די געפילן פון די משתתפי החבורה, און פערזענליכע סיפורים

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yahoo »

פארוואס נישט אנהייבן? איך האב אויך אמאל געמיינט אז איך קען נישט, איך האב נישט געגלייבט אז ס'גייט אדורכגיין אזא קורצע צייט און האלטן דא ווי איך האלט.

איך האב געהאט א חברותא, מ'האט איין טאג יא געלערנט און א צווייטע טאג נישט, טאמער האט מיין חבר געקאלט זאגן אז היינט גייט ער נישט קומען איז מיר עס גאנץ קנאפ אנגעגאנגען, די עיקר איז אז איך האב וואס צוטון ביינאכט, איך האב א חבר א שיעור און שוין, אבער זייט איך האב מיך אנגשלאסן אין די חבורה האט זיך געטוישט עטליכע זאכן, ערשטענס, האלט אן מיין שיעור מיט א מורא'דיגע קביעות טאמער דארף מען גיין צו א שמחה אדער דאס גלייכען לערנט מען פריער אדער שפעטער, צווייטענס, איך בין געוואר געווארן אז די מוצאי שבתים זענען נישט געמאכט געווארן נאר צו שרייבן מצוה צעטלעך און שבת נאכמיטאג איז דא צייט סיי צום שלאפן און אויך אריינצוכאפן איבער צו חזר'ן, פרייטאג איז אויך דא איבריג צייט צו חזר'ן.

און די סיפוק וואס מ'האט ווען מ'קומט ארויס נאכן פארהער, אה ממש מעין עולם הבא, מ'ווייסט מ'האט אריינגעלייגט אזויפיל פלאג אזויפיל שעות און מ'קומט ארויס פונעם פארהער, מ'האט פיין געלערנט פיין צאמגענומען די בלעטער, נישט דא קיין בעסער'ס ווי דעם.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שמעלקא, איך שווייג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

שבת שקלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

עס גרייט זיך אנדערש היי יאר צום שבת ווי די עטליכע אין צוואנציג שבת שקלים'ס העעל''ט, היי יאר קומט מען מיט א היבשער באקאנטשאפט אינעם מצות נתינת השקלים

הרב מיללער, אויב די קענסט מאך א שטיקל סך הכל פינעם תמצית הנוגע למעשה ווען מיר וועלן אי''ה זוכה זיין לבניית המקדש השלישי
און הכנה צום קומענדיגער שבת
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קורצע געפילן לאור פונעם נעכטיגן פארהער אויף די דפים כ"ט-מ"ו ממס' יומא:
viewtopic.php?p=1032150#p1032150
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

ב' ניסן תשע"ו - סיום סדר מועד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

נעכטן ביים גרויסן פארהער אין בארא פארק, זאגט מיר איינער פון די חשובע עסקנים, אז דער טאג "יום א' צו ב' ניסן" צייכנט אפ גאר א היסטארישער דאטום אין לוח פון תורתך שעשועי.

מ'גרייט זיך שוין צום גרויסן סיום פון גאנץ סדר מועד וואס וועט פארקומען קומענדיגן יאר, באותו היום, אין דעם טאג יום א' פר' צו, ב' ניסן תשע"ו הבעל"ט.

די הרגשים הייבן שוין אן שפילן, אז אט אט האלט מען דא, ביים אפצייכענען אזא היסטארישער טאג.

ונזכה, ונחיה, ונראה!
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מזל טוב צו אלע מסיימים מסכת יומא ביום שניתנה לנו תורה, אי לאו האי יומ"א דקא-גרים, דאס איז דאך דער ריכטיגער יומ"א טבא לרבנן, חמרא וחיי לפום רבנן, מפיש חיי סגי ומסגי!

רבי יוס"ף ביומ"א דעצרת"א, מאן דמוסיף יוסיף, אוודאי וועלן מיר דעם שבועות זיך מקבל זיין מוסיף צו זיין און גיין מחיל אל חיל צו מסכת סוכה, וסוכה תהי' לנו לצל יומם למחסה ולמסתור מזרם וממטר, צו העלפן באקעמפן די בייזע ווינטען און רעגנשטורעמס וועלכע בוזשעווען אין די גאסן, הרחמן הוא יפרוס עלינו סוכ"ת רחמים וחיים ושלום, מיר זאלן קענען עוסק זיין בתורה מתוך בריות גופא ונהורא מעליא, מיט הרחבת הדעת און השפעות טובות.

ביז מיר וועלן זוכה זיין צום הרחמן הוא יקום לנו את סוכ"ת דוד הנופלת בביאת בן דוד גואלינו בב"א
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אמן ואמן

איי איי איי, לולא תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי, מ'קען זיך דאס אנדערש נישט פארשטעלן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

כ'וועל זאגן דעם אמת, כ'האב נאכנישט געענדיגט אזויפיל מסכת'ס אין ש"ס אבער ב"ה כ'האב שוין זוכה געווען צו מאכן אפאר סיום'ס אין מיין לעבן, מיט תורתך אליין א שיינע פאר מסכת'ס, געלויבט זיין זיסער נאמען. אבער די הרגשה וואס ס'איז אין מיר אריין ביים יעצטיגן סיום, כ'ווייס נישט פארוואס, אבער עפעס שפירט מען זיך אז מ'האט עררייכט, נאך א מסכת אין ש"ס דורכגעלערנט, כ'האב שוין אנגעהויבן יומא אמאל און געבליבן ביי בערך דף מ"ו, און יעצט, דף פ"ח עמוד א, הדרן עלך יום הכיפורים והדרן עלך מסכת יומא, אזאליכע שיינע ווערטער, אזאליכע זיסע ווערטער.

סארא משל זאל מען געבן אויף די תורה הקדושה? סארא משל קען מען געבן פאר א סיום וואס מ'איז זוכה צו מאכן?

לאמיר פורבירן,

א עני ואביון מגוזלו געווינט איין טאג דעם לאטא, הונדערט פופציג מיליאן טאלער גייט אים אריין אין באנק, ער ווערט שיעור נישט משוגע פון אזויפיל געלט. נאכן קויפן א הויז, קאר, זומער הויז, וואקציע הויז, הויז אין ירושלים און וואס נישט, קויפט מען זיך א טייערן דזשעט, א צען מיליאן דאלערדיגן כלי, און ענדליך קומט שוין דער טאג, ער גייט ארויף מיט זיין גאנצע פאמיליע ליל שישי פון זיין קליינע עירפארט, אין צען שעה ארום איז ער אין ארה"ק אויף שבת קודש, אזאש, א איד מיט ממש כל טוב.

קען מען דען זאגן אז די הנאה פון א סיום מכסת איז א פארגלייך צו די הנאה פון דעם דל ואביון וואס גייט ארויף אויפ'ן זשעט מיט די משפחה???

עה!!!!

דער דזשעט קען מארגן נישט זיין דא, ס'קען חלילה כאפן א טראסק, ס'קען אויפהערן ארבייטן איידער ס'הייבט זיך אויף אין שבת וועט מען זיין אין וויליאמסבורג, ס'קען סתם אזוי פירן א מענטש אויף א געאגאראפישע מרחק, אבער מער נישט!

א מסכת אין די הייליגע תורה, א מסכת, נישט קיין חילוק וועלכע, דאס פאלט קיינמאל נישט, דאס קען מען נישט פארלירן, קיינמאל קיינמאל, דאס פירט ווייט ווייט, לעד ולנצח נצחים, ס'הערט קיינמאל נישט אויף צו ארבייטן, ס'ארבייט און ס'איז משפיע אז אנדערע זאלן ארבייטן!

אז מיר זענען זוכה אז די זעלבע היילגע תורה וואס צדיקים קדושים האבן געלערנט, די זעלבע תורה האט געלערנט דער הייליגער רמב"ם, דער הייליגער רשב"א, דער הייליגער רי"ף, די הייליגע בעלי תוספות, די הייליגע ראשונים אחרונים תלמידי בעל שם הקודש און אלע ערליכע אידן אלע דורות מיט מסירות נפש. נישטא נאך אזא זאך וואס איז אונז אזוי מדבק אין קוב"ה, נישטא נאך א זאך וואס איז אונז אזוי מדבק צום אמאל, צו אונזער שיין וואס שיינט אויף אונז זינט יענעם גליקליכן טאג ווען מיר זענען דערוועלט געווארן צו מקבל זיין די זיסע לעכטיגע שיינע תורה, די "דעלישעס" תורה!

אז מיר האבן די זכיה נאך אין א דבר בעתו, פאר יו"ט שבעועת, זמן מתן תורתינו, זענען מיר פיל שבח והודיה צו קוב"ה פאר די געוואלדיג זכיה, און מיר זענען מתפלל אויף ווייטער, און מיר וויינען און רייסן ביים באשעפער, אחת שאלתי מאת ה' אותה אבקש שבתי בבית ה' כל ימי חיי, און דאס איז נישט געניג נאר מיר בעטן עס מיט שמאלץ, לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו, צו זעהן, ממחיש זיין, שפירן, דעם נועם ה', דעם זיסקייט פון הקב"ה, ולבקר בהיכלו, ביהכלו כולו אומר כבוד ותפארת!

א גוט יום טוב און א זיסער קבלת התורה
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

שמעלקא טויב האט געשריבן:כ'וועל זאגן דעם אמת, כ'האב נאכנישט געענדיגט אזויפיל מסכת'ס אין ש"ס אבער ב"ה כ'האב שוין זוכה געווען צו מאכן אפאר סיום'ס אין מיין לעבן, מיט תורתך אליין א שיינע פאר מסכת'ס, געלויבט זיין זיסער נאמען. אבער די הרגשה וואס ס'איז אין מיר אריין ביים יעצטיגן סיום, כ'ווייס נישט פארוואס, אבער עפעס שפירט מען זיך אז מ'האט עררייכט, נאך א מסכת אין ש"ס דורכגעלערנט, כ'האב שוין אנגעהויבן יומא אמאל און געבליבן ביי בערך דף מ"ו, און יעצט, דף פ"ח עמוד א, הדרן עלך יום הכיפורים והדרן עלך מסכת יומא, אזאליכע שיינע ווערטער, אזאליכע זיסע ווערטער.

סארא משל זאל מען געבן אויף די תורה הקדושה? סארא משל קען מען געבן פאר א סיום וואס מ'איז זוכה צו מאכן?

לאמיר פורבירן,

א עני ואביון מגוזלו געווינט איין טאג דעם לאטא, הונדערט פופציג מיליאן טאלער גייט אים אריין אין באנק, ער ווערט שיעור נישט משוגע פון אזויפיל געלט. נאכן קויפן א הויז, קאר, זומער הויז, וואקציע הויז, הויז אין ירושלים און וואס נישט, קויפט מען זיך א טייערן דזשעט, א צען מיליאן דאלערדיגן כלי, און ענדליך קומט שוין דער טאג, ער גייט ארויף מיט זיין גאנצע פאמיליע ליל שישי פון זיין קליינע עירפארט, אין צען שעה ארום איז ער אין ארה"ק אויף שבת קודש, אזאש, א איד מיט ממש כל טוב.

קען מען דען זאגן אז די הנאה פון א סיום מכסת איז א פארגלייך צו די הנאה פון דעם דל ואביון וואס גייט ארויף אויפ'ן זשעט מיט די משפחה???

עה!!!!

דער דזשעט קען מארגן נישט זיין דא, ס'קען חלילה כאפן א טראסק, ס'קען אויפהערן ארבייטן איידער ס'הייבט זיך אויף אין שבת וועט מען זיין אין וויליאמסבורג, ס'קען סתם אזוי פירן א מענטש אויף א געאגאראפישע מרחק, אבער מער נישט!

א מסכת אין די הייליגע תורה, א מסכת, נישט קיין חילוק וועלכע, דאס פאלט קיינמאל נישט, דאס קען מען נישט פארלירן, קיינמאל קיינמאל, דאס פירט ווייט ווייט, לעד ולנצח נצחים, ס'הערט קיינמאל נישט אויף צו ארבייטן, ס'ארבייט און ס'איז משפיע אז אנדערע זאלן ארבייטן!

אז מיר זענען זוכה אז די זעלבע היילגע תורה וואס צדיקים קדושים האבן געלערנט, די זעלבע תורה האט געלערנט דער הייליגער רמב"ם, דער הייליגער רשב"א, דער הייליגער רי"ף, די הייליגע בעלי תוספות, די הייליגע ראשונים אחרונים תלמידי בעל שם הקודש און אלע ערליכע אידן אלע דורות מיט מסירות נפש. נישטא נאך אזא זאך וואס איז אונז אזוי מדבק אין קוב"ה, נישטא נאך א זאך וואס איז אונז אזוי מדבק צום אמאל, צו אונזער שיין וואס שיינט אויף אונז זינט יענעם גליקליכן טאג ווען מיר זענען דערוועלט געווארן צו מקבל זיין די זיסע לעכטיגע שיינע תורה, די "דעלישעס" תורה!

אז מיר האבן די זכיה נאך אין א דבר בעתו, פאר יו"ט שבעועת, זמן מתן תורתינו, זענען מיר פיל שבח והודיה צו קוב"ה פאר די געוואלדיג זכיה, און מיר זענען מתפלל אויף ווייטער, און מיר וויינען און רייסן ביים באשעפער, אחת שאלתי מאת ה' אותה אבקש שבתי בבית ה' כל ימי חיי, און דאס איז נישט געניג נאר מיר בעטן עס מיט שמאלץ, לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו, צו זעהן, ממחיש זיין, שפירן, דעם נועם ה', דעם זיסקייט פון הקב"ה, ולבקר בהיכלו, ביהכלו כולו אומר כבוד ותפארת!

א גוט יום טוב און א זיסער קבלת התורה

ייש"כ שמעלקא, האסט באוויזן אויפצושאקלען מיינע געפילן (נישט קיין געווענדליכע זאך)
ס'ברענגט שטארק ארויס די נקודה און איז מעורר צו אהבת התורה......
א דאנק
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מזל טוב פאר אלע חתני התורה מסיימי מסכת סוכה במסגרת חבורת תורתך שעשועי, עלו והצליחו בהתחלת מסכת יום טוב, ויום טוב תהי' לנו ולכל בית ישראל, אין טוב אלא תורה, כי טוב סחרה מכל סחורה, והוא לנו עוז ואורה.

ברוכים הבאים פאר אלע נייע מיטגלידער חברי החבורה, חזק חזק ונתחזק ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים, לחזור ולשנן כדי שתהי' דברי תורה מחודדין בפינו, ולא ימוש התורה מפינו ומפי זרענו, ונזכה להתחיל ולסיים מסכת יום טוב בכי טוב ובכל טוב, מתוך בריות גופא ונהורא מעליא, ובזכות עסק התורה נזכה להיכתב בספרן של צדיקים בכתיבה וחתימה טובה לאלתר לחיים טובים ארוכים ומתוקנים, אמן ואמן.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ברוכים תהי', אינאיינעם צי שפאנען בלאט נאך בלאט!

א אינטערסאנטע זאך האב איך באמערקט, אינעם נעכטיגן חק משניות הייבט זיך אן מיט די משנה ביצה שנולדה ביו"ט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

עס איז שוין עטליכע יאר וואס איך האלט מיט שיעורים פון חבורות אמאל איז דאס געווען יסודי התורה אמאל תורתך שעשועי, אבער יעצט גרייט איך מיך די ערשטע מאל צו א סיום פון א מסכת (סוכה), די געפילן זענען זייער דערהויבן.

איך האף אז דער סיום וועט מיר געבן חיזוק אויף ווייטער מיטצוהאלטן מסכת ביצה
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מצב כללי האט געשריבן:עס איז שוין עטליכע יאר וואס איך האלט מיט שיעורים פון חבורות אמאל איז דאס געווען יסודי התורה אמאל תורתך שעשועי, אבער יעצט גרייט איך מיך די ערשטע מאל צו א סיום פון א מסכת (סוכה), די געפילן זענען זייער דערהויבן.

איך האף אז דער סיום וועט מיר געבן חיזוק אויף ווייטער מיטצוהאלטן מסכת ביצה


מזל טוב צו דיין סיום, דאס איז א אמת'ע געשעהעניש, כ'געדענק מיין ערשטע סיום נאך אפאר יאר אין א חבורה, די הרגשים זענען מוראדיג, איך וואונטש אייך נאך פיל מאל אזאליכע הרגשים, זוכה זיין ללמוד וללמד לשמור ולעשות את כל דברי תלמוד תורתך באהבה, און זוכה זיין צו אלע גוטע ברכות וואס ליגט אין די תוה"ק, אורך ימים בימינה ובשמאולה עושר וכבוד, זוכה זיין צו א הארה דקדושה פון קבו"ה אליין, וואס קוב"ה ואוריתא וישראל חד הוא, ווי דער תניא קדישא ברענגט, איינס ממש, ווען מ'איז זיך זוכה מדבק צו זיין אין די תוה"ק איז מען זוכה צו זיין דבוק אין קוב"ה אליין באופן מבהיל, זאלן מיר אלע זוכה זיין דערצו.

גם אני הקטן זכיתי לסיים מסכת סוכה ובעז"ה אסיים מס' ביצה ביחד עם אלפי חברי חבורתינו הק', אלפי תודות ורב ברכות להנהלת חבורתינו תורתך שעשועי, אין לשער ואין לתאר זכותם הרם, אין זכיה כתורה.

המאחל,

שלום שמעלקא
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

יישר כח שלום שמעלקא פאר די דברי חיזוק.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:מזל טוב פאר אלע חתני התורה מסיימי מסכת סוכה במסגרת חבורת תורתך שעשועי, עלו והצליחו בהתחלת מסכת יום טוב, ויום טוב תהי' לנו ולכל בית ישראל, אין טוב אלא תורה, כי טוב סחרה מכל סחורה, והוא לנו עוז ואורה.

ברוכים הבאים פאר אלע נייע מיטגלידער חברי החבורה, חזק חזק ונתחזק ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים, לחזור ולשנן כדי שתהי' דברי תורה מחודדין בפינו, ולא ימוש התורה מפינו ומפי זרענו, ונזכה להתחיל ולסיים מסכת יום טוב בכי טוב ובכל טוב, מתוך בריות גופא ונהורא מעליא, ובזכות עסק התורה נזכה להיכתב בספרן של צדיקים בכתיבה וחתימה טובה לאלתר לחיים טובים ארוכים ומתוקנים, אמן ואמן.


די צייט לויפט, היינט יום ב' וירא תשע"ו איז דער יום השמחה פאר חברי חבורת תורתך שעשועי בסיום מסכת ביצה, קוים איז דער ביצה נולד געווארן ביום טוב ושמחה און אט איז מען שוין משילין די פירות אריין צו זיך אין שטוב און מגרייט זיך אנצוהייבן מסכת תענית בסיעתא דשמיא מארגן יום ג' שנכפל בו כי טוב, מאימתי מזכירין גבורות גשמים, אט גיימיר זוכה זיין צו די ריכטיגע גבורות גשמים, גשמי ברכה וטל חיים, גשם נדבות תניף אלקים, השי"ת וועט ממטיר זיין השפעות טובות וברכה מרובה, און מיט א פלייס וועלן מיר אדורכשווימען דעם הערליכען מסכתא.

יהי רצון שנזכה להתחיל ולסיים מתוך בריות גופא ונהורא מעליא, מתוך עושר ואושר אכי"ר
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די וואך מאנטאג מקץ, יום א' דחנוכה תשע"ו, האבן הונדערטער חברי חבורת תורתך שעשועי געפייערט דעם יומא טבא לרבנן אינאיינעם מיטן התחלת היומא טבא דרבנן בסיום מסכת תענית למזל טוב ובשעטומ"צ, און ביום ג' שנכפל בו כי טוב האט מען בס"ד אנגעהויבן מסכת מגילה גייענדיג מחיל אל חיל.

עתיד הקב"ה לעשות מחול לצדיקים האבן מיר געלערנט צום שלוס פון די מסכתה, הקב"ה כביכול וועט לעתיד מאכן א טאנץ פאר די צדיקים, די עוסקי התורה, והוא יושב ביניהם בגן עדן, קוב"ה אוייתא וישראל חד הוא, אויב טאנצט הקב"ה כביכול מיט די אידישע קינדער איז עס זיכער די תורה הקדושה וואס איז די מאחד, די תורה ברענגט אונז צוזאמען צום הייליגען באשעפער, וכאו"א מראה באצבעו, יעדער וועט טייטלען מיט די פינגער, די פינגער וואס האט בעוה"ז געטייטלט אויף די הייליגע גמרא, און נישט נאכגעלאזט פונעם טעגליכען שיעור מיט א קביעות גמור וועט זוכה זיין צו זינגען זה ה' קוינו לו נגילה ונשמחה בישועתו, בקרוב ובמהרה.

און אוודאי וועלן מיר זיך מחזק זיין, חייב אדם לקרות המגליה ביום ולשנותה בלילה, ובהם נהגה יומם ולילה כי הם חיינו, לולי תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי, די הייליגע תורה וועט זיין מיט אונז, נגיל ונשיש בזאת התורה כי הוא לנו עוז ואורה, די ימי אורה וועט משפיע זיין אז דער אור התורה זאל שיינען אויף אונז א גאנץ יאר, ונזכה להתחיל ולסיים מסכת מגילה באנפין נהירין, להגדיל תורה ולהאדירה.
לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטב עביד »

Today Zos Chanika is 3 years of our Holy Chabira "Toiroschu Shaashioy"! Wait for our "Chizik Package" in your mailbox!
אקוראט יעצט באקומען די מעססעטש,
איינער איז באקאנט וואס דאס באדייט??
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

באקומען
ס'איז א סידי פונעם סיום און אנדערע דרשות אינעם האטעל, און אויך עפעס בילדער קונטרס וואס איך האב נאכנישט געהאט קיין צייט צו באטראכטען.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

סיום מסכת מגילה - באטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

אזוי ווי מען ענדיגט מארגען מסכת מגילה, האב איך געמאלדען אינדערהיים אז פרייטאג צינאכטס גייט מען אי"ה פראווען א סיום ציזאמען מיט א באטע, נאך די סעודה.

מיין בחור האט שוין באהאנגען די וואנט מיט צעטליך וועלכע ניגינים מען גייט זינגען, געבעטן אלע אינגלעך אנציגרייטען וואס צי רעדן, און די מיידלעך מיט זייערע בליצן.

יעצט דארף איך עפעס פאר מיר, וואס קען מען רעדן פון די מסכת וואס קען זיין אינטערסאנט.

און אויך אויב איינער האט נאך עפעס אן איידיע.
good-life
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:43 pm
לאקאציע: אין גוטע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך good-life »

אז שוין יא איינגעלאדענט די גאנצע משפחה מיטצוהאלטן די שמחה מאך זיכער עס זאל שוין זיין אינגאנצן,
כלפי מה דברים אמורים, אסאך מאל וואונדערט זיך א טאטע, פארוואס זעה איך נישט מיינע קינדער זאלן האלטן טייער דאס וואס איז ביי מיר טייער? די תירוץ איז, איר האט נישט משתתף געווען אייערע קינדער מיט דיינע השגות, אדער וועליוס בלע''ז.
מיין עצה איז, אנשטאט צו רעדן שיינע טייטשן אדער נאכזאגן א שיין ווארט פון א ספר זאלסט זיך לאזן אינגאנצן אויסגעבן. דהיינו, רעדט צו דיינע קינדער פון די פאלגענדע:
פארוואס האב איך אנגעהויבן לערנען אין די חבורה?
ווי שטארק האב איך ליב די תורה?
וואס מיינט אז איך בין פרייליך ווייל איך לערן?
ווי שטארק העלפט מיך די לערנען צו זיין נענטער צום אייבערשטן?
וואס העלפט מיך די לערנען זיין א בעסערע מענטש אין אלע חלקים אין מיין לעבן?
ווי שטארק איז 'מאמי' פרייליך מיט מיין לערנען, און פארוואס?
וויפיל זאכן וואס איך וויל שטארק געב איך אוועק ווייל איך לערן און דערנאך פיל איך אסאך בעסער?
ווי גוט פיל איך ווען ס'קומט מיך אינטער א נסיון און איך שטארק מיך?

ווען מ'רעדט מיט אן אפענע שפראך הערן קינדער אויס, און עס גייט זיי אריין אין די ביינער. יוצאין מן הלב נכנסין ללב.

זה מה שנראה לי כעת, און ווי שיין וואלט געווען ווען איר קענט קומען נאך שבת און אינז איבערגעבן א באריכט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הדרן עלך פרק בני העיר וסליקא לן מסכת מגילה

הדרן עלך מסכת מגילה ודעתן עלך מסכת מועד קטן - בסיעתא דשמיא

בריך רחמנא דסייען להתחיל ולסיים מסכת מגילה, ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר, וזכרם לא יסוף מזרעם, קימו וקבלו היהודים ללמוד וללמד לשמור ולעשות, לחזור ולשנן ולהיבחן, ובחנוני נא בזאת אם לא אפתח לכם ארובות השמים עד בלי די! אורך ימים בימינה בשמאלה עושר וכבוד.

יזכנו ה' לילך מחיל אל חיל, בהתחלת מסכת מועד קטן, משקין את בית השלחין במועד, התורה נקנית ביגיעה, זורע ומשקה בדמעה, וזוכה לקצור ברנה, הלוך ילך ובכה אבל שמח כשנושא אלומותיו, הנה אנחנו מאלמין אלומות בשדה, אלמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו, יה"ר שנזכה ליכנס בכי טוב וליצא בכי טוב, להתחיל ולסיים מסכתות וספרים אחרים בבריות גופא ונהורא מעליא, בבריאות הגוף והנפש מתוך שפע רב וברכה מרובה,אמן נצח סלה ועד
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

עס גייט מיר נישט און קאפ אריין, אז ביז די ....יאר, האב איך אפילו נישט געוויסט אז די צוויי זאכן און אמר רבי ישמאל וואס איך זאג יעדן טאג איז א סתירה איינס אויפן צווייטן.

כל דבר שהיה בכלל ויצא מן הכלל ללמד, לא ללמד על עצמו יצא, אלא ללמד על הכלל כלו יצא.
כל דבר שהיה בכלל ויצא לדון בדבר החדש, אי אתה יכול להחזירו לכללו, עד שיחזירנו הכתוב לכללו בפרוש.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שלך לחמך האט געשריבן:עס גייט מיר נישט און קאפ אריין, אז ביז די ....יאר, האב איך אפילו נישט געוויסט אז די צוויי זאכן און אמר רבי ישמאל וואס איך זאג יעדן טאג איז א סתירה איינס אויפן צווייטן.

כל דבר שהיה בכלל ויצא מן הכלל ללמד, לא ללמד על עצמו יצא, אלא ללמד על הכלל כלו יצא.
כל דבר שהיה בכלל ויצא לדון בדבר החדש, אי אתה יכול להחזירו לכללו, עד שיחזירנו הכתוב לכללו בפרוש.

א סתירה? עס איז צוויי באזונדערע כללים ווארס מ'נוצט ביי פעלער וועלכע זענען אנדערש איינע פון די אנדערע (ללמד - לידון בדבר החדש)

-

בדרך אגב, אין סקרענטאן האט מען שוין אסאך גערעדט וועגן מאכן א שיעור ברבים אויף די ברייתא דרבי ישמעאל, צונעמען יעדע כלל און עס אויסשמועסן וואיאזוי עס שפילט זיך אויס אין ש"ס וכו'
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

מיללער האט געשריבן:
שלך לחמך האט געשריבן:עס גייט מיר נישט און קאפ אריין, אז ביז די ....יאר, האב איך אפילו נישט געוויסט אז די צוויי זאכן און אמר רבי ישמאל וואס איך זאג יעדן טאג איז א סתירה איינס אויפן צווייטן.

כל דבר שהיה בכלל ויצא מן הכלל ללמד, לא ללמד על עצמו יצא, אלא ללמד על הכלל כלו יצא.
כל דבר שהיה בכלל ויצא לדון בדבר החדש, אי אתה יכול להחזירו לכללו, עד שיחזירנו הכתוב לכללו בפרוש.

א סתירה? עס איז צוויי באזונדערע כללים ווארס מ'נוצט ביי פעלער וועלכע זענען אנדערש איינע פון די אנדערע (ללמד - לידון בדבר החדש)

-

בדרך אגב, אין סקרענטאן האט מען שוין אסאך גערעדט וועגן מאכן א שיעור ברבים אויף די ברייתא דרבי ישמעאל, צונעמען יעדע כלל און עס אויסשמועסן וואיאזוי עס שפילט זיך אויס אין ש"ס וכו'

ביידע זענען געווען און כלל און זענען ארויס, און ביים סוף קימט אויס להיפך איינס פון צווייטן. איינס מיינט נאר זיך און נישט די אנדערע, און די אנדערע מיינט אלעמען.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אט גרייט מען זיך האסטיג צו די צווייטע בחינה על מסכת יבמות קומענדיגע זונטאג במדבר הבעל"ט, בימי הכנה לקבלת התורה בעזהשי"ת.

די זעכצן בלאט וואס גייען פארהערט ווערן אינאיינעם מיט די ערשטע פערצן חזרה בלעטער, זענען די יסודות פון יבום און פון מסכת יבמות, יעדן טאג ווערן מיר באקאנט מיט נייע קאמפליצירטע טערמינען און 'סינעריוס' (היכי תמצא), עס האט זיך א קלוגער איד אויסגעדרוקט אז אויב אויף די פארשידענע פרשיות וסוגיות וואס זענען בדרך כלל נישט אקטועל איז געזאגט געווארן די מימרא "דרוש וקבל שכר", זענען די בלעטער פון יבמות אויפן אויבנאן פון די ליסטע.

אידישע קינדער פלאגן זיך שעות ע"ג שעות צו 'קאפטשויען' גאר שווערע מושגים, די בתי מדרשות זענען פיל אין די שפעטע נאכט שעות און פריע פארטאגס שעות מיט בעה"ב וואס גייען אויס צו פארשטיין די דריי-פאכיגע מחלקות צווישן רב, ר' יוחנן ור' אלעזר (התנא) איבער די ענין פון יבמה שהותרה ונאסרה חזרה להיתרה הראשון, אנדערע פלאגן זיך אוועקצושטעלן די יסודות פון יש זיקה ואין זיקה און וואו עס קלאפט אויס, ווידער אויב איז דא דארט אויך אן איסור ערוה וויאזוי טוישט עס דעם דין, משא"כ נאר א איסור מצוה ווירקט אנדערש, אליבא דרבנן אדער אליבא דר' שמעון, וויפיל מאל האבן מיר שוין די בית שמאי לקולא דא אין יבמות און איז דאס לכו"ע.

די לופט איז פולווער! א ריתחא דאורייתא, מען גרופירט זיך בענעזאם עטליכע חברותות צו הערן דברי אלקים חיים, און פארשטיין וויאזוי די הייליגע תנאים ואמוראים האבן בעומק השגתם פארטייטשט די פסוקי התורה און געבויעט תילי תילי של הלכות אויף יעדע מין היכי תמצא, און וויאזוי די הייליגע ראשונים ווי רבינו התייר הגדול רבינו שלמה יצחקי און די הייליגע בעלי התוס' מוטשען זיך מסביר צו זיין יעדן קוצו של יו"ד, פארוואס איז דאס א חליצה פסולה, און פארוואס איז דאס פארבינדן מיט זיקה, ווען זאגט מען יא א גזירה אז די יבמין וועלן פארטוישן דעם סדר און ווען נישט, און מיר קליינע מענטשליך שטייען משתומם מן המראה, ווי גרויס און טיעף איז דער ים התלמוד, מים שאין להם סוף, מקולות מים רבים אדירים!

דער ים התלמוד רוישט, ער פליסט ויורד לחדרי בטן, ער הייליגט די נשמה און ער לייטערט דעם גוף, נישטא קיין צייט פאר שטיות, פאר פאליטיק, זאלן טראמפ מיט קלינטאן ביידע געווינען אדער פארלירן, אדער אפי' גיין אין דר'ערד אריין, וועם גייט עס אן? ווער איז נייגעריג אויף נייע 'עפפס' און 'געדגעטס', רצונינו להבין ולהשכיל ללמוד וללמד, וחננו דעה בינה והשכל, טאטע אין הימל, האר עינינו בתורתך, פתח לבנו בתורתך, מאך ליכטיג אונזערע אויגן, מיר ווילן פארשטיין פארוואס שמואל גייט לדברי האומר אין זיקה און רב גייט לדברי האומר יש זיקה, פארוואס האלטן די ב"ש/ב"ה אם קדמו וכנסו יקיימו, מיר ווילן הארכן וואס רש"י פארטייטשט אן דארפן קוקען אין די דרך קצרה וארוכות פון די מלקטים און קאלירפולע גמרות, מיר דארפן א 'דירעקט-ליין' צו אונזערע ראשונים, גיב אונז דעם שליסל, עפן אונז די טויערן, שפאר אויף אונזערע הערצער און האלט עס אפן כאולם, מיר מאכן דעם פתחו של מחט מיטן אויפגעבן שלאף, לרצון שינת עינינו נדדה.

לאמיר זיך אינאיינעם מחזק זיין, אויסנוצן די קומענדיגע פאר טאג לחזור ולשנן, נאך א בלאט, נאך איין מאל און ווידעראמאל, נישט מיד ווערן, און בעזרת השם וועלן מיר אנקומען זונטאג נאכט אין די פארהער-צענטערן מיט דרייסיג פון די שווערסטע בלעטער פון ש"ס אין די הענט, וקובץ על יד ירבה! גירא בעינא דשטנא, דער קידוש השם איז איום ונורא, אין יארע צוויי טויזנט און זעכצן למספרם, ווען די ערלי לב פירן די וועלט לדיוטא התחתונה, אויף טריפה'נע ערד מקום זמה נארישקייט, זיצט א הייפעלע אידן און ווארעמען זיך און זענען זיך זעלבסט מתנסה מיט 'טשעלענזשעס' בלימוד התורה, משיח! הערסט מיך? דו האסט צו וועם צו קומען! קום אריין אין בית המדרש, ס'לעבט!

צבי וחמיד ורגיג דילעון בלעותא! צבי ואיתרעי בן ומסר לן אורייתא!
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”