שובבי״ם שאטנס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8100
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
שובבי״ם שאטנס
בס״ד
מארשירן שאטנס צום טאקט פון ווינט
שאקלען און ווינקן אין די חושך בלינד
טראפנס שנירלעך פון קרייזלעך נאסע
פלינקע טריטן א שווארצע מאסע
שטראמען יונגען די נאכט וועקן
שטראמע פיגורן מיט צופלויגענע עקן
שווימען מיט אימפעט ווי כוואליעס נאכאנאנד
תמימות׳דיגע פנים׳ער און טארבלעך ביי די האנט
פליען אין די גאסן ווי גייסטן זיי
באדעקן די טראטואר מיט שווארצע שניי
א הויעכער שלאנקער און א פיצל פיגור
זיין ברודערל קליינער צי אייניקל גאר
לויפן און לויפן זיי אין די ליכטלאזע באגינען
נאך בעפאר די וועלט איין איינציג גאט דינען
פוסטקייט אויף די גאס קעניגט אצינד
אויך בייזע רוחות רייטן אויף די ווינט
ציללאזע כוליגאנעס מיט א ריח גיהנום
פאנטאזירן פאסטקעס פאר דער צי יענעם
שרעק ווארפנדע שטימעס און הולטייאישע געלעכטער
פנימער פון טייוול שלעכטער, געדעכטער
רוישן געשטאלטן אין די מאיומדיגע פארטאגסן
פאלגזאמע שאף, און צורייצטע פוקסן
זיי און אונז מיט שטאלץ זיך שיידן
ביי די טירן פון האלץ צום ערדישן גן עדן
אונזער אייביגע ירושה האלזן און ליבן
א ליכטיגע קדושה פון הר סיני געבליבן
שׁוֹבָבִים - א מציאות פון גארנישט און זיך לייגן
שובבי״ם - א מציאה צו אויפשטיין און שטייגן

צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- פאטעיטא טשיפס
- שר האלף
- תגובות: 1552
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
- לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)
Re: שובבי״ם שאטנס
דוכט זיך איר האט א לאנגע גלענצנדע רעקארד פון פאומס דא, ריכטיג?
ווייל דאס איז דאך נישט פשוט!
ווייל דאס איז דאך נישט פשוט!
אין עוד מלבדו
Re: שובבי״ם שאטנס
איך וויין פאר התרגשות!
ווען איך ווייס ווען דאס אלעס וואלט איך אויך אויפגעשטאנען פארטאגס..
ווען איך ווייס ווען דאס אלעס וואלט איך אויך אויפגעשטאנען פארטאגס..
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9997
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: שובבי״ם שאטנס
הערליך!
אנו רצים והם רצים!...
אנו רצים והם רצים!...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
Re: שובבי״ם שאטנס
הערליך!!
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8100
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
Re: שובבי״ם שאטנס
יאאון שוין! האט געשריבן:דאס איז אויפ'ן ראוד נעבן ק''י ביה''ח?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- אלטע קוגל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4845
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
- לאקאציע: דארטן
Re: שובבי״ם שאטנס
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
צו געבן
https://go.thechesedfund.com/babyex7777gmailcom/grand
צו געבן
https://go.thechesedfund.com/babyex7777gmailcom/grand
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: שובבי״ם שאטנס
מעכטיגע שטיקל! ליגט דערין אזוי סך!
שכח!
---
(דעי בוים אויפן בילד איז כמו ץ?)
שכח!
---
(דעי בוים אויפן בילד איז כמו ץ?)
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו