע
איך הער ווי דו רעדסט שטיל...
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
- Bissli
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5052
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
- לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי
Re: גוטע נאכט שעפעלע
זייער שיין הערשט יעצט באמערקט
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
- יש לו מנה
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3998
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
- לאקאציע: אונטערן מאטראץ
Re: גוטע נאכט שעפעלע
שטומפיג האט געשריבן:טשילס...
האסט גערירט מיינע טיפסטע סטרונעס.
איך גיי מיט שלייקעס...
און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
- מיאושדיגער
- שר חמש מאות
- תגובות: 885
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
- לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...
Re: גוטע נאכט שעפעלע
יעצט געליינט. האט מיר גאר טיף בארירט.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
- זאג א גוטס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3292
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: גוטע נאכט שעפעלע
הערליך שיין, טיפהארציג!
א חוצפה'דיג טרערל שנירט זיך ארויס...
--
זיך דערמאנט פון:
גוט מארגן שעפעלע מיינע - צו די ערשטע טאג אין דיין לעבן... (מיכאל)
א חוצפה'דיג טרערל שנירט זיך ארויס...
--
זיך דערמאנט פון:
גוט מארגן שעפעלע מיינע - צו די ערשטע טאג אין דיין לעבן... (מיכאל)
Re: גוטע נאכט שעפעלע
מיאושדיגער האט געשריבן:יעצט געליינט. האט מיר גאר טיף בארירט.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
Re: גוטע נאכט שעפעלע
זאג א גוטס האט געשריבן:הערליך שיין, טיפהארציג!
א חוצפה'דיג טרערל שנירט זיך ארויס...
--
זיך דערמאנט פון:
גוט מארגן שעפעלע מיינע - צו די ערשטע טאג אין דיין לעבן... (מיכאל)
שקוי
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 687
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am
Re: גוטע נאכט שעפעלע
זיך דערמאנט פון:
גוט מארגן שעפעלע מיינע - צו די ערשטע טאג אין דיין לעבן... (מיכאל
on which album?
גוט מארגן שעפעלע מיינע - צו די ערשטע טאג אין דיין לעבן... (מיכאל
on which album?
- עומד מן הצד
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3393
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm
Re: גוטע נאכט שעפעלע
הרב טינט, האסט מיר געעפנט די טיפסטע סטרונעס פון מיין הארץ, די טרערעלעך זענען געפלאסן איינס נאך איינס,
איר האט א ספעציעלע מתנה פונעם רבוש''ע, ניץ עס נאר ווייטער גוט אויס.
איר האט א ספעציעלע מתנה פונעם רבוש''ע, ניץ עס נאר ווייטער גוט אויס.
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
Re: גוטע נאכט שעפעלע
סאמטי׳ ספעשל.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
Re: גוטע נאכט שעפעלע
עומד מן הצד האט געשריבן:הרב טינט, האסט מיר געעפנט די טיפסטע סטרונעס פון מיין הארץ, די טרערעלעך זענען געפלאסן איינס נאך איינס,
איר האט א ספעציעלע מתנה פונעם רבוש''ע, ניץ עס נאר ווייטער גוט אויס.
א דאנק!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
Re: גוטע נאכט שעפעלע
Major