בזכרינו את ציון

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

בזכרינו את ציון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מיין נשמה ווי זי בענקט
אירע טעג זי געדענקט
אויף דער ערד פון ציון

מיין הארץ איז פארקלעמט
ווען דער זכרון אים באנעמט
מיט די צייטן אין דיר, ירושלים


שטארק און גלאררייך
דערהויבן אין דער הייך
אויף די בערג פון ציון

אינעם גאט געבענטשטן לאנד
מיט דער שכינה האנט ביי האנט
אין דיינע טויערן, ירושלים

ווער קען פארגעסן דיין פראכט
די גאנצע וועלט ס'האט באטראכט
דיך, הערליכע ציון

דיין קדושה געקענט אנכאפן
דיין לויטערקייט אנטאפן
הייליגע שטאט, ירושלים


און אויף דיין שפיץ אויבן
ער האט זיך געטון אויסקלויבן
גאט, צו רוען אין ציון

זיין הויז ס'זאל זיצן
אין דיינע בערג שפיצן
אראפקוקן אויף ירושלים

דיינע מארקן קיינמאל שטיל
דיינע גאסן אייביג פול
שטענדיג ס'טומלט אין ציון

פון שעפסעלעך ווייס
רינדער אין יעדער גאס
שחט'ן קרבנות אין ירושלים


יונגע כהנים ס'יאגן
לוים די כלי שיר טראגן
טון די עבודה אין ציון

ס'איז צו מיר א פרייד
ווען מ'זאגט מיר אז מ'גייט
צום בית ה' אין ירושלים

דער סנהדרין דער גרעסטער
זיין היים אין דיר טרעפט ער
די תורה גייט ארויס פון ציון

דער כהן מיט קליידער אכט
מיט'ן אורים ותומים וואס לייכט
דעם דבר ה' מירושלים


די מלוכה פון דוד'ס הויז
איז קווארטירט אין דיין שויס
און באשיצט אויף דיר, ציון

נזירים אפגעשיידט
צו באקומען נבואה גרייט
אין דיינע ווינקעלעך, ירושלים

אוי, כאטש מיר זענען צושיידט
אזויפיל יארן און מיילן ווייט
איז מיין הארץ אין דיר, ציון

איז דאס דען נישט קיין צייכן
אז ס'וועט נאך דערגרייכן
מיין פאראייניגונג מיט ירושלים?


ס'וועט קומען דער טאג
פון די נביאימ'ס אנזאג
בשוב ה' את שבות ציון

איך וועל האבן דאס גליק
צו באטרעטן צוריק
דיין באדן, ירושלים

***
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: בזכרינו את ציון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער שיין! איך בין ממש געווארן באנימען

געליינט מיט בענקעניש צו ירושלים!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: בזכרינו את ציון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

אויסנאם הערליך
און צונדט אן די געפילן
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
פייוויש בראדער
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:56 am

Re: בזכרינו את ציון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייוויש בראדער »

הערליך.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: בזכרינו את ציון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

הערליך בענקענדיג
שיין געגראמט
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: בזכרינו את ציון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

פשיהא! נישט געוואוסט אז דאס קענסטו אויך...

באמת שיין!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בזכרינו את ציון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:פשיהא! נישט געוואוסט אז דאס קענסטו אויך...

באמת שיין!

א דאנק אלע באדאנקער.

פון מיינע ארכיוון. אמאל פלעג איך מער טון אין פאעזיע. כ'האב שוין געשטעלט דא אויפ'ן וועלטל עטליכע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: בזכרינו את ציון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הערליך שיין! מיר אויפגעברענגט געפילן פון די ציון'ס פון די קינות
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בזכרינו את ציון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אוראייניקל האט געשריבן:הערליך שיין! מיר אויפגעברענגט געפילן פון די ציון'ס פון די קינות

האסט א גוטן שמעק. כ'האב נאכגעמאכט דעם ציון הלא תשאלי פון ר' יהודה הלוי. רוב קינות קלאגן אויפ'ן חורבן און אויף די צרות, מיט וועלכע ס'איז שווערער צו "קאנעקטן", דאגעגן די ציון פיוטים רעדן מער פון דער שיינקייט און בענקשאפט צו ציון, און דאס האט מיך אלעמאל מער געכאפט.

אסאך שורות, הויפזעכליך די לעצטע פון די שטיקלעך, זענען באזירט אויף פסוקים. א שטייגער ווי דער פאראגראף:

ס'איז צו מיר א פרייד
ווען מ'זאגט מיר אז מ'גייט
צום בית ה' אין ירושלים
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום דינסטאג יולי 07, 2020 10:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: בזכרינו את ציון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

הרעליך און זייער קונצליך
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: בזכרינו את ציון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

דאס הארץ צושטיקלט
פארקלעמט און פארוויקלט
אזוי ווייט דאס שיין

עס בייסט און נאגט
מיר האבן אזאנס פארמאגט
צו וועט דאס צוריק זיין

עס שיינט מיין געזיכט
פון גרשון'ס געדיכט
ציון, דיין קינד נאך בענקט

נאך אזויפיל יארן
פריש אין זכרון
א האפענונג עס שענקט
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בזכרינו את ציון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יוד אלף האט געשריבן:

זייער א שיינע הוספה. און ש'כח פאר'ן קאמפלימענט צווישן די שורות.

(זעסטו? מיר קענען זיך יא פארשטיין... :lol: )
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: בזכרינו את ציון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

הערליך שיין! די תוכן און די גראמען.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: בזכרינו את ציון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

גרשון האט געשריבן:
זייער א שיינע הוספה. און ש'כח פאר'ן קאמפלימענט צווישן די שורות.

(זעסטו? מיר קענען זיך יא פארשטיין... :lol: )


די געדאנק שטייט דא

גרשון האט געשריבן:
אוי, כאטש מיר זענען צושיידט
אזויפיל יארן און מיילן ווייט
איז מיין הארץ אין דיר, ציון

איז דאס דען נישט קיין צייכן
אז ס'וועט נאך דערגרייכן
מיין פאראייניגונג מיט ירושלים?




ווען דו ברענגסט זיך גוט ארויס, פארשטיי איך דיר...
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: בזכרינו את ציון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

זייער שיין און הארציג!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בזכרינו את ציון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: בזכרינו את ציון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

געליינט תשעה באב. Wow wow!!
נישט געוואוסט אז דאס קענסטו אויך.
דאס איז עכט שיין און הארציג.
שוין לאנג נישט געזען גראמען וואס לויפן אזוי שיין

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

מיין נשמה ווי זי בענקט
אירע טעג זי געדענקט
אויף דער ערד פון ציון

מיין הארץ איז פארקלעמט
ווען דער זכרון אים באנעמט
מיט די צייטן אין דיר, ירושלים
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”