ער קומט שוין!!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
ער קומט שוין!!
דרייט זיך א איד ארויף אין אראפ
ס'איז קענטיג אז עפעס אים פלאגט
מיט נערוועזע טריט טוט ער זיך דרייען
האלט זיך שטארק צוריק אויף קיינעם צו שרייען
זיין נאז אראפגעלאזט ביז די וואנצן
די שטערן צוקנייטשט איינגעצויגן אינגאנצן
קעמט די בארד מיט אלע פינגער
אפשר וועט עס עפעס מאכן גרינגער
א קינד חתונה געמאכט בשעה טובה ומצלחת
אבער נישט זוכה צו שעפן קיין נחת
פרנסה שוין געזען בעסערע צייטן
בעלי חובות הערן נישט אויף צו רייטן
אינדערהיים איז אוודאי נישט גרינג
נאר צו טראכטן ווערט דער מח ענג
א רפואה פאר א נאנטן קען מען ניצן
ס'דריקט פון אלע זייטן כלו כל הקיצין
א קרעכץ כ' לאז רבש"ע האב שוין רחמנות
דיינע קינדער זענען שוין מיד פון דעם לאנגן גלות
העלף אים דיין קינד מיט א ישועה ונחמה
געב אונז ברכה פרנסה וכלכלה
אפאר טאג אריבער דעם איד איך באגעגן
מיט א גרויסן שמייכל ער קומט מיר אנטקעגן
כ' טראכט כ'דארף מער זיין מתפלל
מיינע תפילות זענען עושה רושם בשמי מעל
דער איד האט שוין אויפן פנים א שמייכל
עפעס גרינגער געווארן ס'לייגט זיך אויפן שכל
א גוט מארגן! א גוט יאר! לאזט ער הערן
מ'טוט שוין פון זיין שמחה אנגעשטעקט ווערן
כ'געב אים א פרעג ולשמחה מה זו עושה?
האסט באקומען א הלוואה א גרויסע?
אדער איז מען שוין פון שפיטאל אהיימגעקומען?
אינדערהיים זיך שענער באנומען?
ער הערט קוים מיינע פראגן..
ער גייט באלד אויפן עראפלאן אויפשטייגן
אביסל וואקאציע נעמען
ארויס אטעמען זיינע קלעמען
כ'בלייב ערשטוינט, זיך נישט געראכטן
אפשר דארט, ווערט אלעס פאראכטן?
אלעס ביי אים די זעלבע שטייט
וואס איז ער אזוי אויפגעלייגט?
צו די מסקנא אנגעקומען
די וואקאציע האט אים שוין באנומען
אלע צרות פארשווינדן
פון די שטריק אויפגעבינדן
שפאצירט זיך אויף די בערג דארט פונדערווייטן
די וואסער רוישט פון אלע זייטן
די בלויע הימל און ליכטיגע זון
פרישע ליפטל קריסטאל ריין
שוין ממש דארט געקומען אהין
אוי ווי געשמאק אוי ווי פיין!!
אלע צרות פארגעסן ווי קיינמאל געווען
ער איז שוין אויפן עראפלעין
............
דרייען זיך אידן אינעם שווערן גלות
עניים ורשים עדרים בדלות
אין לך יום שאין קללתו מרובה
מחוץ תשכל... ומחדרים אימה
פון אלע פורעניות איז פארהאנען אסאך
און צומאל אפילו עטליכע אונטער איין דאך
ברוחניות וויפיל מ'מוטשעט זיך אליין און מיט די קינדער
א ערליכער איד איז היינט א גרויסע וואונדער
כלים מכלים טוען אוועקרייסן
די שווערע נסיונות קיינעם נישט פארפאסן
די קינדער ערציען זיי ווילן שטערן
אדער גאר סאלדאטן זאלן זיי ווערן
די פנימיות ווערט שוואכער און שוואכער
אויסערליכע גלאנץ העכער און העכער
א דאווענען א לערנען ס'בענקט צום אמאל
ווען ס' איז גרינגער געווען צו רעדן צום מלך ישראל
און בגשמיות ווי משטייט אזוי שווער
די טאשן לער אויפן געמיט שווער
די שרעקליכע מחלה בושעוועט ארום
אינג און אלט רח"ל אומעטום
דער מיט קינדער מוטשעט זיך
און יענער מיט דעם אייגענעם מיך
צרות יגון ואנחה פון אלע סארטן און קאלירן
קוים מ'האלט זיך נישט ווערן פארלוירן
אבער טייערע ברודער איין זאך האמיר פארגעסן
מיר בלייבן נישט אויף אייביג דא זיצן
ס' קומט שוין די גרויסע וואקאציע צו גיין
אט אט משיח'ן מקבל פנים זיין
פתאום יבוא האדון אל היכל
מיר וועלן שוין אייביג בלייבן מיטן לעכטיגן שמייכל
פון אלע ווייטאגן פטור ווערן
ווען דעם שופר של משיח וועלן מיר הערן
ס'איז ממש דא איר קענט "שוין" זיין פריילעך
ברננה נעלה בית ה' נלך
צו וואס די לעצטע סעקונדן זארגן
מ'גייט וואקאציע שוין מארגן
פון אלע ווייטאגן זיך אינגאנצן אויסרוען
ותחזנה עינינו בשובך לציון
ליכטיג הייליג פריילעך און דערהויבן
שוין יעצט אנהייבן דאנקען און לויבן
עדי נזכה ביז דער פליגער וועט זיך בקרוב הייבן
קיין ירושלים פליען אויף אייביגע ריה בלייבן
.....
במהרה בימינו אמן
ס'איז קענטיג אז עפעס אים פלאגט
מיט נערוועזע טריט טוט ער זיך דרייען
האלט זיך שטארק צוריק אויף קיינעם צו שרייען
זיין נאז אראפגעלאזט ביז די וואנצן
די שטערן צוקנייטשט איינגעצויגן אינגאנצן
קעמט די בארד מיט אלע פינגער
אפשר וועט עס עפעס מאכן גרינגער
א קינד חתונה געמאכט בשעה טובה ומצלחת
אבער נישט זוכה צו שעפן קיין נחת
פרנסה שוין געזען בעסערע צייטן
בעלי חובות הערן נישט אויף צו רייטן
אינדערהיים איז אוודאי נישט גרינג
נאר צו טראכטן ווערט דער מח ענג
א רפואה פאר א נאנטן קען מען ניצן
ס'דריקט פון אלע זייטן כלו כל הקיצין
א קרעכץ כ' לאז רבש"ע האב שוין רחמנות
דיינע קינדער זענען שוין מיד פון דעם לאנגן גלות
העלף אים דיין קינד מיט א ישועה ונחמה
געב אונז ברכה פרנסה וכלכלה
אפאר טאג אריבער דעם איד איך באגעגן
מיט א גרויסן שמייכל ער קומט מיר אנטקעגן
כ' טראכט כ'דארף מער זיין מתפלל
מיינע תפילות זענען עושה רושם בשמי מעל
דער איד האט שוין אויפן פנים א שמייכל
עפעס גרינגער געווארן ס'לייגט זיך אויפן שכל
א גוט מארגן! א גוט יאר! לאזט ער הערן
מ'טוט שוין פון זיין שמחה אנגעשטעקט ווערן
כ'געב אים א פרעג ולשמחה מה זו עושה?
האסט באקומען א הלוואה א גרויסע?
אדער איז מען שוין פון שפיטאל אהיימגעקומען?
אינדערהיים זיך שענער באנומען?
ער הערט קוים מיינע פראגן..
ער גייט באלד אויפן עראפלאן אויפשטייגן
אביסל וואקאציע נעמען
ארויס אטעמען זיינע קלעמען
כ'בלייב ערשטוינט, זיך נישט געראכטן
אפשר דארט, ווערט אלעס פאראכטן?
אלעס ביי אים די זעלבע שטייט
וואס איז ער אזוי אויפגעלייגט?
צו די מסקנא אנגעקומען
די וואקאציע האט אים שוין באנומען
אלע צרות פארשווינדן
פון די שטריק אויפגעבינדן
שפאצירט זיך אויף די בערג דארט פונדערווייטן
די וואסער רוישט פון אלע זייטן
די בלויע הימל און ליכטיגע זון
פרישע ליפטל קריסטאל ריין
שוין ממש דארט געקומען אהין
אוי ווי געשמאק אוי ווי פיין!!
אלע צרות פארגעסן ווי קיינמאל געווען
ער איז שוין אויפן עראפלעין
............
דרייען זיך אידן אינעם שווערן גלות
עניים ורשים עדרים בדלות
אין לך יום שאין קללתו מרובה
מחוץ תשכל... ומחדרים אימה
פון אלע פורעניות איז פארהאנען אסאך
און צומאל אפילו עטליכע אונטער איין דאך
ברוחניות וויפיל מ'מוטשעט זיך אליין און מיט די קינדער
א ערליכער איד איז היינט א גרויסע וואונדער
כלים מכלים טוען אוועקרייסן
די שווערע נסיונות קיינעם נישט פארפאסן
די קינדער ערציען זיי ווילן שטערן
אדער גאר סאלדאטן זאלן זיי ווערן
די פנימיות ווערט שוואכער און שוואכער
אויסערליכע גלאנץ העכער און העכער
א דאווענען א לערנען ס'בענקט צום אמאל
ווען ס' איז גרינגער געווען צו רעדן צום מלך ישראל
און בגשמיות ווי משטייט אזוי שווער
די טאשן לער אויפן געמיט שווער
די שרעקליכע מחלה בושעוועט ארום
אינג און אלט רח"ל אומעטום
דער מיט קינדער מוטשעט זיך
און יענער מיט דעם אייגענעם מיך
צרות יגון ואנחה פון אלע סארטן און קאלירן
קוים מ'האלט זיך נישט ווערן פארלוירן
אבער טייערע ברודער איין זאך האמיר פארגעסן
מיר בלייבן נישט אויף אייביג דא זיצן
ס' קומט שוין די גרויסע וואקאציע צו גיין
אט אט משיח'ן מקבל פנים זיין
פתאום יבוא האדון אל היכל
מיר וועלן שוין אייביג בלייבן מיטן לעכטיגן שמייכל
פון אלע ווייטאגן פטור ווערן
ווען דעם שופר של משיח וועלן מיר הערן
ס'איז ממש דא איר קענט "שוין" זיין פריילעך
ברננה נעלה בית ה' נלך
צו וואס די לעצטע סעקונדן זארגן
מ'גייט וואקאציע שוין מארגן
פון אלע ווייטאגן זיך אינגאנצן אויסרוען
ותחזנה עינינו בשובך לציון
ליכטיג הייליג פריילעך און דערהויבן
שוין יעצט אנהייבן דאנקען און לויבן
עדי נזכה ביז דער פליגער וועט זיך בקרוב הייבן
קיין ירושלים פליען אויף אייביגע ריה בלייבן
.....
במהרה בימינו אמן
לעצט פארראכטן דורך נו גוט נו שוין אום דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 6:40 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
- קיווי סטראבערי
- שר האלף
- תגובות: 1058
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 268
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm
- פעטער יעקל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 354
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
- עירמאנט'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2320
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm
קנאקעדיג
אוי טאטע שוין ווען?
אוי טאטע שוין ווען?
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
פאראכטן לויט @איינס'ערס אנווייזונגען
בעסער?
בעסער?
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
Re:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:פאראכטן לויט @איינס'ערס אנווייזונגען
בעסער?
הערשט איצט אנגעקומען דערצו.
נישטא קיין ווערטער.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: ער קומט שוין!!
ווערטעך געוויזן ס’וועג...
יישר כח!!
יישר כח!!
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
Re: ער קומט שוין!!
הייליג און ווארעם!
שכויעך!
שכויעך!