בדחו רבנן מיט ר' פייוויל

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

נא_שכל האט געשריבן:
ר' פייוויל האט געשריבן:יום א' דברים, בסייעתא דשמיא, הוריות יא: ח''ב
.

געוואלדיג, שטארק הנאה פון יעדן בדיחה עקסטער. גיין אן, אויב ס'מעגליך אויך שרייבן בקיצור דער קישור פונעם ווערטל צום בלאט גמרא, געווענליך טרעפט ער עפעס א קישור, דאס גיט אסאך צו צום געשמאק פונעם בדיחה.

בכל אופן, יישר כח.

איך האב געקלערט,
ממ''נ אויב לערנט מען מיט אונז, קען מען עס אליין צאמשטעלן, און אויב נישט, וועט דאס סתם זיין יסורים.
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

יום ב' דברים, בסייתא דשמיא, הוריות יב.

לפלא, אז די וועלט איז מקיל צו לערנען הלכות ירושה אין מקוה, ווער דארף באמת זיין רבי, ווער דארף ירשנן די געלט,
מיז זיין אז מווייסט אז דאס וואס מרעדט האט גארנישט מיט די הלכה.

רש''י זאגט אויף חצירות, מחלקותו של קרת,
איז דא וואס טייטשן, חצירות, דורטן ווי סאיז דא א חצר, א רביש הויף, קומט שוין אן דארט, די מחלקותו של קרח.

סאיז דא וואס זאגן, זיי קריגן זיך נישט סתם, זיי מיינען דעם כבוד התורה,
אויף דעם זאגן חז''ל, ואהבת לרעך כמוך, זה כלל גדול בתורה, אז דאס איז א שטארקע כלל ביי כבוד התורה.

לא תתגודדו ולא תשימו קרחה,
ביי אזא מענטש, וואס איז דא די נסיון פון לא תשימו קרחה, דארטן דארף מען וואטשן אויף די לא תתגודדו, לא תעשו אגודות אגודות.

ר' לייבעלע גליק, איז געווען א מלמד, נאכדעם איז ער אריין אין די לעכט ביזנעס, די חדר באס פיל מיט קינדער, איז אים אמאל דורכגעפארן בשעת ער איז געשטאנען מיטן רבין, האבן די קינדער ארויסגעשריגן, ר' לייבעלע איז שוין מער נישט קיין רבי, ער איז געווארן א מענטש, האט זיך די רבי אנגערופן, זעהט אויס אויף מיר זאגן זיי עס נאכנישט, איך בין נאך א רבי, איך בין נאכנישט קיין מענטש.

אין תו' הרא''ש שטייט דא, ווי אזוי קען מען זאלבן א כהן גדול מיט שמן המשחה, שטייט דאך אל בשר אדם לא יסח,
זאגט ער על אדם ולא מלך, א מלך איז נישט קיין מענטש.

הצלחה בכל ענינם
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

יום ג' דברים, בסייעתא דשמיא, הוריות יב:

ידידינו הרה''ג ר' וועלוויל גאלדשטיין אב''ד חצאצק פארציילט, ער האט ל''ע געטראפן אמאל א יונגערמאן עסן אין מגדנלות א גויאישע רעסטעראנט,
די יונגערמאן האט אים באמערקט, געט ער זיך א ריף אן, וואס זאגסו נישט וועלוויל, קוק ווי דער וואלאווער קומט נאר נישט אן....

נאך זאגט ער, א שיינע חידוש אין מסכת יבמות,
סדא א מחלוקת, ווען די עלטערע ברודער וויל מאכן חליצה, און די יונגערע ברודער וויל מיבם זיין,
מי קודם, חליצת גדול או ביאת קטן,

זאגט ער אז דא איז מרומז די מחלוקת צווישן כביכול און כלל ישראל,
כביכול טעהנט, שובה אלי ואשיבה עליכם, קומט צו מיר, און איך וועל מיך נאכדעם צוריקקערן צו ענק,
אבער כלל ישראל טעהנט, השיבנו ה' אליך ונשובה, קער דיך צו אונז, און מיר וועלן זיך צוריקקערן.

דאס איז די מחלוקת דא, איינער האלט ביאת קטן, דאס קערן פון כלל ישראל איז קודם, און די אנדערער לערנט חליצת גדול, די חליצה פון אלע צרות דורך דעם גדול קודם,
ודברי פי חכם חן.

מהאב מיר דא געלערנט פון מאכן גוטע סימנים,
מהאט אמאל אריינגעברענג צום קדושת יו''ט, ראש השנה ביינאכט, פארדארבענע פיש, און סהאט געהאט א סרחון גדול, האט ער זיך תכף אנגערופען, יהי רצון שיסרחו שונאינו,

זאל זיין א מפלה פאר אלע שונאים, און א חליצה פאר גאנץ כלל ישראל.
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1439
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

ר' פייבל שכח!!!

טראץ וואס אייער יודיש איז אמריקאנע יידיש אין כ'פאשרטיי נישט אלעס, אבער דאס וואס איך כאפ יא איז גענוג צו האבן גרויסע הנאה

געהערט א מאל פון יארמער רב זז"ג, אז די טעם פון זאגן בדיחתא קודם הלימוד, אז דער עולם זאל קומען בצייטענס....

דא זע איך אןאנדערע סיבה, אז דער עולם זאל באקועמן נייעריג צו הערן די שיעור אליין וואס מסתם איז מיט געשמאק און שמחה
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1439
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

ר' פייוויל האט געשריבן:געווען אמאל א משולח, ער איז געקומען קיין אמעריקע פארן חתונה מאכן א קינד, איז ער געגאנגן צו זיינס א שטיקל קרוב די ביזט דאך א קרוב געמיר א שיינע סכום, פרעגט אים דער קרוב וויפיל קינדער האסטו, זאגט דער משולח, 14, זאגט דער עושר הייסט סאיז א מאטגעטש איך געב דיר איין יאר און די וועסט צוריקומען יעדע יאר,
זאגט דער משולח, בכלל נישט מיטן אייבערשטנס הילף, וועל איך איבער נעמען די עשירות נעקסטע יאר, און מיט א מאטגעטש צו באצאלן דיינע קינדערס חתונה אויכעט,
זאגט דער קרוב, ניין ניין, איך באצאל דיר די גאנצע חתונה לאז נאר די מאטגעטש ביי מיר.

נשיא חייב בשמיעת קול, א רמז ער דארף צוהערן וואס דער עולם זאגט.

מזאל נישט דארפן צוקומען לידי מתנת בשר ודם.

קען איינער ביטע טייטשן די וורט?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אמונה פשוטה האט געשריבן:
ר' פייוויל האט געשריבן:געווען אמאל א משולח, ער איז געקומען קיין אמעריקע פארן חתונה מאכן א קינד, איז ער געגאנגן צו זיינס א שטיקל קרוב די ביזט דאך א קרוב געמיר א שיינע סכום, פרעגט אים דער קרוב וויפיל קינדער האסטו, זאגט דער משולח, 14, זאגט דער עושר הייסט סאיז א מאטגעטש איך געב דיר איין יאר און די וועסט צוריקומען יעדע יאר,
זאגט דער משולח, בכלל נישט מיטן אייבערשטנס הילף, וועל איך איבער נעמען די עשירות נעקסטע יאר, און מיט א מאטגעטש צו באצאלן דיינע קינדערס חתונה אויכעט,
זאגט דער קרוב, ניין ניין, איך באצאל דיר די גאנצע חתונה לאז נאר די מאטגעטש ביי מיר.

נשיא חייב בשמיעת קול, א רמז ער דארף צוהערן וואס דער עולם זאגט.

מזאל נישט דארפן צוקומען לידי מתנת בשר ודם.

קען איינער ביטע טייטשן די וורט?

משכנתא/mortgage
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

אמונה פשוטה האט געשריבן:
ר' פייוויל האט געשריבן:געווען אמאל א משולח, ער איז געקומען קיין אמעריקע פארן חתונה מאכן א קינד, איז ער געגאנגן צו זיינס א שטיקל קרוב די ביזט דאך א קרוב געמיר א שיינע סכום, פרעגט אים דער קרוב וויפיל קינדער האסטו, זאגט דער משולח, 14, זאגט דער עושר הייסט סאיז א מאטגעטש איך געב דיר איין יאר און די וועסט צוריקומען יעדע יאר,
זאגט דער משולח, בכלל נישט מיטן אייבערשטנס הילף, וועל איך איבער נעמען די עשירות נעקסטע יאר, און מיט א מאטגעטש צו באצאלן דיינע קינדערס חתונה אויכעט,
זאגט דער קרוב, ניין ניין, איך באצאל דיר די גאנצע חתונה לאז נאר די מאטגעטש ביי מיר.

נשיא חייב בשמיעת קול, א רמז ער דארף צוהערן וואס דער עולם זאגט.

מזאל נישט דארפן צוקומען לידי מתנת בשר ודם.

קען איינער ביטע טייטשן די וורט?

משכנתא
אני ישנה ולבי ער
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

יום ד' דברים, בסייעתא דשמיא, הוריות יג.

ווען סאיז געווען א אפענע וועלט, א יוד האט גערעדט לשון הרע, האט ער באקומען א נגע, מחוץ למחנה מושבו, און ווען א יוד האט געהאלטן פארן חתונה מאכן, און איינער איז געקומען מיט א גוט שטיקל ל''ה, האט ער אים געזאגט נישט יעצט קום צוריק נאך דו שבע ברכות, און דעמאלס האט דאס געהאט יענעם חן.

מנהיג איז די אותיות גיהנם, דאס איז מרמז אויף דעם וואס דו גמ' זאגט אין סנהדרין אז א דיין זעהן כאילו גיהנם פתיחה לפניו.

אין די גמרא זעהן מיר רב פפא האט געהאט אן איבעי כהן גדול וואס ווערט קרעציג מה דינו, און קיינער האט נישט געוויסט די הלכה, ביז רב הונא איז געקומען מיט א ברייתא, קם רב פפא נשקי ברישיה ויהיב ליה לברתיה.
הרה''ג ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט''א זאגט נאך פון איינע פון די ראשי ישיבות הרב משוקבסקי, אז פון דעי גמ' פארשטייט ער פארוואס ביי א סיום מסכת דערמאנט מען די בני רב פפא,
געט א קוק, רב פפא קום אהיים, דו שוועסטער איז א כלה, מיט וועם, מיט רב הונא, וואס האט געצויגן די שידוך, וואס הייסט, ער האט געקענט די ברייתא וואס די הלכה מיט א כהן גדול איז, וואס קיינער האט דאס נישט געוויסט,
אזא שטוב וואס ווערט געבויט מיט ווער סהאט געקענט אזא ברייתא, דאס הייסט ריכטיג מחשיב זיין תורה, און ווי פאסיג איז עס צו דערמאנען ביים סיום, און מרבה זיין מיט דעם די חשקת התורה.

הצלחה רבה
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

יישר כח ר' פייוול - המביא והמגיד, פאר אלע גוטע ווערטער!
-
דאס ווארט פון רב פפא איז הערליך שיין!
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

ר' פייוויל האט געשריבן:יום ד' דברים, בסייעתא דשמיא, הוריות יג.

ווען סאיז געווען א אפענע וועלט, א יוד האט גערעדט לשון הרע, האט ער באקומען א נגע, מחוץ למחנה מושבו, און ווען א יוד האט געהאלטן פארן חתונה מאכן, און איינער איז געקומען מיט א גוט שטיקל ל''ה, האט ער אים געזאגט נישט יעצט קום צוריק נאך דו שבע ברכות, און דעמאלס האט דאס געהאט יענעם חן.

מנהיג איז די אותיות גיהנם, דאס איז מרמז אויף דעם וואס דו גמ' זאגט אין סנהדרין אז א דיין זעהן כאילו גיהנם פתיחה לפניו.

אין די גמרא זעהן מיר רב פפא האט געהאט אן איבעי כהן גדול וואס ווערט קרעציג מה דינו, און קיינער האט נישט געוויסט די הלכה, ביז רב הונא איז געקומען מיט א ברייתא, קם רב פפא נשקי ברישיה ויהיב ליה לברתיה.
הרה''ג ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט''א זאגט נאך פון איינע פון די ראשי ישיבות הרב משוקבסקי, אז פון דעי גמ' פארשטייט ער פארוואס ביי א סיום מסכת דערמאנט מען די בני רב פפא,
געט א קוק, רב פפא קום אהיים, דו שוועסטער איז א כלה, מיט וועם, מיט רב הונא, וואס האט געצויגן די שידוך, וואס הייסט, ער האט געקענט די ברייתא וואס די הלכה מיט א כהן גדול איז, וואס קיינער האט דאס נישט געוויסט,
אזא שטוב וואס ווערט געבויט מיט ווער סהאט געקענט אזא ברייתא, דאס הייסט ריכטיג מחשיב זיין תורה, און ווי פאסיג איז עס צו דערמאנען ביים סיום, און מרבה זיין מיט דעם די חשקת התורה.

הצלחה רבה

זייער שיינע געדאנקען

קליינע הערה, לברתי' מיינט א טאכטער נישט א שוועסטער
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

מר קאפלאווסקי האט געשריבן:

ער האט עס געזאגט אינדערהיים פאר די קינדער,
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

יום ה' דברים, בסייתא דשמיא, הוריות יג:

אמאל האט זיך א יונגערמאן אפגערעדט, אז זיין יודענע ליידט אויף די זכרון, פרעגט אים איינער נעבעך אזוי יונג פארגעסט זי שוין, זאגט ער ניין זו ליידט אויפן זכרון, זו געדענקט צו גוט אלעס, דאס איז צומאל פיל ערגער.

אמאל רעדט זיך א מענטש אפ, ממש ער האט זיך באנערישט, ער האט געטוהן א זאך ממש ווי א בהמה, און ער עסט זיך דאס הארץ, דאס זעהן מיר דא אין די גמ' האוכח נפש בהמה איז כשר לשכחה, ממילא ממ''נ אויב האלט ער אז ער איז א בהמה טאר ער דאך נישט עסן דאס הארץ, און איינמאל ער עסט זיך נישט דאס הארץ איז ער דאך שוין נישט קיין בהמה.

מיר האבן געלערנט, זיתים איז כשר לשכחה, שמן זית איז מועיל לשכחה,
זאגט די וועלט, אז איינער וואס עסט זיתים מיט שמן זית, האט ער ביידע און ער איז מסודר,
און זיי טייטשן דאס ארייו אין די משנה מסכת פאה, ר' יוסי אומר אין שכחה לזיתים,
אז ווען מעסט זיתים איז נישט דא קיין פראבלעם פון שכחה, ווי דערמאנט ווייל מגעט א קוועטש און און מטרינקט פון די שמן.
דאס איז אבער נישט פשוט פשט.

סאיז דא אסאך אשכולות אויף דער ענין,
ביטע נישט מאכן קיין צווישענרופן דא,
אז איר ווילט מזכה זיין דעם עולם שיקט בלויז די לינק מיטן קעפל.
יישר כח.

חזרן איז זיכער די בעסטע סגולה פאר זכרון.
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

תשעה באב

אין ספר י''ג אורות ווערט געברענגט א ווארט בשם ר' יהושע'לע דזיקוב'ער, סאיז אינטערעסאנט יעצץ פאר אונז וואס מיר האבן געלערנט וועגן זאלבן.
מיר זענען דאך משתוקק און ווארטן פאר משיח,
איז דא א דעה אין מס' סנהדרין, ר' הילל זאגט אין משיח לישראל, אז משיח גייט נישט קומען ווייל סאיז שוין געווען חזקיהו המלך, נאר דער אייבערשטער אליינס גייט אויסלייזן,
דו גמ' ברענגט אז יעדער האט אפגעפרעגט ר' הילל, אין די גמ' דרוקט זיך אויס שרא ליה מרא, דער אייבערשטער זאל אים מוחל זיין,
אדער די קשיא איז, וואס ברענגט די גמ' בכלל די דעה אז מפרעגט עס ממילא אפ,
זאגט ר' יהושע'לע פשט, אין משיח לישראל מיינט צו זאגן, מגייט אים נישט זאלבן, ווייל חזקיהו גייט קומען אויסלייזן, און ער איז שוין א געזאלבטער, גייט מען נישט דארפן זאלבן.

זאל דער אייבערשטער העלפן מיר זאלן נאך היינט זוכה זיין צום ביאת המשיח.
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

מוצאי תשעה באב

דער גארליצער רב איז געווען אין סיגוט, ווי זיין שווער די הייליגע ייטב לב האט געהאט א ישיבה,
האט ער געפרעגט א בחור וואו עסטו?
האט דער בחור געענטפערט אז ער עסט טעג, אזוי ווי די מנהג איז געווען אז מהאט געגעסן טעג ביי די בעלי בתים פון שטאט.
האט דער גארליצער רב אים געזאגט,
אז דו עסט טעג אפשר עסטו שוין אויף די ניין טעג.

זאל דער אייבערשטער העלפן מיר זאלן האבן אויפגעגעסן אלע ניין טעג און זוכה זיין צו די גאולה שלימה
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

ר' פייוויל האט געשריבן:מוצאי תשעה באב

דער גארליצער רב איז געווען אין סיגוט, ווי זיין שווער די הייליגע ייטב לב האט געהאט א ישיבה,
האט ער געפרעגט א בחור וואו עסטו?
האט דער בחור געענטפערט אז ער עסט טעג, אזוי ווי די מנהג איז געווען אז מהאט געגעסן טעג ביי די בעלי בתים פון שטאט.
האט דער גארליצער רב אים געזאגט,
אז דו עסט טעג אפשר עסטו שוין אויף די ניין טעג.

זאל דער אייבערשטער העלפן מיר זאלן האבן אויפגעגעסן אלע ניין טעג און זוכה זיין צו די גאולה שלימה

שכויח פאר אלעס ביז אהער. אבער ס'איז א באקאנט מעשה מיט הגאון הקדוש רבי דוד דייטש זצ"ל אב"ד עיר חדש, תלמיד מובהק הנודע ביהודה, איך ווייס נישט וואס האט עס איהם געמאכט טוישען צו שיין קלינגעדיגע נעמען מיט'ן ייטב לב און גארליצע רב.

זיי ממשיך.
דיימאנט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 07, 2021 6:34 pm

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיימאנט »

ראש הקהל האט געשריבן:
ר' פייוויל האט געשריבן:מוצאי תשעה באב

דער גארליצער רב איז געווען אין סיגוט, ווי זיין שווער די הייליגע ייטב לב האט געהאט א ישיבה,
האט ער געפרעגט א בחור וואו עסטו?
האט דער בחור געענטפערט אז ער עסט טעג, אזוי ווי די מנהג איז געווען אז מהאט געגעסן טעג ביי די בעלי בתים פון שטאט.
האט דער גארליצער רב אים געזאגט,
אז דו עסט טעג אפשר עסטו שוין אויף די ניין טעג.

זאל דער אייבערשטער העלפן מיר זאלן האבן אויפגעגעסן אלע ניין טעג און זוכה זיין צו די גאולה שלימה

שכויח פאר אלעס ביז אהער. אבער ס'איז א באקאנט מעשה מיט הגאון הקדוש רבי דוד דייטש זצ"ל אב"ד עיר חדש, תלמיד מובהק הנודע ביהודה, איך ווייס נישט וואס האט עס איהם געמאכט טוישען צו שיין קלינגעדיגע נעמען מיט'ן ייטב לב און גארליצע רב.

זיי ממשיך.

גראדע געזען די וואך אין גליון זקניך ויאמרו לך,
אז כ''ק סאטמער רבי מהר''א האט עס פארציילט מיט גארליצע רב ביי די ייטב לב'ס ישיבה.
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

יום ב' ואתחנן, בסייעתא דשמיא, הוריות יד.

ב''ה מיר גרייטן זיך שוין צו מסיים זיין די מסכת.
אין ספר י''ג אורות, ברענגט ער פון ר' יהושע'לע דזיקוב'ער, אז סוף מסכת שטייט מזאל זאגן דעם הדרן ויואיל לשכחה, האט ער געזאגט א ווערטיל, אז יעדע בלאט גמרא וואס מלערנט, קען מען פארגעסן מיטן לערנען די קומענדיגע בלאט גמ' וואס מלערנט, אבער ווען סקומט צום לעצטן בלאט טראכט דער מענטש, אז די בלאט וועל איך שוין געדענקן, מלערנט דאך גארנישט נאכדעם, זאגט מען פאר דעם מענטש זאג נאר דעם הדרן וועסטו האבן נאך א בלאט ויואיל לשכחה, אזוי וועסטו קענען פארגעסן וואס דו האסט יעצט געלערנט.

איו תו' עירובין נג שטייט, אז מיר זענען אין אזא שוואכע דור, אז ווען מקומט צו די קומענדיגע מסכת, פארגעסט מען די פריערדיגע, מיד כשמתחילין, זעהט אויס תו' האט נאך נישט געוויסט פון אונזער סגולה.
אבער אין פרק חלק, איז דא א רש''י ביי די גמ' אז ווען מלערנט ווערט פון דעם א ניגון, אז די תורה נעמט זיך אן פאר דו מענטש אז ער זאל נישט פארגעסן.

נאך פארציילט ר' יענקעלע אין י''ג אורות בשם ר' יהושע'לע, אז א בעל תפילה איז אמאל געקומען צום עטרת יהושע, אז ער קען נישט דאווענען פארן עמוד ער האט אימתא דציבירא, האט ער אים געזאגט, טראכט פונעם אייבערשטן, און פון אים האסטו דאך נישט מורה, השם ירחם.

אין משניות ענדיגט זיך די מסכת, מיט די חשיבות פון תורה, ממזר תלמיד חכם קודם לכהן גדול עם הארץ,
זאגט די וועלט א ווערטיל, דער כ''ג טוט טאקע מורה'דיגע זאכן, אבער ווי אפט טוט ער עס, איין מאל א יאר, אבער דער ת''ח דארף דאך האלטן און איין לערנען צו קענען געדענקן די תורה.
און א יוד וואס האט זוכה געווען צו מסיים זיין די מסכת, איז דאס אויך געקומען פון לערנען כסדר מיט א קביעות, פאר די קביעות אליינס איז ער דאך אויך זייער חשוב תדיר ושאינו תדיר, תדיר קודם.

פראוועט א גרויסע סיום מיט אייער בני בית אין קינדערליך אינדערהיים, דאס געט די שטערקסטע כוחות אנצוגיין אויף ווייטער.
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

ר' פייוויל מיר ווארטן ארויס בכליון עיינים זאלסט ממשיך אויך מיט די בדיחותא אויך פאר מסכת זבחים, מ'קען דאך נישט אנהייבן דעם עמוד אנדערש.
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

מיר האבן אנגעהויבן יעצט מסכת זבחים
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

שפע רב האט געשריבן:ר' פייוויל מיר ווארטן ארויס בכליון עיינים זאלסט ממשיך אויך מיט די בדיחותא אויך פאר מסכת זבחים, מ'קען דאך נישט אנהייבן דעם עמוד אנדערש.

דאכט זיך דף ב עמוד א הוריות האט ער אויך נישט געזאגט.

זעהט אויס אז דף ב' עמוד א פארט אזוי אויך. וכן ראיתי בעיני.

אגב, כ'האב פארציילט פאר הרה''ג ר' פייוועל שליט''א וועגן די אשכול. וכן הוי, 'ובדחו רבנן'. (מיינט נישט אז ער האט הנאה פון דעם אשכול. דאס ווייס איך נישט, אבער צו מיר האט ער געגעבן א שמייכל. לקיים כדרכו הוי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות).
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

פאראויס האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:ר' פייוויל מיר ווארטן ארויס בכליון עיינים זאלסט ממשיך אויך מיט די בדיחותא אויך פאר מסכת זבחים, מ'קען דאך נישט אנהייבן דעם עמוד אנדערש.

דאכט זיך דף ב עמוד א הוריות האט ער אויך נישט געזאגט.

זעהט אויס אז דף ב' עמוד א פארט אזוי אויך. וכן ראיתי בעיני.

אגב, כ'האב פארציילט פאר הרה''ג ר' פייוועל שליט''א וועגן די אשכול. וכן הוי, 'ובדחו רבנן'. (מיינט נישט אז ער האט הנאה פון דעם אשכול. דאס ווייס איך נישט, אבער צו מיר האט ער געגעבן א שמייכל. לקיים כדרכו הוי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות).

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ער האט אנגהויבן מס' זבחים מיט א ווערטיל אז ער גייט נישט זאגן מער קיין ווערטלעך ....

נאר א ווערטיל..
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”