די קשיא איז נישט אזוי שווער מזעהט אזא לשון ווי רש"י ברענגט ויקרא כו מב פון תו"כ עפרו של יצחק נראה לפני צבור ומונח על המזבח, וכן בראשית כב יד ברענגט ער פון ירושלמי תענית אפרו של יצחק צבור ועומד לכפרה, און די גמ' אין זבחים סב ברענגט לענין מקום המזבח אפרו של יצחק ראו שמונח באותו מקום.
און אויף די ערשטע קשיא אפשר קען מען זאגען אז תוס' מיינט נישט עצם אדם א ביין נאר מעצמיות האדם דהיינו פון האר אדער הויט, און אזוי איז אויך משמע לשון התוס' טז. ד"ה אפר פי' אותו אפר הוה 'מדבר' הנשרף מעצמות אדם, אבער טו: פירט תוס' אויס ובעקידה היה עצמות, איז יא משמע ער מיינט עצמות ממש, ואינו מוכרח
תענית דף טז עמוד א' רש''י ד"ה מורא לעובדי כוכבים ששומעין גדולות ישראל וירושלים ומתפחדים עליהם שמעתי לישנא אחרינא הר המוריה הר סיני מורא לעובדי כוכבים במתן תורה דכתיב (תהלים עו) ארץ יראה ושקטה: וואס איז די פשט הר המוריה איז אין א"י הר סיני איז אין מדבר..?
חבר תורתך שעשועי האט געשריבן:תענית דף טז עמוד א' רש''י ד"ה מורא לעובדי כוכבים ששומעין גדולות ישראל וירושלים ומתפחדים עליהם שמעתי לישנא אחרינא הר המוריה הר סיני מורא לעובדי כוכבים במתן תורה דכתיב (תהלים עו) ארץ יראה ושקטה: וואס איז די פשט הר המוריה איז אין א"י הר סיני איז אין מדבר..?
יז. כהן שמכיר משמרתו ובית אב שלו וכו' אסור לשתות יין וכ' שמא יבנה ביהמ"ק און ער וועט דארפן טון די עבודה, לכאורה איז פון דא א ראיה אויף הלכה למעשה צו וואס רש"י זאגט אין ר"ה ל. און סוכה מא. און אזוי אויך תוס' שבועות טו: אז די בית השלישי גייט אראפקומען בנוי ומשוכלל, און ס'וועט שוין זיין גרייט לעבודה נאך פאר ס'וועט זיין צייט זיך אויס צוניכטערען
די משנה זאגט דארט אז אויב קומט גשמים נאר אויף איין שטאט און אויף איין שטאט נישט, איז די שטאט וואס ס'רעגנט נישט מתענה ומתרעת וכל סביבותיה מתענות ולא מתריעות. און רש"י איז מסביר אז פארדעם דארפן די ארומיגע שטעט אויך פאסטן ווייל מ'גייט קומען איינקויפן ביי זיי אין שטאט תבואה און ס'וועט זיין א הונגער ביי זיי אין שטאט אויך.
די משנה זאגט ווייטער אז ביי א דבר אדער מפולת איז די זעלבע זאך, אותה העיר מתענה ומתרעת וכל סבבותיה מתענות ולא מתריעות, אבער דא זאגט רש"י נישט גארנישט פארוואס די אנדערע שטעט דארפן אויך זיך משתתף זיין אין די פאסטן און דא איז נישט עכט שייך די טעם פון אויבן ביי עצירת גשמים.
די משנה זאגט דארט אז אויב קומט גשמים נאר אויף איין שטאט און אויף איין שטאט נישט, איז די שטאט וואס ס'רעגנט נישט מתענה ומתרעת וכל סביבותיה מתענות ולא מתריעות. און רש"י איז מסביר אז פארדעם דארפן די ארומיגע שטעט אויך פאסטן ווייל מ'גייט קומען איינקויפן ביי זיי אין שטאט תבואה און ס'וועט זיין א הונגער ביי זיי אין שטאט אויך.
די משנה זאגט ווייטער אז ביי א דבר אדער מפולת איז די זעלבע זאך, אותה העיר מתענה ומתרעת וכל סבבותיה מתענות ולא מתריעות, אבער דא זאגט רש"י נישט גארנישט פארוואס די אנדערע שטעט דארפן אויך זיך משתתף זיין אין די פאסטן און דא איז נישט עכט שייך די טעם פון אויבן ביי עצירת גשמים.
ביי דבר האב איך מורא עס וועט זיך פארשפרייטען אהער ווי ס'שטייט אין די גמ' כא: איכא מותנא ביה חוזאי וכו' ליכא מעברא וכו',
אזוי אויך מפולת פון רוחות איז דאך פשוט עס קען בלאזן אהער.
משנה כו. עלכל משמר ומשמר היה מעמד בירושלים של כהנים של לוים ושל ישראלים, ומבואר בגמ' כז. אמר רב יהודה אמר שמואל כהנים לוים ישראלים מעכבין את הקרבן, פרש"י אם אין מעמד מכולם בירושלים וכו' דכיון דכולהו בעלים בעינן דליהוי כולהו על גבי עבודה.
פארוואס קענען נישט כהנים שטיין פאר ישראלים, ישראלים פאר פאר כהנים לוים, לוים פאר כהנים לישראלים? נאר ס'דארף דוקא זיין פון אלע דריי, לענין דעם קרבן צבור זענען דאך אלע בעלים שוים, קען דען נישט א כהן זיין א שליח פאר א ישראל/לוי בכל התורה כולו?
כט. דכתיב ובחודש החמישי בשבעה לחודש וכו' וכתיב ובחודש החמישי בעשור לחודש וכו' הא כצד בשביעי נכנסו להיכל ואכלו וקלקלו בו שביעי שמיני ותשיעי וסמוך לחשיכה הציתו בו את האור.
שטייט ווייטער אין די גמ' אמרו כשחרב ביהמ"ק בראשונה אותו היום תשעה באב היה וכו' ומשמרתה של יהוריב היתה והלוים היו אומרים שירה ועומדין על דיכנם, איז מבואר אז ביז די לעצטע מינוטן וואס מ'האט אונטערגעצינדען דעם היכל איז די עבודה אנגעגאנגען, און אזוי אויך ווייטער זאגט די גמ' כשחרב ביהמ"ק בראשונה נתקבצו כיתות כיתות של פרחי כהונה ומפתיחות ההיכל בידן ועלו על גג ההיכל וכו' והם קפצו ונפלו לתוך האור, און אויבן זאגט די גמ' אז פון שביעי און שמיני זענען די נכרים שוין אריין אין היכל.
וועגן עצמות אדם, איך בין נישט אזוי קלאר אין די הלכהדיגע חלק. דאס איז זיכער אז א מת איז אסור בהנאה, אבער טאמער איז א מת אדער א חלק פון א מת פארברענט געווארן איז דא א חיוב קבורה אויף די אפר? איז עס אין כלל פון איסור פון לא תלין אדער עס הייסט שוין אפר.
אן ענדליכע קושיא-עיון האב איך פונקט געהאט היינט איבער דעם באקאנטען רבי יוחנן, דין גרמא דעשיראה ביר. האט רבי יוחנן נישט באגראבן א ביין פון זיין זון? וואס איז פשט?
הבוחר בטוב האט געשריבן:יז. כהן שמכיר משמרתו ובית אב שלו וכו' אסור לשתות יין וכ' שמא יבנה ביהמ"ק און ער וועט דארפן טון די עבודה, לכאורה איז פון דא א ראיה אויף הלכה למעשה צו וואס רש"י זאגט אין ר"ה ל. און סוכה מא. און אזוי אויך תוס' שבועות טו: אז די בית השלישי גייט אראפקומען בנוי ומשוכלל, און ס'וועט שוין זיין גרייט לעבודה נאך פאר ס'וועט זיין צייט זיך אויס צוניכטערען
שיינע הערה. די שאלה איז, אפשר וועט מען טוען די עבודה אפילו די ביהמ"ק איז נאך נישט אויפגעבויט וכולי (סוגיא מקריבין אע"פ שאין בית)