מיללער האט געשריבן:אט גרייט מען זיך האסטיג צו די צווייטע בחינה על מסכת יבמות קומענדיגע זונטאג במדבר הבעל"ט, בימי הכנה לקבלת התורה בעזהשי"ת.
די זעכצן בלאט וואס גייען פארהערט ווערן אינאיינעם מיט די ערשטע פערצן חזרה בלעטער, זענען די יסודות פון יבום און פון מסכת יבמות, יעדן טאג ווערן מיר באקאנט מיט נייע קאמפליצירטע טערמינען און 'סינעריוס' (היכי תמצא), עס האט זיך א קלוגער איד אויסגעדרוקט אז אויב אויף די פארשידענע פרשיות וסוגיות וואס זענען בדרך כלל נישט אקטועל איז געזאגט געווארן די מימרא "דרוש וקבל שכר", זענען די בלעטער פון יבמות אויפן אויבנאן פון די ליסטע.
אידישע קינדער פלאגן זיך שעות ע"ג שעות צו 'קאפטשויען' גאר שווערע מושגים, די בתי מדרשות זענען פיל אין די שפעטע נאכט שעות און פריע פארטאגס שעות מיט בעה"ב וואס גייען אויס צו פארשטיין די דריי-פאכיגע מחלקות צווישן רב, ר' יוחנן ור' אלעזר (התנא) איבער די ענין פון יבמה שהותרה ונאסרה חזרה להיתרה הראשון, אנדערע פלאגן זיך אוועקצושטעלן די יסודות פון יש זיקה ואין זיקה און וואו עס קלאפט אויס, ווידער אויב איז דא דארט אויך אן איסור ערוה וויאזוי טוישט עס דעם דין, משא"כ נאר א איסור מצוה ווירקט אנדערש, אליבא דרבנן אדער אליבא דר' שמעון, וויפיל מאל האבן מיר שוין די בית שמאי לקולא דא אין יבמות און איז דאס לכו"ע.
די לופט איז פולווער! א ריתחא דאורייתא, מען גרופירט זיך בענעזאם עטליכע חברותות צו הערן דברי אלקים חיים, און פארשטיין וויאזוי די הייליגע תנאים ואמוראים האבן בעומק השגתם פארטייטשט די פסוקי התורה און געבויעט תילי תילי של הלכות אויף יעדע מין היכי תמצא, און וויאזוי די הייליגע ראשונים ווי רבינו התייר הגדול רבינו שלמה יצחקי און די הייליגע בעלי התוס' מוטשען זיך מסביר צו זיין יעדן קוצו של יו"ד, פארוואס איז דאס א חליצה פסולה, און פארוואס איז דאס פארבינדן מיט זיקה, ווען זאגט מען יא א גזירה אז די יבמין וועלן פארטוישן דעם סדר און ווען נישט, און מיר קליינע מענטשליך שטייען משתומם מן המראה, ווי גרויס און טיעף איז דער ים התלמוד, מים שאין להם סוף, מקולות מים רבים אדירים!
דער ים התלמוד רוישט, ער פליסט ויורד לחדרי בטן, ער הייליגט די נשמה און ער לייטערט דעם גוף, נישטא קיין צייט פאר שטיות, פאר פאליטיק, זאלן טראמפ מיט קלינטאן ביידע געווינען אדער פארלירן, אדער אפי' גיין אין דר'ערד אריין, וועם גייט עס אן? ווער איז נייגעריג אויף נייע 'עפפס' און 'געדגעטס', רצונינו להבין ולהשכיל ללמוד וללמד, וחננו דעה בינה והשכל, טאטע אין הימל, האר עינינו בתורתך, פתח לבנו בתורתך, מאך ליכטיג אונזערע אויגן, מיר ווילן פארשטיין פארוואס שמואל גייט לדברי האומר אין זיקה און רב גייט לדברי האומר יש זיקה, פארוואס האלטן די ב"ש/ב"ה אם קדמו וכנסו יקיימו, מיר ווילן הארכן וואס רש"י פארטייטשט אן דארפן קוקען אין די דרך קצרה וארוכות פון די מלקטים און קאלירפולע גמרות, מיר דארפן א 'דירעקט-ליין' צו אונזערע ראשונים, גיב אונז דעם שליסל, עפן אונז די טויערן, שפאר אויף אונזערע הערצער און האלט עס אפן כאולם, מיר מאכן דעם פתחו של מחט מיטן אויפגעבן שלאף, לרצון שינת עינינו נדדה.
לאמיר זיך אינאיינעם מחזק זיין, אויסנוצן די קומענדיגע פאר טאג לחזור ולשנן, נאך א בלאט, נאך איין מאל און ווידעראמאל, נישט מיד ווערן, און בעזרת השם וועלן מיר אנקומען זונטאג נאכט אין די פארהער-צענטערן מיט דרייסיג פון די שווערסטע בלעטער פון ש"ס אין די הענט, וקובץ על יד ירבה! גירא בעינא דשטנא, דער קידוש השם איז איום ונורא, אין יארע צוויי טויזנט און זעכצן למספרם, ווען די ערלי לב פירן די וועלט לדיוטא התחתונה, אויף טריפה'נע ערד מקום זמה נארישקייט, זיצט א הייפעלע אידן און ווארעמען זיך און זענען זיך זעלבסט מתנסה מיט 'טשעלענזשעס' בלימוד התורה, משיח! הערסט מיך? דו האסט צו וועם צו קומען! קום אריין אין בית המדרש, ס'לעבט!
צבי וחמיד ורגיג דילעון בלעותא! צבי ואיתרעי בן ומסר לן אורייתא!
שקויעך הרב מיללער אונז קען מיר ניצן חיזוק, ס'איז כמים קרים על נפש עייפה....