אגרת הגר''א

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

אגרת הגר''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דאס איז דער בריוו וואס האט געשיקט דער גאון עולם רבינו אליהו מווילנא זי''ע צו זיין הויז געזינד אינמיטן וועג ווען ער איז געפארן קיין ארץ ישראל, און די רייד ברענען אזוי ווי א פלאם פייער און די הערצער פון די פארכטיגע פארן אייבערשטן און וואס ציטערן צו זיינע רייד:


באתי לבקש
מאתכם איך בעט אייך איר זאלט זיך נישט מצער זיין - אזוי ווי איר האט מיר צוגעזאגט - און איר זאלט גארנישט זארגן, עס זענען פאראן פיל מענטשן וואס פארן אוועק אויף עטליכע יאר וועגן געלט, זיי ווארפן אוועק זייערע ווייבער און זיי זענען אויך נע ונד, און איך -געלויבט השי''ת- פאר אין הייליגן לאנד וואס אלע האפן איר צו זעהן, די גלוסטיגקייט פון אלע אידן און פון השם יתברך, און איך פאר מיט שלום פון השי''ת ב''ה, און איר ווייסט וואויל אז איך האב איבערגעלאזט מיינע קינדער וואס מיין הארץ טוט אויף זיי בענקן און מיינע טייערע ספרים, און איך בין אין א פרעמד לאנד, און אלעס האב איך געלאזט אין דערהיים,
וידוע דאס איז באוויסט אז די וועלט איז פוסט, און אלע אירע פרייליכקייטן זענען גארנישט, און וויי איז צו די וואס יאגן זיך נאך נארישקייטן וואס האבן נישט קיין שום ניצן, און זאלסט נישט מקנה זיין רייכקייט ווייל אפט איז דאס רייכקייט נאר צום שלעכטס, ער זאל דורך דעם זינדיגן און ער זאל האבן א שלעכטן סוף, אזוי ווי עס קימט צו דעם מענטש דאס געלט אזוי גייט עס אוועק, און וואס קימט איהם ארויס פון דעם וואס ער הארוועט אומזיסט, און אפילו ווען איין מענטש זאל לעבן צוויי טויזענט יאר קימט איהם אויך גארנישט ארויס פון זיין לעבן, און ווען א מענטש לעבט אסאל יארן אין פרייליכקייט זאל ער זיך דערמאנען די פינסטערע טעג וואס זיי וועלן זיין אסאך מער, און אלעס וואס עס קימט דעם מענטש און די טעג זענען גארנישט, און וואס טוט ער זיך פרייען, מארגען וועט ער דאך וויינען אויף דעם אלעם וואס ער לאכט היינט, און זאלסט נישט מקנה זיין דאס פאלשע און פוסטע כבוד, און די צייט איז פאלטש עס איז גלייך ווי א וואגשאל עס הייבט אויף די גרינגע און עס מאכט נידעריג די שווערע, די וועלט איז גלייך צו איינעם וואס טרינקט געזאלצענע וואסער עס דאכט זיך איהם אז ער ווערט זאט און ער ווערט נאך מער דארשטיג, קיין מענטש שטארבט נישט און ער זאל האבן א העלפט וואס ער וויל, וואס קימט ארויס דעם מענטשן פון אלע זיינע מאטערנישן,
זכור געדענק די פריערדיגע דורות וואס זענען געווען פאר אונז אלע זייערע ליבשאפט און גליסטיגקייט און פרייליכקייט איז שוין לאנג פארלארן און זענען מקבל דערויף פיל עונשים, און וואס פאר הנאה האט דעם מענטש אז צום סוף שיידט ער זיך אפ צו זאמד און צו ווערים, און אלע זיינע הנאות ווערן איהם איבערגעקערט אין קבר צו ביטערקייט, און דער טויט איז איינגעוויקעלט אין מענטש,
ומה העולם הזה און וואס איז די וועלט אלע טעג זענען און צארן און ווייטאג, און ביינאכט קען ער נישט שלאפן, און אויך דער טויט איז נישט קיין האפענונג, ווייל ער קימט צו משפט אויף יעדן ווארט, און עס ווערט נישט פארפאלן אפילו א קליינער ווארט, ממילה זאג איך דיר אן, אז די זאלסט זיך געוואוינען וואס מער צו זיין אליין, ווייל דער חטא פון צונג איז איבער אלעס, אזוי ווי אונזערע חכמים זאגן, און וואס זאל איך מאריך זיין, אין די עבירה וואס דאס איז שווערער פון אלע עבירות, עס שטייט כל עמל האדם לפיהו זאגן די חכמים דאס איז טייטש אלעס וואס דער מענטש איז מקיים תורה ומצות איז נאך אויך נישט געניג צו פאריכטן וואס ער האט שאדן געמאכט מיט זיין מויל,
ומה אומנתו של אדם וכו' וואס איז די אומנות פון א מענטש אויף דער וועלט (דאס הייסט ער זאל זיך דאס לערנען ווי מען לערענט א אומנות) ער זאל זיך מאכן פאר א שטומער (צו די רייד וואס איז נישט וויכטיג צו תורה אדער צו געשעפטן זאל ער זיין ווי א שטומער וואס קען נישט רעדן)
וידביק שפתותיו ער זאל באהעפטן זיינע ליפן וו צוויי מיל שטיינער, און דער עונש פון כף הקלע איז בלויז פאר די עבירה פון דברים בטלים און פאר יעדן דיבור ווערט ער געווארפן פון איין עק וועלט ביז די אנדערע, און דאס איז אלץ דער עונש פאר די דיבורים וואס זענען נאר איבעריג, אבער אויף די רייד וואס זענען אסור, דהיינו, ליצנות, שבועות, נדרים, מחלוקת, קללות, בפרט אין שול און שבת און יו''ט, אויף די זאכען דארף דער מענטש נידערן טיף און גרוב פון גיהנם זייער אסאך, און עס איז נישט מעגליך משער צו זיין ווי גרויס זענען די יסורים און צרות וואס מען ליידט פאר איין ווארט, עס ווערט נישט פארלארן אפילו איין ווארט עס זאל נישט ווערן פארשריבן, די מלאכים וואס מען ריפט זיי בעלי גדפין שיידן זיך נישט אפ פון איהם און פארשרייבן יעדעס איינציגע ווארט, ווייל די פויגעל פון הימעל פירט אוועק דעם קול פון אלע רייד, אל תתן וכו' דו זאלסט נישט געבן דיין מויל צו מאכן זינדיגן דיין לייב, און א שליח, און אפילו עס איז אסאך טייערער, איז דען דער כח פון השי''ת שוואך ער שפייזט פון גרויס ביז קליין, און זאלסט נישט זאגן פאר דעם מלאך אז די ביסט א שוגג וואס זאל השי''ת צארענן אויף דיר,
כל כבודה בת מלך פנומה, דער כבוד פון איין אידישע פרוי איז צו זיצן און שטוב, און וואס זי דארף זאל זי קויפן דורך ער גיט א יעדעם וואס ער דארף, און אום שבת און יו''ט זאלט איר גארנישט רעדן די זאכן וואס איז נישט גאר וויכטיג, און אפילו די ווערטער וואס זענען וויכטיג זאלט איר אויך מקצר זיין ווייל די הייליקייט פון שבת איז זייער גרויס, און עס איז זייער שווער געווען פאר די חכמים מתיר צו זיין צו געבין שלום אום שבת, זעה אז אויף איין ווארט ווי ווייט מען האט מחמיר געווען, און זאלסט האלטן שבת ווי די פלעגסט זיך פירן פאר מיר, און זאלסט נישט מצמצם זיין, ווייל אלע מזונות פון מענטשן זענען אויס גערעכנט חוץ שבת און יו''ט, אויך בעט איך דיר זייער מיט א גרויסע געבעט אז די זאלסט מדריך זיין דיינע טעכטער עס זאל נישט ארויס גיין פון זייער מויל א קללה, און שבועה און מחלוקת נאר אלץ זאל זיין מיט שלום און אהבה און נחת,
והנה יש לי כמה ספרי מוסר עס איז דא ביי מיר פיל ספרי מוסר מיט טייטש זאלן זיי שטענדיג ליינען און דעם, און כל שכן אום שבת קודש זאלן זיי נישט עוסק זיין נאר און ספרי מוסר און די זאלסט זיי שטענדיג מדריך זיין אין ספרי מוסר, און אויף א קללה און שבועה און ליגענט זאלסטו זיי שלאגן און זאלסט נישט קיין רחמנות האבן אויף זיי, ווייל חס ושלום אז די קינדער פירן זיך שלעכט אויף, ווערן געשטראפט די טאטע און מאמע, און אפילו די וועסט זיי שטענדיג מדריך זיין אין מוסר און זיי וועלן נישט פאלגן, וויי איז צו די שאנד און צער און בזיון אויף יענער וועלט, דאס מאכט פארשוועכן דעם טאטע'ן, און דאס גלייכן אנדערע רייד ווי לשון הרע ליצנות, אויך זאלן זיי נישט עסן און טרינקען אן א ברכה פארדעם און נאכדעם, און ברכת המזון און קריאת שמע און אלץ מיט כוונה, און דער עיקר פון אלעם זיי זאלן נישט ארויס גיין פון שטוב, און זאלן ערליך האלטן דיר און מיין מאמע און אלע עלטערע פון זיי, און וואס עס שטייט אין ספרי מוסר זאלן זיי איינהאלטן, און אויך דיין זוהן שיחי', זאלסטו מגדל זיין אין ערליכן וועג מיט נחת און רואיגקייט און די זאלסט באצאלן שכר לימוד, און זאלסט האלטן א רבי אין שטוב, און זאלסט נישט מצמצם זיין אין זיין שכר ווייל אלע שפייז פון מענטשן זענען אויס גערעכנט פון ראש השנה חוץ שכר לימוד, אויך האב איך זיי געלאזט ספרים, למען השם זאלסטו זיי מדריך זיין מיט גיטענס און רואיהגקייט, אויך זאלסטו אכטונג געבן אויף זייער געזונד און זייער עסן עס זאל זיי קיין זאך נישט פעלן, און זיי זאלן לערנען פריער גאנץ חומש, זיי זאלן רגיל זיין כמעט בעל פה, און זאלסט זיי נישט צווינגען נאר מיט נחת ווייל דאס לערנען ווערט נישט איינגעזעצט ביי דעם מענטש נאר מיט ישוב הדעת און נחת, און זאלסט זיי געבן געלט און אנדערע זאכן, און פון דעם זאלסטו שטענדיג טראכטן ווייל די איבעריגע זאכן איז אלץ הבל ווייל דער מענטש נעמט נישט מיט נאר צוויי פאהר ווייסע קליידער, אויסער דעם איז אלץ גארנישט, און אפילו א ברודער קען אויך נישט אויסלייזן, ווי עס שטייט און פסוק אל תירא כי יעשיר איש זאלסט נישט זעהן וואס א מענטש איז רייך ווייל ער נעמט גארנישט מיט מיט זיך נאך זיין טויט, און זאלסט נישט זאגן אז איך וועל לאזען מיין זוהן א חלק ירושה ווען איך וועל זיין אין גרוב די מענטשן זענען געגליכן צו א גראז וואס שפראצט און ווערט פארפוילט, יעדער איינער ווערט געבוירן מיט זיין מזל און מיט השגחה פון השי''ת, און אנדערע פרייען זיך מיט זיין טויט, און נידערט אין גרוב און לאזט אלץ איבער, אסאך מאל צו פרעמדער פיינד, ריש לקיש האט איבערגעלאזט פאר זיינע קינדער איין מאס זאפרען האט ער געליינט אויף זיך דער פסוק ועזבו לאחרים חילם דאס איז טייטש זיי לאזן איבער זייער גוטס צו פרעמדע, וויי איז וואס אלע טראכטן איבער צי לאזן א ירושה פאר זייערע קינדער, און עס קימט נישט ארויס פון די קינדער נאר די תורה און מעשים טובים, אבער זייערע מזונות איז זיי אויסגערעכנט פון השי''ת, און דאס איז באוויסט אז דער שכר איז פון די ווייבער וואס זיי מאכן לערנען די קינדער (ווייל די פרוי איז מער אין שטוב ווי דער מאן קען זי אכטונג געבן אויף די קינדער איינפלאנצן אין זיי גוטע מידות, און פירן זיי אין חדר) און אונזער חכמים האבן געזאגט עס איז נישט דא קיין רעכט פארטיגע פרוי נאר אז זי טוט די ווילן פון איר מאן,
וכל שכן אז איך שרייב די געטליכע רייד, און איך בין פארזיכערט אז דו וועסט טאן וואס איך שרייב דיר, פונדעסט וועגן זאג איך דיר אן מיט א דאפעלטע באפעל אז די זאלסט נישט משנה זיין פון אלץ וואס איך שרייב דיר, און זאלסטו לייענען דעם בריוו א יעדע וואך און בפרט שבת פארן עסן און אין מיטן עסן, זיי זאלן נישט רעדן דברים בטלים חס ושלום, און כל שכן לשון הרע און דאס גלייכן, און איך בעט אייך אלע אויף דעם וואס איך שרייב פריער אז די זאלסט מדריך זיין דיינע קינדער, און דער עיקר מיט ווייכע רייד און מיט מוסר וואס די הארץ פארנעמט, בפרט אז מיר וועלן זוכה זיין צו קימען און ארץ ישראל ווייל דארטן מוז מען זייער גיין אין דעם אייבערשטנ'ס וועג, פארדעם זאלסטו זיי געוואוינען ווייל די רייד און די מידות דארפן האבן רגילות, און רגילות געוועלטיגט איבער אלעס, און געוויסע זאכן איז פון אנהויב שווער און דער נאך אז עס גייט שוין אזוי, ווערט עס געלויבט, דען דער רשע ווייסט אליין אז זיין וועג איז שלעכט און ביטער נאר עס איז איהם שווער זיך אפצישיידן,
און דאס איז דער עיקר פון אלע מענטשן מען זאל זיך נישט איבערגעבן צו גיין נאך זיין רצון, און מיט א צוים זאל ער דעם מויל צושליסן, און ביז זיין טויט דארף דער מענטש זיך שטראפן און נישט מיט תעניתים נאר מיט צוימען זיין מויל און די תאות, און דאס איז תשובה טיען דאס איז בעסער פון אלע תעניתים און עינוים פון דער וועלט, און יעדע רגע וואס דער מענטש מאכט צו זיין מויל איז ער זוכה דערפאר צו די ליכטיגקייט וואס איז באהאלטן וואס קיין איין מלאך און קיין באשעפעניש קען זיך נישט משער זיין, אויך זאגט דער פסוק, ווער עס וויל לעבן זאל ער היטן זיין צונג פון צו רעדן שלעכטס, און דערמיט ווערט איהם פארגעבן זיינע זינד און ווערד געראטעוועט פון גיהנם אזוי ווי עס איז געשריבן, דער וואס היט זיין מויל און צונג, דער היט זיך פון צרות, מות וחיים ביד הלשון, דער טויט און לעבן הענגט אין די צינג, וויי איז צו די וואס מאכן זיך טויטן וועגן איין ווארט, און וואס פאר א יתרון האט דער בעל הלשון אז צו אלעס איז דא איין רפואה, און צו איהם איז נישט דא קיין רפואה, און דער עיקר איז אז דו זאלסט נישט רעדן וועגן קיין מענטש און איהם לויבן און כל שכן איהם פארשעמען, ווייל פארוואס דארף מען צו רעדן פרעמדע רייד, אזוי ווי א טיפע גרוב איז פרעמדע רייד דער גיצארענטער פינעם אייבערשטן פאלט אריין און איר,
ועיקר הגדר, און דער עיקר צוים איז מיט איינזאמקייט אז מען זאל נישט ארויס גיין פון שטוב און אפילו אין שול זאל מען אויך מקצר זיין און ארויס גיין, בעסער איז מען זאל דאווענען און שטוב ווייל און בית המדרש איז נישט מעגליך געראטעוועט צו ווערן פון קנאה און צו הערן דברים בטלים און לשון הרע, און מען ווערט געשטראפט דערויף אפילו דער וואס הערט און שווייגט, און כ''ש אום שבת און יו''ט וואס מען נעמט זיך צוזאם צו רעדן, איז ענדערש גארנישט דאווענען ווייל דארטן זעט זי שיינע קליידער איז זי זיך מתקנא און דערציילט און שטוב און וועגן דעם קומט מען צו לשון הרע און צו אנדערע זאכן, נאר זי זאל זיך באהעפטן אין מוסר שטענדיג, און זאל נישט מקנה זיין און עולם הזה אלעס איז גארנישט, אוי וויי איז צו די וואס פאר גרייזן און דעם, די זאלסט זיך נאר מתקנא זיין אין יראת שמים, און זאלסט נישט זאגן מיט וואס וועל איך זוכה זיין צו עולם הבא, איך קען נישט טוהן, דער כלל איז אזוי, סיי איינער טוט פיל אדער ווייניג איז אייניג חשוב נאר זיין כוונה זאל זיין צו השי''ת, און למען השם זאלסטו אפשיידן א פינעפטל חלק צדקה און זאלסט נישט פארמינערן ווי איך האב דיר אנגעזאגט ווייל ווייניגער דערפון (מחומש) איז מען עובר א יעדע רגע אויף מערערע לאווין און עשין, און איז גלייך ווי ער לייקענט אין די תורה ח''ו,
אבער דער עיקר איז זוכה צו זיין לעולם הבא איז נאר צו היטן די מויל, און די ווערן אנגעריפן נשים שאננות, ווייל די מויל איז זייער הייליג, און צווישן מיינע ספרים איז דא ספר משלי מיט טייטש, זאלן זיי למען השם ליינען אלע טאג און דאס איז בעסער פון אלע ספרי מוסר, אויך זאלן זיי שטענדיג ליינען ספר קהלת ווייל דארטן מאכט ער צו-נישט די ענינים פון עולם הזה, אויך זאלן זיי ליינען אנדערע ספרים אבער עס זאל נישט זיין חס ושלום דער עיקר דאס ליינען אליין ווייל דערפין ווערט נישט נתפעל דער מענטש, עס איז דא אסאך מענטשן וואס ליינען ספרי מוסר און ווערן נישט נתפעל, און דאס איז אלעס ווייל מען לייענט אן כוונה און אן פארשטאנד דאס שאדט שטארק, דאס איז גלייך ווי איינער זייעט אן און ער האט נישט געאקערט דעמעלטס קומט דער ווינט און צושפרייט עס, ווערן זאט דערפון די עופות, אויך איז דאס גלייך צו איינעם וואס זייעט אן און האט נישט פארצוימט דאס פעלד דעמאלטס קומען די בהמות און עסן אויף און צו טרעטן אלעס, אויך איז דא איינער וואס זייעט אן אויף א שטיין דאס איז א בייז הארץ וואס גייט אין איהם גארנישט אריין דארף מען צו ברעכן דעם שטיין ביז ער זאל זיך צוברעקעלן, פארדעם שרייב איך דיר אז דו זאלסט זייער שטראפן און שלאגן אונזערע קינדער אויב זיי וועלן דיר נישט צו הערן, און זאלסט געוואוינען א יעדן קינד לויט זיין דרך, און דער עיקר איז מיט געוואוינהייט,
און אויך מיין איידעם זאג איך אן, ער זאל ליינען פאר די קינדער אלע זאכן וואס איך שרייב, און זיין לערנען זאל זיין לשם שמים, און למען השם אזוי צו געוואוינען זיך, און זאל נישט אכטונג געבן וואס אנדערע זאגן אז דאס קינד דארף דאס נישט, אדרבה דער שאלעכטס פון ניס ווילאנג ער איז נאך גרין קען מען איהם גרינגער צוברעכן, און דאס איז דער עיקר פון אלעם ווייל דורך דעם וועסטו זוכה זיין צו אלעם, און זאלסט לערנען מסכת אבות בפרט פרקי אבות דר' נתן און מסכת דרך ארץ, איז פריער פאר די תורה, און זאלסט דיין שוויגער און דיין עלטער שוויגער ערליך האלטן, אויך מיט א יעדען איינעם זאלסטו דיך פירן מיט דרך ארץ און כבוד,
אהובתי אמי מיין ליבע מאמע, איך ווייס אז די באדארפסט נישט מיין מוסר ווייל די ביסט א צנועה, פונדעסוועגן זאל געליינט ווערן פאר דיר דער בריוו ווייל דאס איז געטליכע רייד, און איך בעט דיר זייער אז דו זאלסט זיך נישט מצער זיין פון מיינעט וועגן, און אז איך וועל זוכה זיין צו זיין אין ירושלים וועל איך מתפלל זיין פאר דיר, אויך בעט איך מיין ווייב אז זי זאל ערליך האלטן מיין מאמע, אזוי ווי עס שטייט און די תורה, און מיין מאמע בעט איך אז עס זאל זייו שלום צווישן אייך, און איינער די אנדערע זאל פרייליך מאכן דאס איז א גרויסע מצוה צו אלע מענטשן, מען פרעגט דעם מענטש בשעת הדין האסטו זיך געפירט מיט דיין חבר מיט נחת רוח, איז געדרונגען אז מען דארף זיך אזוי פירן, און מיינע קינדער זאג איך אן אז עס זאל נישט געהערט ווערן צווישן זיי קיין קריג און כעס נאר אלעס מיט שלום, און דער בעל השלום וועט געבן צו אייך און צו כלל ישראל לעבן און שלום.
פון מיר אייער געליבטער אליהו במוהר"ר שלמה זלמן זלה"ה
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”