שמעלקא טויב האט געשריבן:
נאך זאגט ער דארט אז מ'האט נישט געוואלט יוהכ"פ זאל מען זיין בעצבות אבער א טאג דערויף האט מען טאקע יא געזאגט אז מ'זאל קענען תשובה טוען. איז אויך אביסל שווער אז מ'האט אויסגעלאזט אזא זמן תשובה ווי יוה"ק, נאר מ'האמיר דאך געלערנט אז א רבים ווען אימער מ'טוט תשובה ווערט עס נתקבל!
ער ברענגט דאס פונעם שושנים לדוד (רבי דוד פארדו זצ"ל), דער פשט איז אז אום יוה"כ אליינס זאל דער מענטש תשובה טאן בשלימות און אויסנוצן יעדע רגע ביז צום לעצטן מינוט, ווייל ער ווייסט דאך נישט דעם סטאטוס פון זיין כפרה, נישט עצבים און נישט שמחין, אבער מוצאי יוה"כ איז דער איש עתי צוריקגעקומען און דערציילט צו למעשה איז דער בענדל ווייס געווארן, אויב יא איז געווען ויו"ט היה עושין בצאתם בשלום, אויב אבער נישט האבן זייי גענוצט די קומענדיגע טעג אויף ווייטער תשובה צו טאן.
(יעצט קענט איר, ר' שמעלקא, שפינען ווייטער צום תשובה מאהבה, ראשון לחשבות עוונות, דער הייליגער חת"ס אין די פיר טעג, אנהייב ר"ה דתקיפי במצוות, און פון דארט צום אריינפיר פון מס' יומא שבעת מימים קודם יוה"כ, האט מען זיך צוגעגרייט כראוי, אלעס איז די הכנה, ולקחתם לכם מדארף זיך אפיר נעמען, ביום הראשון, יעדן טאג זאל זיין ווי דער ערשטער טאג וכו וכו)