א מאמעס קרעכץ

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

פארשלאפן, האסט מיך ממש אויפגעלעיבט, מיט אזא אמונה פשוטה אין אזא מצב,
הוי ווער קען זיך צו דיר גלייכן מיט דיין חלק וואס איז גרייט פא דיר,
דאס חיזוק מיט וואס דו ביסט ארומגענומען איז דאך ווערט אלע געלטער,
אין די שכר דערפאר נאכמער, וואול פאר דיר אונזער ידיד אז דו נעמסט דאס ווי א מתנה שלעמלק"פ,
איך בין געזעסן אין געליינט און דערנאך געטראכט, מיר נעמען אן דאס לעבן אויב עס איז גרינג ווי פאר גרענטעד,
אבער דער אמת איז אזוי ווי טריאו האט שוין געשריבן על כל נשימה ונשימה צריכין להודות, מיט אביסעלע מחשבה,
זאל דיר דער אייבערשטער טאקע ווייטער געבען כח און מוהט פאר דיר אין דיין בני בית און אלע ארומיגע,
אנצוהאלטן דע מתנה וואס דו האסט און מאכט לוכטיג אלעס ארום (אפילו בגשמיות זעהן מיר דאס נישט ליידער)
זאלסט אלעמאל האבן געזונט פרנסה מזל שמחה און ס"ד און ברכות לרוב משמי מעל עבגו"צ בב"א

נ.ב. קאפ שטיק, דיין ווערטעל איז ווערד א באגריסונג...
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פארשלאפן, איך ברענג ארויף דעם אשכול, זאלן אנדערע אויך דאס ליינען..

אין איין וועג'ס וויל איך דיר זאגן, איך האב נישט קיין אהנונג, פארוואס איך האב געמיינט, ווען כ'האב די ערשטע מאל מגיב געווען, אז זיידעניו האט דאס געשריבן, (איך בין נאך געווען זייער ניי, איי געס איך בין געווען גוט צומישט..) סאו וועליך דיר יעצט זאגן, איך האב דאס איבערגעליינט, אין יא, איך האב געלאזט א טרער.. איך בין אויך נתפעל פון דיין שטארקייט, און פון דיין וועג פון שרייבן...

זאל דיר דער באשעפער שענקען נאר נחת און געזונט און געבן כח אנצוגיין ווייטער...

ווי עס שרייבט, (אונטערן רושם פון דיינע ווערטער) וויכי..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

הערשט געליינט צום ערשטן מאל,
איך האלט מיך פאר א מבין, איך מוז דיר זאגן...., אז איך האב נישט וואס צו זאגן
יעדע שורה,
אזויפיל גבורה,
מיט אזא שיינע צורה,
כל האמירה,
די געפילן,
אן אפשטילן,
אין מילין,
ס'טוט נישט נישט אפקילן,
נישט קיין שיחות חולין,
צילט מיט צילן,
א לעבן איז נישט קיין שפילן,
יעדעס ווארט איז ווערד טבין ותקילין,
דאס וועט מודה זיין מחמירין ומקילין,
פארשלאפן! כי בשמך כל היום יגילון,
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איבערגעלייענט און נאכמאל פארלאזט א טרער, די טייערע נשמות וואס הקב"ה האט געשענקט פאר אזעלכע חשובע עלטערן מאנען און פאדערן פון אונז גאר אסאך, דאס ערשטע מכיר צו זיין אין די חסדים פונעם בוכ"ע יעדן טאג, ווי אויך מתפלל צו זיין על העתיד לנו ולזרענו ולדורותינו.

הרב ידידי מפארשלאפן, דיינע ווערטער זענען גינגאלד און אירע השפעות זענען ווייטגרייכנד, זאל דער דאר אדון הכל נאר גוטס שטענדיג באשערן, און פון אלע פראבלעמען זאל שוין אן ענדע ווערן.

ידידך מאז,
מריחוק מקום (סקרענטאן) וקירוב הלב (איי-וועלט)
הק' יעקב דוב מיללער
אב"ד קהע"י
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רבי רבי שאץ מיין פריינט,
א דאנק פארן אונטערהאלטן מיין האנט,
יעדעס ווארט ווי קאלטע מים,
דעם נפש עס טוט דערפרייען.

סקרענטאנער רב, דיינע ווערטער איך הער
ווי עס פאסט פאר א רב עס קלינגט אין מיין ear
געדענק אז תפלות גייען קיינמאל לער
פאר דעם פון אויבן איז פארהאן קיין שטער
ברכות ונחת ער וועט אייך שענקען וואס מער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

פארשלאפן טייערע פריינד
דיינע ווערטער זעה איך היינט

צו רעדן מיט אזא אמונה פשוטה
ווי זעהט מען נאך אידן אזעלכע גוטע

א איד און אזא מצב טוהט דאנקן און לויבן
פאר אונזער גרויסער זיסער טאטן פון אויבן

נישט מין קיין טענות און נישט מיט קיין געשרייען
נאר לויבט און דאנקט דער מלך חי וקים,

ער דאנקט און לויבט אז מאת ה' היתה,
אזעלכע ווערטער הערט מען נאר ביי יודן גרויסע,

און יא א יעדע יוד וואס פארמאגט א קינד א ספעציעלן,
נישט אומזינסט האט אונזער טאטע די עלטערן געטוהן אויסוועלן,

ווייל אזא נשמה אזוי ציכטיג און ריין,
קען נישט און אבי א שטוב גיין,

נאר גאט קב"ה שיקט און א שטוב א שיינע און א הערליכע,
וואס ער וויסט אז די טאטע און מאמע זענען פיינע און ערליכע,

און פאר די הייליגע נשמה זיך גוט אפגעבן,
און עם צו זעהן שטייגן וועט זיין זייער שטרעבן,

די באשעפער פון כסא הכבוד פון פרייד לאזט א טרער,
ווי ער זעהט זיינע קינדערלעך פרייד זיך מיט זיין מתנה אפי' ס'איז שווער,

יא פארשלאפן מיט דיר און דיין ב"ב פון אויבן פריידט זיך גאט,
און פון דיר פארשלאפן מיט דיין ב"ב די גרעסטע נחת רוח ער האט,

און מיט דעם וויל איך מיינע רייד געבן א ענדיג,
אז ענק האבן א גוטע שליח וואס האט ענק אינזין האבן ביים באשעפער שטענדיג,

און עניוועי פארשלאפן זאל דיר גאט בענטשן אז די זאלסט זעהן אסאך נחת ביי די קינד, און ביי אלע אנדערע קינדער צוזאם מיט דיין ב"ב עמו"ש

וואונטשט וואלווי
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

WOW! איינס שענער פון צווייטן, מלא חיזוק בטחון ואמונה, מי כעמך ישראל!

קיין ווערטער איך טוה שוינען, נאר דאס צו זעהן האט זיך שוין געטוהן לוינען.
געוואלדיג איז נישט דאס ווארט, אראפצשרייבן מיינע געפילן אויפן ארט.
אויף אזעלכע דיבורים שיינע, וועלכע קומען דא ארויס פון נשמות ריינע.
אלעס געשריבן שיין איידל און רייך, האמיר עס ארויפגעברענגט אויפן אויבערפלאך.
זאלן נאך אידן אין מצבים ענליכע, ארויסנעמען דערפון אן התחזקות א פרייליכע.
ויהא זה לזכותם של פארשלאפן וכל המגיבים, לראות בישועתן של ישראל בימים הקרובים.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אינגאנצן איבערגענומען! אין מילים!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: א מאמעס קרעכץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

איך בין איבערגענומען מיט די הרגשים וואס ליגט אין דיזע שטיקל... האסט טיף אין הארץ געשטראכן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”