חזרת הדפים - מסכת יבמות אויף אידיש

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

חזרת הדפים - מסכת יבמות אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

בס״ד
זאגט די הייליגע משנה
עס איז דא פיפצען מינע פרויען מיט וואס ראובן א ברידער פון איין טאטע מיט שמעון, קען חתונה האבן און די פרוי זאל זיין א איסור ערוה מדאורייתא פאר שמעון. און אויב ראובן האט חתונה געהאט מיט איינע פון די פרויען, און נאכדעם איז ער געשטארבען אן א קינדער, איז נישט דא די מצוה פון יבום פאר שמעון, ווייל די פרוי איז דאך אסור פאר אים, איז די צרה פון די פרוי דאס מיינט די אנדערע ווייב פון ראובן אויך פטור פון יבום ווייל זי הייסט א צרת ערוה. און אויב עס איז דא נאך א ברידער לוי וואס ער איז געגאנגען און געמאכט יבום מיט די צרה און ער אליין האט אויך נאך א ווייב, און נאכדעם איז לוי אויך געשטארבען אן א קינדער זענען זיינע צוויי פרויען אויך פטור פון יבום אפילו זיי ביידע האבן נישט קיין שום ערוה צי שמעון, וויבאלד איין פרוי איז געווען א צרת ערוה ווען זי איז געפאלן צי יבום די לעצטע מאל, איז זי אסור/פטור און די אנדער פרוי איז אויך אסור ווייל זי הייסט א צרת צרה.
די משנה זאגט אבער קלאר אז די ערוה מיז האבן חתונה געהאט מיט די ברידער בשעת׳ן שטארבען, און נאר דעמאלט איז די צרה פטור, משא״כ אויב איז זי נאר ״געווען״ חתונה געהאט מיט די ברידער, איז די צרה מחיוב ביובם.

פרעגט די גמרא
אויף וואס׳ערע סדר האט די משנה אויסגערעכנט די פיפצען עריות, אויב וויאזוי איך לערן ארויס אז מען טאר נישט מאכן יבום אויף א ערוה דעמאלט וואלט מען ווען געדארפט אנפאנגען מיט אחות אשתו, אויב אויף די הארבקייט פון די שטראף וואלט מען ווען געדארפט אנהייבן מיט חמותו ווייל די שטראף פון שריפה ווייס איך פון איר, און אויב גיי איך מיט חביבא און די תנא גלייכט בעסער אזאך וואס קימט פון א לימוד, און בתו מאניסתו קימט פון א לימוד, דעמאלט זאל ער שרייבן אחות אשתו די לעצטע, און זאג מיר נישט אז ווייל ער רעדט שוין פון ברידערשאפט רעדט ער שוין פון דעם אויך, ווייל אויף דעם ארויף וואלט ער געקענט שרייבן די גאנצע סעט פון ברידערשאפט צום סוף. פירט די גמרא אויס אז די ריכטיגע סיבה איז אז ער גייט און די רייע פון נאנטקייט צים מיבם. און סוף משנה וואלט טאקע געדארפט שטיין כלתו פאר אשת אביו שלא היה בעולמו, נאר וויבאלד ער רעדט שוין פון ברידערשאפט שרייבט ער שוין די איסור אויך.

די משנה זאגט פוטרות צרתיהן וצרות צרותיהן מן החליצה ומן היבום. פרעגט די גמרא שרייב פשוט חמש עשרה נשים אוסרות צרתיהן, איז די גמרא מסביר אז אויב עס שטייט ווען נאר אוסרות און די משנה וואלט איך געמיינט אז מען מעג חליצה און מאכן חליצה איז א פראבלעם ווייל אם אתה אומר חולצת מתיבמת. און שרייבן נאר פוטרות מן היבום האב איך ווייטער די זעלבע פראבלעם, און די גמרא פירט אויס אז די משנה שרייבט ביידע און אויף דעם סדר צי ווייזען אז די הלכה איז ווי אבא שאול אז חליצה קימט פאר יבום.

אנפאנג משנה שטייט חמש עשרה און נאך אלע ערוה׳ס שטייט הרי אלו, פרעגט די גמרא וואס איז דעס ממעט, ענטפערט די גמרא עס איז דא פיר מינע פרויען וואס עס קען זיין אז זייערע צרות איז די משנה ממעט. סוטה, אילונת וואס מהאט געוויסט, ממאנת ממיבם, און א מחזיר גרושתו.

פון ווי ווייס איך אז א צרה איז אסור במקום יבום? ווייל ביי יבום שטייט יבמה יבוא עליה, און ביי אחות אשה שטייט לא תקח לצרור לגלות ערותה עליה בחיה, זאג איך אז דעס וואס עס איז א מצוה ביי יבום איז אסור ביי אחות אשה, און די צרה ווייס איך פון לצרור, און צרת צרה ווייל עס וואלט געקענט שטיין צרור. אנדערע ערוה׳ס ווייס איך ווייל פינקט ווי אחות אשה איז א ערוה און זדונה כרת ושגגתו חטאת און זי איז אסור ליבם אף כל שהיא ערוה וזדונו כרת ושגגתו חטאת איז אסור ליבם און פינקט ווי ביי דעם צרתה אסורה אזוי אויך ביי אלע אנדערע ערוה׳ס איז צרתה אסורה. אבער אויב די ערוה איז חתונה געהאט מיט א מאן וואס איז נישט מיין ברידער פון איין טאטע איז נישט דא קיין שום פראבלעם חתונה צי האבן מיט איר צרה ווייל פון אחות אשה זע איך אז דוקא אז דוקא א פאל ווי עס איז שייך יבום איז אסור אבער ווען נישט נישט. און די עונש כרת ווייס איך פון כי כל אשר יעשה מכל התועבות ונכרתו, און דעס מיינט אלע ערוה׳ס וואס ווערט דארט אויסגערעכנט.

די גמרא פרעגט פארוואס מען דארף האבן א פסוק אז עס איז נישט דא די מצוה פון יבום ביי א ערוה, פארוואס זאל איך טראכטען אז עס איז יא דא עס איז דאך א לא תעשה שיש בו כרת און א עשה איז נישט דוחה א לא תעשה שיש בו כרת די גמרא גייט יעצט אריין באריכות און די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: חזרת הדפים - מסכת יבמות אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

בס"ד

מסכת יבמות דף ד.

די גמרא פאנגט אן דורכ'ן פרעגן, וואו איז די מקור פון עשה דוחה לא תעשה, דאס איז ביי די מצוה פון ציצית וואס שטייט אין די תורה, גדילים תעשה לך און א צווייטע פלאץ שטייט לא תלבש שעטנז, לערנט מען ארויס עשה דוחה לא תעשה. די גמרא גייט אריין אין דעם וויאזוי די לימוד גייט צו, זאגט די גמרא אז ס'גייט צו מכח סמוכים, ס'שטייט סמוכים לעד לעולם עשיום באמת וישר, פון דעם לערנט מען ארויס אז ווען איין זאך שטייט נעבן א צווייטע זאך ווייזט מיט דעם די תורה אז דא לערנט מען ארויס איין זאך פון די צווייטע. ממילא ווען עס שטייט גידולים תעשה לך נעבן די פסוק לא תלבש שעטנז לערנט מען ארויס אז ביי די מצוה פון ציצית מעג מען אנטוהן שעטנז, ממילא קען מען ארויסלערנען פון דא אז עשה דוחה לא תעשה.
אז מ'רעדט שוין פון סמוכין לייגט די גמרא צו אז מען לערנט ארויס פון דאס וואס עס שטייט כי ישבו אחים יחדיו נעבן די פסוק לא תחסום שור בדישו אז אויב א יבמה פאלט צו א מנוול אדער מוכה שחין מאכט מען נישט צו איר מויל איר צו צווינגען חתונה האבן צו איר נאר מ'צווינגט אים צו איר געבן חליצה (רש"י)
לייגט די גמרא צו, אז אפילו די וואס דרשנ'ן נישט אייביג סמוכין, אין משנה תורה דרשנ'ן זיי יא, ווייל ר' יהודא וואס אין די גאנצע תורה דרשנ'ט ער נישט קיין סמוכין אבער אין משנה תורה יא.
וואו זעהט מען אז אין די גאנצע תורה חוץ משנה תורה דרשנ'ט ער נישט סמוכין? ווייל אין פרשת משפטים שטייט א פסוק. מכשפה לא תחיה נעבן די פסוק כל שוכב עם בהמה מות יומת ארויסצולערנען אז מכשפה באקומט די זעלבע מיתה וואו שוכב עם בהמה וואס באקומט סקילה (דאס לערנט מען ארויס פון דמיהם בם דמיהם בם וואס שטייט ביי אוב וידעונו).
דאס אז די לימוד מכח סמוכים (בן עזאי). קומט ר' יהודא און זאגט, וועגן ס'שטייט איינס נעבן צווייטן זאל ער באקומען סקילה? נאר ער לערנט ארויס פון דעם וואס אויב וידעונו איז געווען אין די כלל פון מכשפה (וואס איז אויך כישוף) פארוואס דארף די תורה שרייבן א עקסטערע פסוק פאר אויב וידעונו? ארויסצולערנען אז פאר מכשפה איז די מיתה סקילה. (למעשה לויט ביידע באקומט א מכשפה סקילה, לויט בן עזאי מכח סמוכים און לויט ר' יהודא מכח דבר שהיה בכלל ויצא מן הכלל ללמד לא ללמד על עצמו יצא אלא ללמד על הכלל כולו יצא און לויט ביידע איז די מקור פון די מיתה פון אוב וידעוני)
אבער די זעלבע ר' יהודא דרשנ'ט יא סמוכים אין משנה תורה, ווייל ס'דא א ברייתא וואס שטייט: תנא קמא האלט אז א מענטש מעג חתונה האבן מיט א פרוי וואס זיין טאטע האט מאנס געווען אדער מפתה געווען משא"כ ר' יהודא זאגט אז מ'מעג נישט. פון וואו לערנט ר' יהודא ארויס אז מ'מעג נישט ווייל ס'שטייט אין פסוק לא יקח איש את אשת אביו ולא יגלה כנף אביו דרשנ'ן ר' יהודה, כנף שראה אביו לא יגלה לערנט דאס ארויס אז מ'מעג נישט חתונה האבן מיט די אנוסת או מפותת אביו, האקט די גמרא אריין, פון וואו ווייסטו אז מ'רעדט פון א אנוסה און די פרשה פון לא ילגה כנף אביו? ענפערט די גמרא ווייל העכער דעם שטייט ונתן האיש השוכב וכ"ו חמישים כסף. זעהט מען אז דא וואס ס'שטייט לא יגלה כנף אביו רעדט מען אויך פון א אנוסה. (ווייסעך נישט פון זיי לערנען ארויס אז ס'מיינט אויך מפותת אביו) זאגט די גמרא אז די רבנן זענען נישט מסכים צו די פשט ווייל די ווערטער לא יקח איש את אשת אביו האקט איבער צווישן די צוויי פסוקים (ווערטער) וואס די ווילסט ארויסלערנען ממילא קענסטו נישט דרשנ'ן סמוכים דא און זיי לערנען ארויס פון די פסוק לא יגלה כנף אביו אז א מען מעג נישט חתונה האבן מיט א שומרת יובם, איי ס'שטייט שוין איימאל? דאס איז צו עובר זיין אויף נאך א לאוו. זעהט מען פון דעם אז ר' יהודא דרשנ'ט סמוכים אין משנה תורה (פרשת דברים).

פרעגט די גמרא פארוואס אויב ער דרשנ'ט נישט סמוכים אין די גאנצע תורה סמוכים, פארוואס אין משנה תורה יא?

המשך יבא אי"ה...

גרויסע עם הארץ
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”