אוהב ציון האט געשריבן:
ר' לייבוש מאכט א פיינעם ז'אב
מ׳מעג זיך דינגן? ער זאל סטיקן צו זיין דעי דזשאב ערז סאך מער געאייגנט פאר פייער פון די באלאטעס מעשיות
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
קאפ און אקסל האט געשריבן:נישט געווען קיין איין wow דרשה די צאנזער רבי שליט״א איז לכאורה געווען די בעסטע.
חוח בין השושנים האט געשריבן:אפסטעיט איד האט געשריבן:איך טראכט אז עס פענעלי יעצט געווען א מעמד ווי די ארגענעזירער האבען זיך גערעכנט מיט די פראגראם אויך מיט די אידען פון פערציג יאר און אראפ.
100%.
הערליכע מעמד געווען! קידוש השם גדול און העכסט פראפעסיאנאל!
משהלע האט געשריבן:משהלע האט געשריבן:לייבעלע הירש האט געשריבן:משהלע האט געשריבן:ממש ניינציג פראצענט חסידיש. ס'האט זיך גארנישט געטוישט נאך די עולם איז אנגעקומען.
ניינציג איז איבערגעטריבן איך וואלט געזאגט פיפציג
איך וועל לאזן אנדערע דא קאנפירמען.
איך וויל הערן וואס די עולם האלט אויף דעם.
עושר וכבוד האט געשריבן:משתתפים אדמורי"ם מקאליב, צאנז, וויזניץ ירושלים, בלאזוב ריבאטיטש, אבד"ק באבוב 45, אבד"ק וויזניץ מרכז, רי״י בן אדמו"ר מסקווירא, הגרש"י פריזאנט, ווער נאך?
שפע רב האט געשריבן:געבורטסטאג האט געשריבן:כ'מיין גראדע אז די ראשי אגודה גייען היינט שלאפן רואיגער ווי די לעצטע וואכן. אויב איינער האט באקומען היינט א קאמפעטישן איז עס אפשר HASC...
(איך אגרי אז מעטלייף איז געווען א Disaster)
ביי די אגודה איז אויך געווען ווידיא פרעזענטאציעס, ס'איז פשוט נישט געווען אזוי גוט...
מומחה יוחס האט געשריבן:איז געוועהן רבי'ס ביי די אנדערע סטעדיום, ען דזעי פעק?
ווייזער האט געשריבן:איך ביו געווען אין די פרודענשאל:
איך געב נאר פאקטן.
א שטארק חסידישע עולם.
רוב צייט געווען טונקל אין זאל.
מוזיק האט באמבאאדירט. אבער הערליך
די לייטינג - ווי ביי א פלעי (בראדוויי שאו).
די ציבור איז געזעצן צוגענאגלט.
פיינע דרשות, קנאקעדיגע רעדנערס, הרב טויסיג, הרב כהן, צאנזער רבי, האב האפשטאטער האט פיין געזאגט. - נישט קיין עלעקטריזרינדע דרשות!
80 פראצענט אידן - זענען נישט קיין דרשו אידן!
אבער קיין איין דרשה האט נישט אויפגעשאקלט דעם ריזיגן ציבור למה תישן? אויף וואס ווארט איר? פארוואס לערנט איר נישט מער? ווען וועט איר מאכן בחינות און קענען ש״ס?
די שיינע שאו האט פארכאפט דעם אויבנאן - מ׳האט פארכאפט דעם ציבור מיט א בליציגע - גליציט׳יגע - בליטשקעדיגע איווענט - און די עיקר פארפעלט.
אגודה סיום הש״ס - באורינג
דרשו סיום הש״ס - אווער-קיל.