מסכת שבת

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

מסכת שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

פארוואס וויפיל מאל איך פרוביר צו לערנען די משנה "יציאות השבת שהן ארבע"

גייט עס מיר נישט אריין אין קאפ,

די ערשטע משנה אין מסכת יבמות וואס איז לכאורה סאך שווערער, פארשטיי איךף יעדעס ווארט ב"ה, און דאס גייט מיר נישט אריין אין קאפ

פארוואס?
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

Re: מסכת שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

זייט מסביר קלארער וועלכע ווערטער גייט אייך נישט אריין אין קאפ.
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: מסכת שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

מנסיון, לכאורה, וועט א משניות מיט בילדער אדער פירוש חי, ארויסהעלפן
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: מסכת שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

שתים שהן ארבע
פארוואס איז עס 2
פארוואס איז עס פיר
פארוואס איז עס עכט 8
און פארוואס 12

עס איז סיי 4 מבפנים און סיי מבחוץ?

4 דאורייתא'ס?
2 מבפנים און 2 מבחוץ?
אדער 2 דאורייתא'ס?
בטיש בטישין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

Re: מסכת שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטיש בטישין »

בקיצור:
שתים שהן ארבע בפנים פאר דער בעל הבית וואס שטייט אינדעווייניג איז צוויי דאורייתא 1) הכנסה כשיש עקירה והנחה דהיינו (כשעוקר מידו של עני והכניס) 2) הוצאה כשיש עקירה והנחה כשעוקר מרשותו והניח ברשותו של עני העומד מבחוץ.
און צוויי מדרבנן, 3) הוצאה ע"י עקירה בלבד (הוצאה ע"י הנחה לא שייך בבעל הבית) 4) הכנסה ע"י הנחה בלבד (הכנסה לרשותו ע"י עקירה לא שייך)
וכן להיפוך בעני.

חצי תשובה... אפשר וועליך שפעטער שרייבן נאך, מער באריכות
אוועטאר
קאַטשעלאַב
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 7:31 am

Re: מסכת שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאַטשעלאַב »

שמן זית האט געשריבן:שתים שהן ארבע
פארוואס איז עס 2
פארוואס איז עס פיר

פארוואס איז עס עכט 8
און פארוואס 12

עס איז סיי 4 מבפנים און סיי מבחוץ?

4 דאורייתא'ס?
2 מבפנים און 2 מבחוץ?
אדער 2 דאורייתא'ס?

ס'זענען דא צוויי סארט עסצייג, וואס באמת זענען זיי פיר סארט עסצייג, לעפל און גאפל - האסטו צוויי, גרויסע לעפל קליינע לעפל גרויסע גאפל קליינע גאפל, האסטו פיר. איז עס צוויי? יא. איז עס פיר? יא.

כיוצא בו, ס'איז דא צוויי כלליות'דיגע וועגן אריבערצופירן א עפל שבת, מ'קען עס ארייננעמען און מ'קען עס ארויסלייגן, יעדע פון די צוויי קען מען טון אויף צוויי אופנים, מ'קען שטיין פון אינערווייניג און אריינעמען און מ'קען שטיין פונדרויסן און אריינלייגן און אזוי אויך פארקערט.

ביז אהער שטימט?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: מסכת שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ס׳איז דא פיר נקודות דא.

1) מבפנים אדער מבחוץ
2) הוצאה אדער הכנסה
3) גאנצע מלאכה אדער האלבע מלאכה
4) מבט העני אדער מבט הבעה״ב

יעדער פון די נקודות איז דא צוויי מעגליכקייטען, מילא קומט אויס אז סך הכל איז דא 2 מאל 2 מאל 2 מאל 2 מעגליכקייטען, סך הכל 16 מעגליכקייטען

יעצט לאמיר צונעמען די משנה

פשט העני את ידו לפנים ונתן לתוך ידו של בעה״ב:
האבן מיר דא צוויי ציורים
1)מבט העני - עני האט מכניס געווען מבחוץ מיט עקירה און הנחה (חיוב דאורייתא)
2)מבט הבעה״ב - בעה״ב האט מכניס געווען מבחוץ אן קיין עקירה און אן קיין הנחה (מותר)

או שנטל [העני] מתוכה [יד הבעה״ב]:
נאך 2 ציורים
3) מבט העני - הוצאה מבחוץ מיט עקירה און הנחה (חיוב דאורייתא)
4) מבט הבעה״ב - הוצאה מבחוץ אן עקירה און אן קיין הנחה (מותר)

פשט בעה״ב את ידו לחוץ ונתן לתוך ידו של עני:
נאך 2 ציורים
5) מבט העני - הוצאה מבפנים בלי עקירה והנחה (מותר)
6) מבט הבעה״ב - הוצאה מבפנים עם עקירה והנחה (חיוב דאורייתא)

או שנטל [בעה״ב] מתוכה [יד העני]:
נאך 2 ציורים
7) מבט העני - הכנסה מבפנים בלי עקירה והנחה (מותר)
8) מבט הבעה״ב - הכנסה מבפנים עם עקירה והנחה (חיוב דאורייתא)

פשט העני את ידו לפנים, ונטל בעה״ב מתוכה:
9) מבט העני - הכנסה מבחוץ עם עקירה בלי הנחה (איסור דרבנן)
10) מבט הבעה״ב - הכנסה מבחוץ עם הנחה בלי עקירה (איסור דרבנן)

או שנתן [הבעה״ב] לתוכה [יד העני ברה״י]:
11) מבט העני - הוצאה מבחוץ עם הנחה בלי עקירה (איסור דרבנן)
12) מבט הבעה״ב - הוצאה מבחוץ עם עקירה בלי הנחה (איסור דרבנן)

פשט בעה״ב ידו לחוץ ונטל העני מתוכה:
13) מבט העני - הוצאה מבפנים עם הנחה בלי עקירה (איסור דרבנן)
14) מבט הבעה״ב - הוצאה מבפנים עם עקירה בלי הנחה (איסור דרבנן)

או שנתן [העני] לתוכה [יד בעה״ב ברה״ר]:
15) מבט העני - הכנסה מבפנים עם עקירה בלי הנחה (איסור דרבנן)
16) מבט הבעה״ב - הכנסה מבפנים בלי עקירה עם הנחה (איסור דרבנן)

סך הכל 4 דאורייתא (1,3,6,8), 8 דרבנן (9-16), און 4 מותר (2,4,5,7)

סך הכל 8 מבפנים (5-8 און 13-16), 8 מבחוץ (1-4 און 9-12)
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: מסכת שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

שמן זית האט געשריבן:שתים שהן ארבע
פארוואס איז עס 2 2 דארייתא בפנים - די בעה"ב
1 די בעה"ב שטעקט ארויס די הענט און לייגט אריין און די הענט פון די עני
2 די בעה"ב נעמט פון די עני און ברענגט עס אריין און זיין רשות (געמאכט עקירה והנחה)


פארוואס איז עס פיר 2 דרבנים פאר די בעה"ב
1 די בעה"ב שטעקט ארויס די הענט און די עני נעמט ארויס
2 די עני שטעקט אריין א ליידיגע הענט און די בעה"ב לייגט אריין (ער האט געמאכט נאר עקירה)


פארוואס איז עס עכט 8 די זעלבע פיר בחוץ - די עני צוויי דארייתא 1 די עני שטעקט אריין די הענט און לייגט אריין און די הענט פון די בעה"ב
2 די עני שטעקט אריין די הענט און נעמט ארויס פון די בעה"ב
און 2 דרבנן
1 די עני שטעקט אריין די הענט און די בעה"ב נעמט ארויס
2 די בעה"ב שטעקט ארויס א ליידיגע הענט און די עני לייגט אריין


און פארוואס איז עס 12 די פיר דרבנן (2 בעה"ב און 2 די עני) איז נאר א האלבע מעשה די עקירה חלק ביי יעדע מעשה איז דא די צווייטער וואס טוט די הנחה חלק
ביי די בעה"ב קומט צו די צוויי וואס איז פריער אויסגערעכענט אלטס דרבנן ביי עני
און די עני קומט צו די צוויי די הנחה חלק פון די מעשה וואס איז פריער געשטאנען ביי די דרבנן מעשות פון די בעה"ב
למעשה ענפערט די גמ' אז די משנה רעכנט נאר עקירות ווייל מ'קען צו קומען צו א דארייתא אויב מאכט ער אויך הנחה משא"כ ביי די הנחות איז שוין די צווייטע האלב מעשה


האסט אויס געלאזט
פארוואס 16 (גמ עמוד ב) די 4 דארייתא'דיגע מעשות (2 בעה"ב 2 עני) איז אויך די אנדער עכ'פ אביסל אינוואלוד (נמשל נעם די ערשטס מעשה פון די משנה 'די עני שעקט אריין די הענט און לייגט אריין און די בעה"ב-איז די עני חייב דארייתא' אבער למעשה איז די בעה"ב אויך אינוואלוד)
אויף דעם ענפערט די גמ' אז מעשות וואס איז אינגאנצען מותר רעכנט מען נישט


עס איז סיי 4 מבפנים און סיי מבחוץ? יא אזוי פריער אויס געשמיסט
בחוץ/עני - 2 דארייתא און 2 דרבנן
בפנים/בעה"ב 2 דארייתא און 2 דרבנן


4 דאורייתא'ס? יא אזוי די שרייבסט 2 מבפנים און צוויי בחוץ



האקט
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מסכת שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ס’פאדערט אביסל ישוב הדעת
נאכן איבערגיין אפאר מאל כאפט זיך עס סאך גרינגער
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: מסכת שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

און א ליסט די סדר פון די משנה
4 דארייתא'ס
  1. די עני שטעקט אריין די הענט און לייגט אריין און די בעה"ב הענט (עני)
  2. די עני שטעקט אריין די הענט און נעמט ארויס פון ד בעה"ב הענט (עני)
  3. די בעה"ב שטעקט ארויס די הענט און לייגט אריין און די עני'ס הענט (בעה"ב)
  4. די בעה"ב שטעקט ארויס די הענט און נעמט ארויס פון די עני'ס הענט (בעה"ב)
די 4 (וואס איז גראדע 8 ווייל יעדע מעשה טוט די אנדערע די הנחה) דרבנן'ס

  1. די עני שטעקט אריין א פילע הענט און די בעה"ב נעמט ארויס (עקירה דעני)
  2. די עני שטעקט אריין א ליידיגע הענט און די בעה'ב לייגט אריין (עקירה דבעה"ב)
  3. די בעה"ב שטרעקט ארויס די הענט און די עני נעמט ארויס (עקירה דבעה"ב)
  4. די בעה"ב שטעקט ארויס א ליידיגע הענט און די עני לייגט אריין (עקריה דעני)
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”