להתחדד האט געשריבן:געווען פיינע שאלות
קע"ה געווען א געפאקטע שהול, ציגעקימען פיל מיט נייע לומדים נישט געגלייבט ביי יובמות זאל מען דארפן זיכען ווי צי זיצען
עס זאל נאר אנהאלטען
פון אלע געגנטן קומען אריין באריכטן פון א ריבוי ספסלי בית המדרש בליעה"ר, בכמות ובאיכות, עס זענען צוגעקומען אסאך חשוב'ע חברים, בעלי בתים נכבדים און אנשי מדות, ווי אויך בני תורה און מרביצי תורה, וועלכע זעהן דערינען א געלגענהייט קונה צו זיין די שווערע מסכתא יבמות ברוב עם, און זיין פון די קוצרים ברנה נאך די זריעה בדמעה טאג-טעגליך.
די שאלות זענען געווען זייער מומחיות'דיג געפרעגט, יעדע שאלה האט פארמאגט א תמצית פון גאנצע שקלא וטריא, אזוי ארום האט דער נבחן נאכאמאל איבערגע'חזר'ט די בלעטער, און מוצא געווען דערינען א טעם כלשד השמן וכצפיחית בדבש.
תחזקנה ידי ראשי החבורה! מען קען נישט באגרייפן וואספארא זכות הרבים די חבורה טראגט מיט זיך, די בתי מדרשים והיכלות התורה האבן געדינערט נאכטן דורכאויס דעם טאג! פון יעדן ווינקל האט מען געהערט 'צרות', נאר אזעלכע צרות געווינטשען, פון איין זייט שרייט איינער אז עשה דוחה ל"ת במקום יש בו כרת, און דער אנדערער וויל וויסן עשו בית שמאי כדבריהם אדער נישט, דער ריתחא דאורייתא און קאך האט געדונערט עד לב השמים.
א קול תורה, קול גדול ולא יסף, השי"ת זאל העלפן ווייטער, מחיל אל חיל