חידות וידיעות על דפי השיעור - מס' סוכה

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

חידות וידיעות על דפי השיעור - מס' סוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

אויף דעם שווערן מאמר פון רבי יוחנן סוכה העשויה ככבשן, ז: איז דא אן אינטרעסאנטער זוה"ק:
רע"מ פנחס רנ"ה ע"ב, וואס צייגט אז די גאנצע זאך עפ"י סוד און עס דארף זיין סתום - און דערפאר זאגט רבי יוחנן ככבשן, און נישט ווי עס וואלט געדארפט שטיין סוכה עגולה (ווי רש"י זאגט אויף סוכת העשויה כשובך).

"בחמשה עשר יום לחדש השביעי וגו'", דאיהי תשרי "מקרא קדש יהיה לכם וגו' כל מלאכת עבודה לא תעשו וחגותם אותו חג לה' שבעת ימים וגו'". "בחמשה עשר" מסטרא די"ה, "וחגותם אותו" דא אות ו' עמודא דאמצעיתא, "שבעת ימים", מסטרא דבת שבע דאיהי מלכות, אבהן ורעיא מהימנא ואהרן דוד ושלמה הא אינון שבע לקבל שבע ספיראן. אנא בעינא לתקנא לכון סכה דאיהי אימא עלאה לסככא עלייהו כאמא על בנין ובגין ז' ספיראן אמר קרא "כי בסכות הושבתי את בני ישראל" במפקנותהון מארעא דמצרים בז' ענני כבוד, אית באות ו' בסכות חסר ו' דאתמר בה (שם) "בסכת תשבו שבעת ימים", איהי אימא, אבל סוכה באת ו' איהו ברזא דתרין בנין ידוד אדני והכי סליק סוכ"ה בחושבן, יאהדונהי, תרין כרובים דהם (שמות כ"ה) "סוככים בכנפיהם על הכפורת ופניהם איש אל אחיו", ואית עשרה טפחים בכרובים מתתא לעילא מרגליהון עד רישיהון ומרישיהון ועד רגליהון ושריין על טפח דאיהו י' ועשרה עשרה מעילא לתתא ומתתא לעילא היינו יו"ד, ובגין כך שיעורא דסכה אמרו רבנן לא פחות מעשרה ולא למעלה מעשרים. סכה העשויה ככבשן מסטרא דאימא, עלה אתמר (שמות י"ט) "והר סיני עשן כלו מפני אשר ירד עליו ה' באש ויעל עשנו כעשן הכבשן", ואוקמוה מאי (יחזקאל א) והחיות רצוא ושוב כאור היוצא מפי הכבשן, וכלא חד, (ישעיה ד') "וסכה תהיה לצל יומם", דסכך בעינן, וסכך אתעביד לצל דאתמר ביה (תהלים צ"א) "בצל שדי יתלונן", ולא בצל סכת הדיוט דאגין על גופא משמשא, אלא צל לאגנא על נשמתא, (שיר השירים ב') "בצלו חמדתי וישבתי", (איכה ד') "אשר אמרנו בצלו נחיה בגוים". צל עם ם' איהי צלם דאתמר ביה (תהלים ל"ט) "אך בצלם יתהלך איש". ם' סתומה אית לה ארבעה דפנות, ומה דאוקמוה שתים כהלכתן ושלישית אפילו טפח ולמאן דאמר שלשה כהלכתן ורביעית אפילו טפח, ואינון בגין דא תרין תלת ארבע הא תשע, טפח איהי עשיראה לאשלמא כל חסרון, ובגין דא שיעור סכה לא פחות מעשר דאיהי מלכות, עשיראה דכל דרגין, ולא למעלה מעשרין דאיהי כ' כתר עליון דלא שלטא ביה עינא. כבוד עלאה עליה אמר משה (שמות ל"ג) "הראני נא את כבודך", ואתיב ליה קודשא בריך הוא "לא תוכל לראות את פני", ולית כבוד בלא כ', ובגין דא שערו מארי מתניתין לקבלייהו סכה העשויה כמבוי מסטרא דאת ב', כמין גא"ם מסטרא דאת ג', כמין צריף מסטרא דאת ד', ושבע אתוון אינון בג"ד כפר"ת כ' כבשן ב' בורגנין ושאר סכות, וכלהו רמיזי לגבי מארי מתניתין ולית לארכא בהון, ואינון לקבלייהו שבעה ככבי לכת ואינון דכר ונוקבא, ובגין דא אתקריאו ז' כפולות כגון שבעה שרגין דמנרתא דאתמר בה (תהלים קי"ט) "שבע ביום הללתיך", הכי (זכריה ד') "שבעה ושבעה מוצקות", הכי שבעה ספיראן כפולות ושבעה יומי בראשית לתתא שבעה לעילא "אין כל חדש תחת השמש".

איבער די גיאמטעריקס און חשבונות פון סוכה עשויה ככבשן קען מען זייער אסאך מאריך זיין, ובפרט מיט די דייני דקסרי וואס דארף א שטארקן ביאור, ודברי התוספות והרשב"א ידועים.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כח הרב נאטרוליסט, פארן אשכול און פארן זוהר הקדוש, וואס כאטש מיר פארשטייען נישט, זעהט מען אבער אז יעדעס ווארט אין נגלה האט אן אחוזה בסתרי תורה, וכולן מרועה אחד ניתנו.

-

חידה: היכי תימצי אז א איד זיצט אין א סוכה, רוב פון די דאך איז "נישט" סכך כשר, און ער איז מקיים מצות סוכה לכל הדיעות?

(דער פתרון געפונט זיך אין די ערשטע אכט בלאט פון די מסכת)
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

מיללער האט געשריבן:יישר כח הרב נאטרוליסט, פארן אשכול און פארן זוהר הקדוש, וואס כאטש מיר פארשטייען נישט, זעהט מען אבער אז יעדעס ווארט אין נגלה האט אן אחוזה בסתרי תורה, וכולן מרועה אחד ניתנו.

-

חידה: היכי תימצי אז א איד זיצט אין א סוכה, רוב פון די דאך איז "נישט" סכך כשר, און ער איז מקיים מצות סוכה לכל הדיעות?

(דער פתרון געפונט זיך אין די ערשטע אכט בלאט פון די מסכת)

רש"י דף ד' עמוד א' ד"ה כשרה מיינסטו?
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איר מיינט 'פסל היוצא מן הסוכה נידון כסוכה', נישט קיין שלעכטער צושטעל, אבער נישט דאס האב איך גמיינט, נאר אפית ביי א סוכה אין די ז' על ז'
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

derech eretz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:יישר כח הרב נאטרוליסט, פארן אשכול און פארן זוהר הקדוש, וואס כאטש מיר פארשטייען נישט, זעהט מען אבער אז יעדעס ווארט אין נגלה האט אן אחוזה בסתרי תורה, וכולן מרועה אחד ניתנו.

-

חידה: היכי תימצי אז א איד זיצט אין א סוכה, רוב פון די דאך איז "נישט" סכך כשר, און ער איז מקיים מצות סוכה לכל הדיעות?

(דער פתרון געפונט זיך אין די ערשטע אכט בלאט פון די מסכת)

רש"י דף ד' עמוד א' ד"ה כשרה מיינסטו?

פסל היוצא מן הסוכה איז סכך כשר. - דאס קען עס נישט מיינען.
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

מיללער האט געשריבן:איר מיינט 'פסל היוצא מן הסוכה נידון כסוכה', נישט קיין שלעכטער צושטעל, אבער נישט דאס האב איך גמיינט, נאר אפית ביי א סוכה אין די ז' על ז'

ביטע זייט מסביר, וואו איז די סכך פסול?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מצלמה האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איר מיינט 'פסל היוצא מן הסוכה נידון כסוכה', נישט קיין שלעכטער צושטעל, אבער נישט דאס האב איך גמיינט, נאר אפי'ביי א סוכה אין די ז' על ז'

ביטע זייט מסביר, וואו איז די סכך פסול?

גערעכט, נישט דאס האב איך געמיינט, ער האט געמיינט אפי' די סוכה איז פסול.
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

מיללער האט געשריבן:

אויב אזא איז דאך נאך אופנים, פרוץ מרובה על העומד און די לחי זקוף איז אויף כשר אפי' ס'איז נישט קיין טפח. - ביי שבת סוכות.

וואס איז געווען אייער תירוץ? עס איז נישט אריינגעקומען קלאר.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב נאכנישט געשריבן די תירוץ.

היכי תמצא א סוכה וואס רוב פונעם דאך איז נישט באדעקט מיט סכך כשר, און די גאנצע סוכה איז כשר?
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

מיללער האט געשריבן:איך האב נאכנישט געשריבן די תירוץ.

היכי תמצא א סוכה וואס רוב פונעם דאך איז נישט באדעקט מיט סכך כשר, און די גאנצע סוכה איז כשר?

בשחבטן?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מצלמה האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איך האב נאכנישט געשריבן די תירוץ.

היכי תמצא א סוכה וואס רוב פונעם דאך איז נישט באדעקט מיט סכך כשר, און די גאנצע סוכה איז כשר?

בשחבטן?

יאפ, די סוכה האט אביסל סכך כשר, אינאיינעם מיט די צווייגן פונעם בוים איז עס צלתה מרובה מחמתה וחבטן איז די סוכה כשר.
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

סוכה של ז' על ז' וד' אמות מכל הצדדים גג שמדין לבוד כשר,
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הבוחר בטוב האט געשריבן:סוכה של ז' על ז' וד' אמות מכל הצדדים גג שמדין לבוד כשר,

ד' אמות הוא מדין דופן עקומה, לבוד הוא רק בג' טפחים. ותחת הגג אסור לישב בציור כזה.
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

גערעכט טעיתי
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

מיללער האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איך האב נאכנישט געשריבן די תירוץ.

היכי תמצא א סוכה וואס רוב פונעם דאך איז נישט באדעקט מיט סכך כשר, און די גאנצע סוכה איז כשר?

בשחבטן?

יאפ, די סוכה האט אביסל סכך כשר, אינאיינעם מיט די צווייגן פונעם בוים איז עס צלתה מרובה מחמתה וחבטן איז די סוכה כשר.

סארי, עס שטימט אבער נישט. רש"י זאגט קלאר אז רוב מוז זיין סכך כשר. אייער חידה האט נישט קיין תירוץ.

איך האב געשריבן א "?" - ווייל איך קלער נישט אז דאס איז דער תירוץ.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב נישט געשריבן אז רוב איז סכך פסול, נאר אז רוב איז "נישט" סכך כשר, רעכן אויס וועסטו זעהן אז די סכך פסול אינאיינעם מיט די חמתה איז מער ווי די סכך כשר.

שבת שלום
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בדף יח. האי צחנתא דבב נהרא שריא. זאגט רש"י אז דאס איז א 'מין דגים קטנים'.

זאגט דער רש"ש אן אינטערעסאנטע זאך: לבי אומר לי דזהו הנקרא בלע"ז שטינקע"ס כי צחן הוא לשון סרחון, עיי"ש באורך.

שטינקע"ס איז א סארט טונא פיש, כידוע איז דא א גרויסע מבוכה אין די פוסקים לגבי טונא פיש צו עס דארף א משגיח תמידי ביים קענע"ן ווייל מקען אריינמישן מיני דגים טמאים, איז,דער גמרא און רש"ש פון די מראי מקומות בהנידון.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אן אינטערעסאנטע ידיעה טרעפן מיר אין תוספות דא אין סוכה דף כד: ד"ה על מנת, אז תמר אשת יהודה איז געווען די טאכטער פון שם בן נח, דער מהר"ץ חיות דא אויפן פלאץ זאגט אז דער מקור אז א מדרש רבה בראשית פ' פ"ה בשם רבי מאיר אז דערפאר איז איר געקומען שריפה מכח דער פסוק פון ובת איש כהן כי תחל לזנות באש תשרף, און תמר בתו של שם היתה, עיי"ש.
לאטצי
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 20, 2010 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאטצי »

אינטערסאנט איז ווייל די גמרא אין נדרים דף ל"ב ע"ב, זאגט אז די אייבישטער האט אוועקגענומען די כהונה פון שם'ס קינדער און עס געגעבן גלייך צו אברהם, חוץ אויב די שטראף פום די בת כהן קומט זיך שריפה נאר אלט'ס די טאטע'ס כבוד און נישט די אייגענע כהונה..
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לאטצי האט געשריבן:אינטערסאנט איז ווייל די גמרא אין נדרים דף ל"ב ע"ב, זאגט אז די אייבישטער האט אוועקגענומען די כהונה פון שם'ס קינדער און עס געגעבן גלייך צו אברהם, חוץ אויב די שטראף פום די בת כהן קומט זיך שריפה נאר אלט'ס די טאטע'ס כבוד און נישט די אייגענע כהונה..

זיכער, את אביה היא מחללת, דאס איז דאך די טעם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בדף כח. ברענגט די גמ' די אלע זאכן וואס רבן יוחנן בן זכאי האט געקענט ובתוכם ווערט אויסגערעכנט "שיחת דקלים", צייכנט רבי ישעי' פיק זצ"ל איין אויף די זייט אז מ'זאל נאכקוקען אין ספר הערוך ערך סח וואס שרייבט דערוועגן אן "ענין נפלא".

נאכקוקענדיג אינעם ערוך,זאגט ער אז מ'קען אינאכט נעמען אין א רואיגע טאג ווען עס איז נישטא קיין ווינט, דורכדעם וואס מ'הענגט אפיר א סדין צווישן די דקלים און מ'זעהט אז עס רירט זיך נישט, ועכ"ז וועט מען באמערקן אז די צווייגן םון די דקלים שאקלען זיך, דאס איז די "שיחות הדקלים" וואס די ביימער שמועסן צווישן זיך.

און דער ערוך איז מוסיף אז עס איז געווען באקאנט אז רבי אברהם גאון וואס האט געלעבט בשנת אלף ק"מ לשטרות, אז ער איז געווען בקי ומכיר בשיחות דקלים, ע"כ.

הפלא ופלא!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

טאקע אינטערסאנט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

חידה: אין די היינטיגע חזרה (לג-נא) וויפיל פלעצער האבן מיר אז דער קאליר רויט ווערט שווארץ?
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

וויאזוי האט געהייסן אביי'ס טאטע?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

היסטאריקער האט געשריבן:וויאזוי האט געהייסן אביי'ס טאטע?

שטייט אין די לעצטערע צוואנציג בלאט ממס' סוכה?
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”