דער געדאנק פון די שיעורים און בחינות
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
דער געדאנק פון די שיעורים און בחינות
רבותי עס האט זיך געשאפן א רעוואלאציע וואס איז כולל אין זיך בעל בתים,און ארבייטער,יונג, און אלט,עניים און עשורים.(אויך בני תורה...)
דרשו-בראשות הרב דוד האפשאטער
תורתך שעשועי - קהל יטב לב דסאטמאר(מהר״א)
יסודי התורה - קהל יטב לב דסאטמאר(מהר״א)
אהבתי תורתך- קהל ויואל משה מאנסי
זכרו תורת משה - קהל יטב לב(מהרי"י)
יעדע חבורה האט אביסל אן אנדערע מהלך, אבער הצד השווה שבהן!
מען לערענט גמרא,און מען חזרט עס איבער, און מען נעמט א בחינה בכתב יעדע חודש.(ומתן שכרה בצדה)
רבותי!אידן זענען נשתנה געווארען מן הקצה אל הקצה.
ווער עס וויל נישט זיין קיין לאזער זאל זיך יעצט מיט כאפן!!!
כאפ דיך מיט מיט איינע פון די חברות,און הייב אן צי פילען א טעם און א ציל אין לעבען.
נ.ב. ווער עס ווייסט פון נאך חבורת אויף דעם מהלך,זאל עס ביטע אהער ברענגען ולמצוה גדולה תחשב .

לעצט פארראכטן דורך משתוקק אום זונטאג יאנואר 12, 2014 7:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואס איז מיט ישראל ואורייתא
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!
דאן רופט זיך אן דא: אנקעטע: דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!
דאן רופט זיך אן דא: אנקעטע: דאנק קנעפל
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
אוהב ספרים האט געשריבן:און פארוואס דערמאנסטו נישט די פיאניער פון דעם געדאנק - האדמו"ר מצאנז-קלויזנבורג ווואס האט מייסד געווען מפעל הש"ס
נישט געוויסט אז מפעל הש"ס ארבייט אויף דעם סיסטעם! איך האב געמיינט אז "האפשאטער" האט עס אויפגעטאן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- אייער_קיכל
- שר האלפיים
- תגובות: 2425
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
- אייער_קיכל
- שר האלפיים
- תגובות: 2425
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
אייער_קיכל האט געשריבן:ביסט ענטייטלט.
צייג מיר ביטע אין די היסטאריע אז מ'האט געגעבן בחינות פאר ערוואקסענע (חוץ פון זיך פארהערן ביי א אדם גדול וכדו')
אבער די פאקטן רעדן פאר זיך. די וואס פארהערן זיך, געדענקען און קענען וואס זיי האבן געלערענט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אמת.... איך וואלט מיר אבער געשעימט, איך קען מיר נישט זיען אויף א בילד ווי מען פארהערט און דע רבי זז"ג דרייט זיך ווי כתה ט' מלמד
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
בעל דעת האט געשריבן:אמת.... איך וואלט מיר אבער געשעימט, איך קען מיר נישט זיען אויף א בילד ווי מען פארהערט און דע רבי זז"ג דרייט זיך ווי כתה ט' מלמד
נע, עס איז דא א ריזן עולם וואס נעמט עס צוזאמען, קיינער דארף זיך נישט שעמען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- להגדיל שמו
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3332
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
- לאקאציע: אין פלאץ
בעל דעת האט געשריבן:אמת.... איך וואלט מיר אבער געשעימט, איך קען מיר נישט זיען אויף א בילד ווי מען פארהערט און דע רבי זז"ג דרייט זיך ווי כתה ט' מלמד
איך וויס נישט פארוואס, באט עס האט מיר געגעבען א ציפ אין הארץ, איך האף זיך נישט צי דארפען שעמען ביי די גרויסע פארהער, אפשר אז מען נעמט די פארהער וועט שוין זיין גרינגער די אנדערע פארהער.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אייער_קיכל האט געשריבן:ביסט ענטייטלט.
צייג מיר ביטע אין די היסטאריע אז מ'האט געגעבן בחינות פאר ערוואקסענע (חוץ פון זיך פארהערן ביי א אדם גדול וכדו')
דערמאנסט מיר פון יענעם אינגערמאן וואס איינער פון די עסקנים האבן גערעדט צו אים ער זאל זיך צושליסן צו אזא סארט שיעור וואס מ'פארהערט זיך, און ער האט אים אראפגעלייגט דו ווייסט וואס דאס מיינט, און עטליכע יאר ארום וועסטו מאכן א סיום הש"ס, און וועסט דיך עס האבן פארהערט און געקענט
דער אינגערמאן געט אים אזא קוק אן, און זאגט, אלעס פיין און וואויל, אבער כ'מיין דו קענסט נישט מיין משפחה, מיין משפחה איז פלעינע מענטשן, און דא גיי איך מאכן א סיום הש"ס? אין אנדערע ווערטער אונז זעמיר דורות עמי הארצים און דא זאל איך פלוצים ווערן א תלמיד חכם.
במציאות, א בעה"ב וואס וויל קענען ש"ס קען עס נאר ארבעטן אויף דעם וועג ער זאל חזר'ן און זיך פארהערן, די תורה איז געגעבן געווארן פאר יעדן און יעדער איז אינטייטלד עס צו קענען, פונקט ווי דו פארשטייסט אז ס'איז נישט קיין בושה פארן גרויסן דאקטאר ווען ער דארף נעמען זיין דיפלאמע אז ער מאכט א טעסט, דאס זעלבע דארפסטו אויך נישט זיך שעמען, טעמו וראו כי טוב, ס'איז א ערהאבן בילד צו זען ווי מרביצי תורה בני חמישים וששים וואס זיצן מיט אינגעלייט בני עשרים און מאכן דעם טעסט
אשרינו שזכינו לזה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
להגדיל שמו האט געשריבן:בעל דעת האט געשריבן:אמת.... איך וואלט מיר אבער געשעימט, איך קען מיר נישט זיען אויף א בילד ווי מען פארהערט און דע רבי זז"ג דרייט זיך ווי כתה ט' מלמד
איך וויס נישט פארוואס, באט עס האט מיר געגעבען א ציפ אין הארץ, איך האף זיך נישט צי דארפען שעמען ביי די גרויסע פארהער, אפשר אז מען נעמט די פארהער וועט שוין זיין גרינגער די אנדערע פארהער.
איך ווייס נישט פון וועלכע גרויסע פארהער דו רעדסט, יתכן פון וואס איך רעד
שטייט אין גמרא צו אין מדרש, אז אויף יענע וועלט ווען מען פרעגט דעם מענטש קבעת עתים לתורה, הייבט מען אים אן צו פארהערן וואס ער האט געלערנט, אוי לאותה בושה ווען מען נעמט זיך שטאמלען און מען הייבט נישט אן צו געדענקן קיין ווארט, ווי דאס ווערטל לויטעט "ויועיל לשכחה"
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אוהב ספרים האט געשריבן:און פארוואס דערמאנסטו נישט די פיאניער פון דעם געדאנק - האדמו"ר מצאנז-קלויזנבורג ווואס האט מייסד געווען מפעל הש"ס
נישט געוויסט אז מפעל הש"ס ארבייט אויף דעם סיסטעם! איך האב געמיינט אז "האפשאטער" האט עס אויפגעטאן.
דרשו האט עס גענומען פון דארט
מפעל הש"ס, האט איטליכע אופנים, 20 בלאט א חודש, 30, 70 בלאט, און אויכעט שו"ע
אז מען רעדט שוין יא, איז עפעס דא א סיבה פארוואס מען האט דאס נישט געזיען ביי דע פריעדיגע צדיקים , מען דארף דאך נישט זיין אזוי גרויסע קאפ דאס איינציפאלען, אין אהבת התורה האבן זיי נאך געהאט עני טיים אזוי ווי דע היינטיגע?
איך פריעג סתם איך מיין ח"ו נישט עפעס פרעזענליך
איך פריעג סתם איך מיין ח"ו נישט עפעס פרעזענליך
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
איך גליייב נישט מען האט דאס געמאכט פאר דע היינטיגע צדיקים מען האט דאס דאך געמאכט פאר דע פשיטי עם, נא פארוואס האבן זיי עס נישט געמאכט פאר דע פשיטי עם?
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
- להגדיל שמו
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3332
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
- לאקאציע: אין פלאץ
בעל דעת האט געשריבן:איך גליייב נישט מען האט דאס געמאכט פאר דע היינטיגע צדיקים מען האט דאס דאך געמאכט פאר דע פשיטי עם, נא פארוואס האבן זיי עס נישט געמאכט פאר דע פשיטי עם?
מען קען עס מאכן פאר די היינטיגע צדיקים אויך...........
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.