דרשו סיום הש"ס

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ס'זאל רינען
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 5:25 pm

ס'איז קלאר היסטאריש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'זאל רינען »

ס'איז נישטא קיין ווערטער!
יהדות אמעריקע האט אזאנס נאך נישט מיטגעלעבט!
אוודאי קען זיין אז איינער וואלט געוואלט אביסל מער טאנצן, א צווייטער וואלט געוואלט אביסל מער אינספרירענדע דרשות!
אבער די סך הכל, די סוב-טאטעל ווי מ'זאגט, איז א פראדוקט וואס האט נישט קיין אח וריע עד היום!
און פאר די וואס ווילן דאס אראפרייסן מיט כל מיני שמות וכינויים, דארף געזאגט ווערן:
דרשו האט נעכטן גארנישט ניי געטון, וואס אנדערע האבן נאך נישט געטון, גענוג רבי'שע פורים טישן און שבע ברכות'ן וואס האבן פארשטעלונגען, גרויסע ס'קרינס האט שוין כלל ישראל געהאט ביים "כינוס כלל ישראל", ריזיגע כלי שיר ארקעסטערע איז אויך דא ביי גענוג היימישע אווענטן און רבי'שע שמחות, וואסזשע דען?!
ס'איז די צוזאמשטעל!
ס'איז דאס מאקסימוזירן יעדע מינוט!
ס'איז די קאפ און מח צו אינספירין דעם יוגנט!
ס'איז די געפיל צו סערווירן די דור פון "תש"ס תש"ע תש"פ" מיט אירע פילע נסיונות, ווייל ווען מ'שטיימער נאך תש"מ תש"נ, וואלט טאקע גענוג געווען די אגודה סיום.
ס'איז עפעס א באזונדערע סעייתא דשמיא וואס באגלייט א איד וואס הייסט "דוד האשפטאטער"!
גענוג אידן האבן געלט און זענען נישט זוכה צו אזאלכע השגות!
ס'איז קלאר אז דער ר' דוד איז בדורינו פון די גרעסטע מזכי הרבים!
יא, ער איז א ביזנעסמאן אבער א גדול בתורה ובמעשים.
און טאקע ווייל ער קומט אויך פון א ביזנעס אונטערגרונט פארשטייט ער די אנדערע זייט מטבע גאר גוט.
געווען תנאים און אמוראים וואס האבן עוסק גווען אין מסחר אבער זייער כוונה איז געווען:
לעשות רצונך אלוקי חפצתי!
געטס אלע א האנט פאר דעם "ר' דוד" און שרייטס אויס:
כמותתך ירבו בישראל!
דער ממשיך דרך פון ר' מאיר שפירא....
פארגינטס אים עס, ווייל ס'קומט אים ערליך.
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4200
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

גענאגלט!

אגב: וואלט געווען כדאי אז ווען איינער שרייבט זיין ריוויאו אדער עקספיריענס (דא, און בכלל ביי אירועים) זאל מען צושרייבן וויזאזוי מען האט עס מיטגעהאלטן. צו געווען לייוו אן סיען אדער מיט געהאלטן א האוקאפ אויפן טעלפאן אדער לייוו אויפן קאמפיוטער. עס מאכט אסאך אויס וויזוי אריינצולייגן די דברים אין פערספעקטיוו.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

דער דרשו סיום איז געווען א 'היט' פאר אונזער יוגנט, דער דור דעזערווט נישט בעסער. און אייגנטליך איז דאס טאקע וואס מ'דארף צושטעלן, די יחידי סגולה וואס זוכן תוכן זאלן דאס מוחל זיין גיין אויפזיכן אויף בעסערע פלעצער ווי אין סטעדיומ'ס, פאר די אלגעמיינע מאסן איז דאס די פערפעקטע מעמד וואס מען ברויך.

וואס יא, איך כאפ התפעלות פון דעם ר' דוד הופשטאטער, עס פעלט ב"ה נישט קיין עשירים, און אסאך עשירים נוצן זייער געלט ס'זאל זיי ברענגען געוויסע כבוד אדער אטעטנשאן'ס וכדו', אבער אזוי גוט צו נוצן געלט ווי דער ר' דוד טוט עס איז ממש מורא'דיג. ער ווייסט וואו צו לייגן זיין געלט אויף די ריכטיגע פלעצער ס'זאל ברענגען די מאקסימום רוחים בזה ובבא. א קלוגער איד.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

אור האט געשריבן:
שוויצער האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:דער רבי זאגט דוקא נישט ביים סטעידזש וועגן די ווידיאו, אבער מ'האט אים עניוועי געכאפט...

געהערט האב איך אז ער איז נישט אריינגעקומען אין זאל ווייל עס דא פרויען אן א מחיצה.

צום אנמערקונג פונעם ציבור האט דער רבי שליט"א געזאגט די פסוקים אינדרויסן נעבן דער אריינגאנג פון זאל, נאכדעם וואס מ'האט פארזיכערט פאר'ן רבי'ן אז עס וועלן זיין מחיצות - כאטש די נשים זענען ממילא אויף אן אנדערע שטאק, און די מחיצות זענען למעשה געווען צובראכן.


געווען א ריזיגע שווארצע ליילעך מחיצה וואס איז אראפגעקומען גלייך נאך מעריב. ס'נישט געווען מעגליך צו זעהן די פרויען ממילא צוליב די נעפל וואס די לייטס האבן געמאכט.
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

משהלע האט געשריבן:
אור האט געשריבן:
שוויצער האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:דער רבי זאגט דוקא נישט ביים סטעידזש וועגן די ווידיאו, אבער מ'האט אים עניוועי געכאפט...

געהערט האב איך אז ער איז נישט אריינגעקומען אין זאל ווייל עס דא פרויען אן א מחיצה.

צום אנמערקונג פונעם ציבור האט דער רבי שליט"א געזאגט די פסוקים אינדרויסן נעבן דער אריינגאנג פון זאל, נאכדעם וואס מ'האט פארזיכערט פאר'ן רבי'ן אז עס וועלן זיין מחיצות - כאטש די נשים זענען ממילא אויף אן אנדערע שטאק, און די מחיצות זענען למעשה געווען צובראכן.


געווען א ריזיגע שווארצע ליילעך מחיצה וואס איז אראפגעקומען גלייך נאך מעריב. ס'נישט געווען מעגליך צו זעהן די פרויען ממילא צוליב די נעפל וואס די לייטס האבן געמאכט.

די וויזניצע רבי איז נישט אריינגעקומען צוליב אן אנדערע סיבה אינגאנצען, ער האט געהאלטען אז די מצב איז נישט געניג איידעל ! די לייט'ס וכו' מער ווי א דיסקאו (disco) ווי א סיום הש'ס !
אדם הראשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם הראשון »

נישטא קיין רעקאדירונג פון njpc ?
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

איך בין געווען אין NJPACK. עס איז געווען גאר גאר שיין! wow wow!

(איין זאך וואס האט מיר געשטערט, איך האב געקענט פילן ווי איך בין נישט ביי די "זאך"...)

למעשה זענען די עיקר בעלי דרשנים געווען ביי ביידע, טויסיג, גלאי, די נשיא אליין, צאנזער רבי איז געווען לייוו, און נאך. די זינגערס זענען גאר פיין געווען, שירה, בערקאו, לוי פאלקאוויטש, מאטי אליוויטש, און נאך.

די איבערגעארבטע בריווילע ניגון דורך מאטי איליוויטש איז געווען מיין שפיץ. די טאנצן צום סוף מיט לוי און אהרל'ע סאמעט איז געווען ספעציעל ספעציעל.

באמת א געשמאקע מעמד, א חיזוק פאר די קומענדיגע 7 און א האלב יאר פון טעגליכע דאגות און דאך לערנען די דף. ר' דוד האט א זכי' גדולה! עס קומט זיך אים אלע כבוד וואס מען קען אים געבן, און מען זעט ער איז אן אמת'ע ערנסטע מענטש.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אפשר ווייסט איינער דעם נאמען פון ר' אברהם (?), דער שווער פונעם נשיא ר' דוד
ווי אויך, דער נאמען פון דעם מגיד שיעור ר' זאב סמיט/שמידט(?) וואס האט גערעדט

יישר כחכם
ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ohrchodosh »

משהלע האט געשריבן:
לייבעלע הירש האט געשריבן:שוין אסאך מאל געהערט דעם תפלה קודם הלימוד ניגון, אבער זאנוויל האטעס אראפגעזונגען עפעס נישט פלעין, דער האט עלעקטעריזרט דעם עולם


צו צוגיין

ווער איז די יונגל?
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

לכאורה האט געשריבן:ווי אויך, דער נאמען פון דעם מגיד שיעור ר' זאב סמיט/שמידט(?) וואס האט גערעדט

ר' זאב סמיט
https://www.torahanytime.com/#/speaker?l=164
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
עפרות זהב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 2:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפרות זהב »

איך האב אויסגעווענדליך הנאה געהאט פונם סיום פראגראם
אבער אויף א שמייכעל וואלט איך עס גערופען "אונטערן תורה שלייער" :grin:
אין זיי האלטן אן גאט'ס געבאט פון אחדות אין לאוו ווי נישארמאל....
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

חושב מחשבות... האט געשריבן:איך ליין דעם אשכול, בלעטער אויף בלעטער וואס דערציילן די געוואלדיגע קורות רוח וואס אידן האבן געהאט ביים דערהויבענעם סיום, דער ברענגט ארויס ווי פראפעשענעל די מוזיק איז געווען, און א צווייטער פארציילט רגשי לבבו ווי קלאר די סאונד איז געווען, און דער דריטער צו שמועסט זיך איבער די הארציגע מוזיקאלישע פרעזאטאציע פון אוישוויץ...

ממש ס'רינט דעם עולם די שפייעכטס, אויף די ווענט פון די אשכול זעהט זיך אן אז ס'האבן זיך משתתף געווען היפש אסאך חסידישע אידן, (די פונקטליכע פראצענטן נאכנישט קלאר), און צד השוה שבהם אז אלעס זינגט און בענטשט די פאכמאנישע ארגיניזירערס פארן צושטעלן אזא אויסנאם געשמאקע אידישע אינטערטעמענט, וואס וועט גאר אריינברענגן אינעם יוגנט אהבת תורה ויראת שמים...

כולם פה אחד קיין עלקטרעזירנדע דרשות מיט שארפע אויפשאקלונגען איז ניט געווען, אבער וואס יא די געשעצטע מחולל פון דעם פראגראם האט באקומען זיין פארדינטן כבוד און שאצונג פארן אוועקשטעלן אזא אויסנאם פראגראם...




איך גרייט מיך שוין וואכן און חדשים צו דערגיין די סוד פון אט די דערהויבענע געשטאלטן די אזוי גערופענע 'דרשו אידן', פראבירט און געגריבלט וואס דאס דארף באדייטן, אויגן פול מיט נייגער און זארג געגארט אויף די מאמענט צו דערגרייכן, אפשר היצט אייער מיסטישקייטן וועל איך אנטשיידן, פארשטאנען אז דאס איז עפעס א מובחר הבריאה מיט הפשטה'דיגע אינטערעסן, א טפח למעלה פונעם 2020'דיגער גאס כאטש אן אצבעיים, מיט פארחלשטקייט אויף די נאכט געווארט און געווארט, און נאכאלס איך ווארט און ווארט...

;l;p- ;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פריילעך אידל האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:ווי אויך, דער נאמען פון דעם מגיד שיעור ר' זאב סמיט/שמידט(?) וואס האט גערעדט

ר' זאב סמיט
https://www.torahanytime.com/#/speaker?l=164

יישר כח
מיר האבן שוין אויך באקומען פון אנדערע די פאמיליע נאמען פון ר' דוד'ס שווער
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

זעה איך נעכטן ביי די פלעקס (יא, נישט פאר גבירים, נאר פאר די מסיימים) אויסגעשורה'ט, א נאמען פון מיינס א באקאנטן, איינער וואס איך טוה אסאך ביזנעס מיט. איך האב נישט געוואוסט צו עס איז אים אדער אן אנדערן מיטן זעלבן נאמען.

ער רופט מיך היינט אן פאר ביזנעס און איך האב אים געפרעגט. זאגט ער מיר אז ער איז דאס טאקע.
א איד וואס ראנט א ריזיגע קאנסטראשן ביזנעס, בויט מעכטיגע בנינים, האט א פשוטע פליפ פאון, און יעצט ווייס איך אז ער איז א ש"ס איד, א דרשו איד.
גערעדט מיט אים עטליכע מאל היינט. יעצט און ווייטער מיטן פולסטן דרך ארץ ווי עס פאסט.

אשריכם תלמידי חכמים, בעלי בתים גאונים.
לאטצי
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 20, 2010 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאטצי »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:
אבער קיין איין דרשה האט נישט אויפגעשאקלט דעם ריזיגן ציבור למה תישן? אויף וואס ווארט איר? פארוואס לערנט איר נישט מער? ווען וועט איר מאכן בחינות און קענען ש״ס?.

אין די מאמענט איז געווען די וואך זייער א פאסיגע בריוו,
לערנען ש"ס איז געווארן א נייע שיינע זאך אבער וואס טוצעך מיטן "כח היחיד" ???
פאר איינעם איז עס צו סאך פאר איינעם צו ווייניג, דעריקער איז אז מען זאל לערנען און האבן א שיעור!!!
קיינמאל אין די היסטארי פון כלל ישראל איז געווען אזא ווינט צו קענען גאנץ ש"ס!!! נאר גדולי עולם האבען זוכה געווען דערצו!!! פארוואס מאכט מען היינט דערפון א נחלת כלל אז יעדער צוז דאס מיטהאלטן און מען האלט גאר פאר די מענטשן וואס קענען זיך נישט צושטעלן דערצו??? וויפיל אידן וואלטן געוואלט פשוט האבן א עין יעקב שיעור אדער גרינגערע נ"ך וכדומה???

דאס ארויפציען די סטענדערדס יעדע פאר יאר צו נייע הויכפונקטן און משוגע מאכן כלל ישראל אז יעדער מוז זיך צושטעלן צו דעם איז א עוולה!!! עס מאכט אסאך אידן פילן זייער אומבאקוועם.נשיט יעדער קען זיין א דרשו איד!!!!

ביי די דרשות נעכטן איז געווען איין שיינע דרשה מער אנהייב (כגעדענק נישט זיין נאמען) אז היינטיגע דור איז די "פתחו של אולם" ווען עס איז אזוי גרינג צו לערנען [עס איז דא אלעס שיינע גמרות שיעורים אויפן טעלפאן און וואטסעפ גאר], ממילא דארף מען אויסנוצן די געלעגנהייט, אודאי איז עס אמת. אמאל איז נישט געווען טעלעפאנען און קוים וואס עס איז געווען איין ש"ס אין שטעטל אין ביהמ"ד, און דאס דארף טאקע מחייב זיין די וואס קענען טאקע לערנען!!! אבער פארהאלטן טויזענטער אידן "וואו ביסטו"???? איז א עוולה לענ"ד. עס איז נישט לש"ש, עס איז מער פאר די אגענדע און די פראפעגאנדע.........


זעה זיך אויס איהר קענט נישט קיין דרשו איד. יעדער איינער קען זיין א דרשו איד, ווען מען זאגט יעדער מיינט עס יעדער. קוק אן א יוד ווי הרב דוד ווייס, גיי רעד מיט א דרשו איד הער פון זיי וואס זיי און זייער פאמיליע געבן אוועק צו זיין וואס זיי זענען.
די שאלה איז נאר צו עס איז וויכטיג פאר דער מענטש צו זיין א דרשו איד. קען זיין אז די האלסט אז עס איז חשובער אז יעדער זאל זיין א אן עסקן וכדומה אזוי זאל זיין מער חסד אויף די וועלט. אבער ווילאנג איינער האלט אז תורה איז די שטרעבונג פון א איד וואלט געדארפט זיין די תשוקה פון יעדן איינעם צו זיין א דרשו איד. לאו דווקא דרשו נישט קיין חילוק וועלכע פראגראם אבער איך מיין ארויסצוברענגען די צוגעבינדענקייט און איבערגעגעבן קייט וואס א דרשו איד דארף האבן צו תורה. נאר רוב מענטשן מיט א חבורה און מיט בחינות דאס איז דיך מחייב אז די זאלסט אזוי אויסשטעלן דיין לעבן.
געב א קוק וויפיל שעות עס ווערן פארשווענדט דא אויף אייוועלט אליינס פון שרייבערס און ליינערס, שטעל דיך פאר וויפיל בחינות און שעות לערנען דא ליגט באגראבן. איך מיין נישט אוועקצומאכן איינער וואס ליפטערט זיך אויס אבער צוזאגן אז מען קען נישט איז ליגענט, האסט פראבירט? האסט אנגעהויבן און פראבירט אוועקצוגעבן פון די אייגענע באקוועמליכקייטן און געזעהן אז עס גייט נישט? עכ''פ אפילו וועסט מיך זאגן אז עס דא א פראצענט אידן וואס קענען נישט צו זיך צושטעלן צו קיין איין חבורה, אבער רוב כלל ישראל קען, אויב אזוי פארוואס מעג מען נישט אויפפאדערן פון א כלל אזאך וואס עס איז דא פראצענט פון די כלל וואס קענען נישט.
פונקט פארקערט דאס מיינט כח היחיד, כח היחיד זאגט אז אויב די האסט די יכולת גיי דערפאר, און אויב נישט האב נישט קיין בושה און זיי מיט דיך אמת'דיג און שעמדיך אז די קענסט נישט, אבער דער וואס קען מעג מאכן וואס ער קען און די מאך נישט נאך. ווען מוסדות וואלטן נישט אנגענומען און חדרים קינדער וואס די טאטעס נעמען נישט קיין בחינות הער איך דיין געשריי דאס וואלט געמיינט ארויפגעצווינגן. אבער וואס גייט דיך אן אז מען זאגט די אמת אז די סטאנדארטן פון א איד איז צו זיך אוועקגעבן פאר תורה, דאס הייסט נישט ארויף צו צווינגן ווען איינער זאגט וואס אינז זאגן האבן יעצט גענדיגט זאגן ביים דאווענען כי הם חיינו....
ביטע נעם עס נישט פאר קיין קריטיק, איך מיין גארנישט פערזענליך איך רעד צו דיך און צו דיין חבר און איך מיין מיך.
אוועטאר
טוב לי תורת פיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 13, 2018 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לי תורת פיך »

Can please somebody copy the links from the Siyum that it's should work
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

טוב לי תורת פיך האט געשריבן:Can please somebody copy the links from the Siyum that it's should work

viewtopic.php?p=2102764#p2102764
חוח בין השושנים האט געשריבן:
Trying
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Trying »

ווי קען מען זעהן די סיום און njpac ?
kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kosher phone »

מיר האבן זייער הנאה געהאט פונעם מעמד. ספעציעל די ארקעסטרע און זינגער'ס און ועל כולם די סאונד וואס איז געוועהן לייק נעווער ביפאר!
זאנוויל און מאטי האבן דעליווירט זייער בעסט!!
איך בין זייער נייגעריג ווער ס'האט געמאכט די סעלעקשין פון די קאמפלעצירע ניגונים, וואס האט שטארק ארויס געברענט די ארקעסטרע + די זינגער'ס. מעסיוו סעלעקשין.

איך האב איין שאלה פארוואס זענען די 2 מיטעלסטע גאלעריע'ס געווען ליידיג/פארמאכט!??
מענטשען זענען געווען רעדי צו צאלן גרויס געלט פאר טיקעט'ס אין פראדענשיל ביז די לעצטע מינוט. פארוואס האבן זיי נישט געעפנט די גאנצע סטעדיום?
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

איינער האט די רשימה פון די 30 אידן וואס האבן זיך פארהערט "אלע" בחינות?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

לאטצי האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:
אבער קיין איין דרשה האט נישט אויפגעשאקלט דעם ריזיגן ציבור למה תישן? אויף וואס ווארט איר? פארוואס לערנט איר נישט מער? ווען וועט איר מאכן בחינות און קענען ש״ס?.

אין די מאמענט איז געווען די וואך זייער א פאסיגע בריוו,
לערנען ש"ס איז געווארן א נייע שיינע זאך אבער וואס טוצעך מיטן "כח היחיד" ???
פאר איינעם איז עס צו סאך פאר איינעם צו ווייניג, דעריקער איז אז מען זאל לערנען און האבן א שיעור!!!
קיינמאל אין די היסטארי פון כלל ישראל איז געווען אזא ווינט צו קענען גאנץ ש"ס!!! נאר גדולי עולם האבען זוכה געווען דערצו!!! פארוואס מאכט מען היינט דערפון א נחלת כלל אז יעדער צוז דאס מיטהאלטן און מען האלט גאר פאר די מענטשן וואס קענען זיך נישט צושטעלן דערצו??? וויפיל אידן וואלטן געוואלט פשוט האבן א עין יעקב שיעור אדער גרינגערע נ"ך וכדומה???

דאס ארויפציען די סטענדערדס יעדע פאר יאר צו נייע הויכפונקטן און משוגע מאכן כלל ישראל אז יעדער מוז זיך צושטעלן צו דעם איז א עוולה!!! עס מאכט אסאך אידן פילן זייער אומבאקוועם.נשיט יעדער קען זיין א דרשו איד!!!!

ביי די דרשות נעכטן איז געווען איין שיינע דרשה מער אנהייב (כגעדענק נישט זיין נאמען) אז היינטיגע דור איז די "פתחו של אולם" ווען עס איז אזוי גרינג צו לערנען [עס איז דא אלעס שיינע גמרות שיעורים אויפן טעלפאן און וואטסעפ גאר], ממילא דארף מען אויסנוצן די געלעגנהייט, אודאי איז עס אמת. אמאל איז נישט געווען טעלעפאנען און קוים וואס עס איז געווען איין ש"ס אין שטעטל אין ביהמ"ד, און דאס דארף טאקע מחייב זיין די וואס קענען טאקע לערנען!!! אבער פארהאלטן טויזענטער אידן "וואו ביסטו"???? איז א עוולה לענ"ד. עס איז נישט לש"ש, עס איז מער פאר די אגענדע און די פראפעגאנדע.........


זעה זיך אויס איהר קענט נישט קיין דרשו איד. יעדער איינער קען זיין א דרשו איד, ווען מען זאגט יעדער מיינט עס יעדער. קוק אן א יוד ווי הרב דוד ווייס, גיי רעד מיט א דרשו איד הער פון זיי וואס זיי און זייער פאמיליע געבן אוועק צו זיין וואס זיי זענען.
די שאלה איז נאר צו עס איז וויכטיג פאר דער מענטש צו זיין א דרשו איד. קען זיין אז די האלסט אז עס איז חשובער אז יעדער זאל זיין א אן עסקן וכדומה אזוי זאל זיין מער חסד אויף די וועלט. אבער ווילאנג איינער האלט אז תורה איז די שטרעבונג פון א איד וואלט געדארפט זיין די תשוקה פון יעדן איינעם צו זיין א דרשו איד. לאו דווקא דרשו נישט קיין חילוק וועלכע פראגראם אבער איך מיין ארויסצוברענגען די צוגעבינדענקייט און איבערגעגעבן קייט וואס א דרשו איד דארף האבן צו תורה. נאר רוב מענטשן מיט א חבורה און מיט בחינות דאס איז דיך מחייב אז די זאלסט אזוי אויסשטעלן דיין לעבן.
געב א קוק וויפיל שעות עס ווערן פארשווענדט דא אויף אייוועלט אליינס פון שרייבערס און ליינערס, שטעל דיך פאר וויפיל בחינות און שעות לערנען דא ליגט באגראבן. איך מיין נישט אוועקצומאכן איינער וואס ליפטערט זיך אויס אבער צוזאגן אז מען קען נישט איז ליגענט, האסט פראבירט? האסט אנגעהויבן און פראבירט אוועקצוגעבן פון די אייגענע באקוועמליכקייטן און געזעהן אז עס גייט נישט? עכ''פ אפילו וועסט מיך זאגן אז עס דא א פראצענט אידן וואס קענען נישט צו זיך צושטעלן צו קיין איין חבורה, אבער רוב כלל ישראל קען, אויב אזוי פארוואס מעג מען נישט אויפפאדערן פון א כלל אזאך וואס עס איז דא פראצענט פון די כלל וואס קענען נישט.
פונקט פארקערט דאס מיינט כח היחיד, כח היחיד זאגט אז אויב די האסט די יכולת גיי דערפאר, און אויב נישט האב נישט קיין בושה און זיי מיט דיך אמת'דיג און שעמדיך אז די קענסט נישט, אבער דער וואס קען מעג מאכן וואס ער קען און די מאך נישט נאך. ווען מוסדות וואלטן נישט אנגענומען און חדרים קינדער וואס די טאטעס נעמען נישט קיין בחינות הער איך דיין געשריי דאס וואלט געמיינט ארויפגעצווינגן. אבער וואס גייט דיך אן אז מען זאגט די אמת אז די סטאנדארטן פון א איד איז צו זיך אוועקגעבן פאר תורה, דאס הייסט נישט ארויף צו צווינגן ווען איינער זאגט וואס אינז זאגן האבן יעצט גענדיגט זאגן ביים דאווענען כי הם חיינו....
ביטע נעם עס נישט פאר קיין קריטיק, איך מיין גארנישט פערזענליך איך רעד צו דיך און צו דיין חבר און איך מיין מיך.

איך נעם עס נישט פאר קיין קריטיק נאר אלץ דו פארשטייסט נישט וואס איך שרייב.
יעדער איד האט בדרך הטבע א תשוקה צו זיין א תורה איד.
קיינמאל אין די היסטארי איז נישט געווען אזא זאך ווי א וואן-סייז-פיטס-אלל פראגראם מיט בחינות פאר גאנץ כלל ישראל.
אודאי מעג מען ווערן בעסער, און מען דארף!! (הלואי זאל מען טאקע ווערן בעסער און נישט ח"ו צוריקפאלן....)
אבער מאכען א נייע סטענדערד און זאגן אויף אידן וואס האלטן נישט מיט די סטענדערד אז זיי זענען נישט איבערגעגעבן צו תורה ווייל אנדערע מענטשן קענען יא באווייזן???
דאס איז אבסאלטולי אן עוולה!!!
ניין --- נישט יעדער קען און נישט יעדער דארף!!! נישט יעדער האט די צייט, די קאפ, אנדערע זענען ביזי דרייען מיט שווערע חובות און אנדערע האבן א ספעציעלן קינד זיך אפצוגעבן וכו'
איינער זאגט אז יעדער מוז לערנען חק, דער צווייטער זאגט גאנץ ש"ס, דער דריטער זאגט אוהחה"ק, א.א.וו.
מען קען נישט מאכן נייע סטאנדארטן אין כלל ישראל. מען קען בעטן, פארלאנגען, רעספעקטירן די וואס טוען עס יא. אבער מאכן פילן די וואס שטעלן זיך נישט צו אז זיי זענען פון די "שוואכערע פון כלל ישראל" איז א עוולה און א מעוות לא יוכל לתקון.
ערגעץ וואו האט איינער געשריבן אז ביים נעקסטן סיום הש"ס וועט מען שוין נאכפרעגן ביי די שידוכים אויב דער מחותן איז א דרשו\ש"ס איד....... רחמנא יצילנו פון אזעלכע מחשבות.
איך האף כבין זיך גענוג מסביר.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

מ'צווינגט עפעס ארויף אויף כלל ישראל? איינער שטייט מיט געווער אז יעדער מוז דאס טון? ב"ה אז טויזנטער אידן האבן די כשרונות דערצו און מען פרובירט צו מאכן א ווינט אז ווי מער אידן זאלן זיך ארויפכאפן אויפ'ן באן און מיטרייזן. איינער וואס קען נישט איז אבסעלוטלי פטור בזה ובבא.

מאמענט דארף אנפולן זייער מאגאזין, אייוועלט איז פול ב"ה אן די שטותים אויך.
גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון וואשינגטאן »

חושב מחשבות... האט געשריבן:איך ליין דעם אשכול, בלעטער אויף בלעטער וואס דערציילן די געוואלדיגע קורות רוח וואס אידן האבן געהאט ביים דערהויבענעם סיום, דער ברענגט ארויס ווי פראפעשענעל די מוזיק איז געווען, און א צווייטער פארציילט רגשי לבבו ווי קלאר די סאונד איז געווען, און דער דריטער צו שמועסט זיך איבער די הארציגע מוזיקאלישע פרעזאטאציע פון אוישוויץ...

ממש ס'רינט דעם עולם די שפייעכטס, אויף די ווענט פון די אשכול זעהט זיך אן אז ס'האבן זיך משתתף געווען היפש אסאך חסידישע אידן, (די פונקטליכע פראצענטן נאכנישט קלאר), און צד השוה שבהם אז אלעס זינגט און בענטשט די פאכמאנישע ארגיניזירערס פארן צושטעלן אזא אויסנאם געשמאקע אידישע אינטערטעמענט, וואס וועט גאר אריינברענגן אינעם יוגנט אהבת תורה ויראת שמים...

כולם פה אחד קיין עלקטרעזירנדע דרשות מיט שארפע אויפשאקלונגען איז ניט געווען, אבער וואס יא די געשעצטע מחולל פון דעם פראגראם האט באקומען זיין פארדינטן כבוד און שאצונג פארן אוועקשטעלן אזא אויסנאם פראגראם...




איך גרייט מיך שוין וואכן און חדשים צו דערגיין די סוד פון אט די דערהויבענע געשטאלטן די אזוי גערופענע 'דרשו אידן', פראבירט און געגריבלט וואס דאס דארף באדייטן, אויגן פול מיט נייגער און זארג געגארט אויף די מאמענט צו דערגרייכן, אפשר היצט אייער מיסטישקייטן וועל איך אנטשיידן, פארשטאנען אז דאס איז עפעס א מובחר הבריאה מיט הפשטה'דיגע אינטערעסן, א טפח למעלה פונעם 2020'דיגער גאס כאטש אן אצבעיים, מיט פארחלשטקייט אויף די נאכט געווארט און געווארט, און נאכאלס איך ווארט און ווארט...

איך האב נישט קיין פראבלעם אז מען קריטיקירט, אבער דא איז ניכר דאס שנאה המקלקלת את השורה.
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

עושר וכבוד האט געשריבן:
לייבעלע הירש האט געשריבן:ווער איז דער ילד הפלא

דודי הערשקאפ.

(זיין נאמען איז ענליך צו דוד האפשטאטער)

די אינגל וואס האט געזינגען מיט זאנוויל הייסט מאטי זילבערבערג.

דודי הערשקאפ האט געזינגען ביי די ווידיאו וואס מען האט געוויזן, ער קען נישט מאכן א אמעריקאנע עקסענט אפי' ער וויל.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”