פעלדמאן האט געשריבן:בן בוזי האט געשריבן:דארפסמאן האט געשריבן:
איך האב נישט געזעהן די נושא ביז יעצט כשאינו עניינא דיומא,
מכל מקום האב איך צוויי זאכן צו צולייגן.
א. ביי די סיום הש"ס פון דף יומי שנת תשע"ה אין בעלזע שטיבל [Hooper] אין וויליאמסבורג האט הגה"ח רבי יאשע בעלזער [שטייכל] ע"ה גערעדט [אדער: צורעדט, ער איז שוין נעביך נישט געוועהן קלאר] ער האט שטארק געקאכט אויף דעם וואס מען לערנט דף יומי אין בעלז. נאך דעם האט דער בחור וואס האט אים משמש געוועהן גערעדט מיט אים איבער דף יומי און ער האט געזאגט אז אינדערהיים זענען יא געוועהן אידן אין בעלז [דעמאלט האב איך פארשטאנען אז ער האט געמיינט די שטאט בעלז נישט נאר בעלזע שטיבלעך אין אנדערע שטעט אבער איך בין נישט זיכער] וואס האבן געלערנט דף יומי, די וואס האבן באהאלטן גמרות זענען נישט געוועהן קיין לערנערס בכלל.
ב. א איד מיט'ן נאמען וועטטענשטיין דערציילט מיר בשם זיין זיידע וואס האט גע'יושב'ט אין בעלז:
אין בעלזע שטיבל אין מונקאטש איז צוגעגאנגן א איד צו א גרופע בחורים וואס האבן נישט געהאלטן ביים לערנען [בלשון המעטה] און זיי פארגעשלאגן צו מאכן א שיעור צו לערנען א בלאט א טאג, די בחורים האבן גלייך געכאפט מיט וואס פארא עבירה ער וויל זיי מכשיל זיין און פארשטייט זיך נישט מסכים געוועהן, זאגט זיי דער איד איך פאר קיין בעלז צום רב און איך וועל אנפרעגן צו איך מעג לערנען מיט אייך דף היומי.
אנקומענדיג קיין בעלז נשמע הקול בין ה'יושבים' וועגן די שאלה וואס ער וויל פרעגן, האט החסיד המפורסם ----- זצ"ל הי"ד פון די גרויסע יושבים פון די 'עיילי בלא בר' ביים רב ז"ל געשיקט א שפיאן זאל זעהן ווען ער גייט אריין צום רב.
ווען דער מונקאטשע שואל איז אריין צום רב האט החסיד הנ"ל אנגעכאפט צוויי מונקאטשע בחורים פון די יושבים - א' מהם איז געוועהן הרב וועטטענשטיין [אביו של הדומ"ץ הרה"ג ר' בצלאל טוביה שליט"א ממאנסי] - און זיי אריינגעשלעפט צום רב, נאכן הערן די שאלה פונ'ם שואל רופט זיך אן החסיד ---- "רבי, מיט אזעלכע בחורים וויל ער לערנען דף היומי?!" ווייזנדיג אויף די צוויי בחורים כאילו זיי שטעלן פאר אלע מונקאטשע בחורים.
האט דער רב ז"ל געזאגט "ר' ---- איך קען אליין ענטפערן!" והמשיך בזה הלשון "אין פוילן וואס מיט דארף צוקומען צו זיי, מעג מען לערנען דף היומי, אונז וואס מיר דארפ'ן נישט צוקומען צו זיי דארף מען נישט לערנען דף היומי און מען טאר נישט לערנען דף היומי".
עד כאן דברי הרב הק' ז"ל.
צריך להתבונן שאמר כן גם לבחורים שלא למדו כלל [בלשוננו בלעז נקרא 'ליידיג גייערס'].
ווי אויך קען מען אפלערנען דעתו הק' אז אין ארץ ישראל מעג מען יא.
מ'דארף מברר זיין ביי די עסקנים אין אנדערע מדינות וויפל מען דארף צוקומען צו די אגודה אויב בכלל.
סיידן אז מען וועט זאגן אז היינט איז עס נישט תלוי אין פארטיי בכלל ווי אנדערע האבן שוין דא דערמאנט.
ווי אויך קען זאגן אז גופא בתר רישא גריר אין אויב אין ארץ ישראל קומט מען צו איז הותר מקצתו הותר כולו.
און אין אמת'ן אריין דארף מען גארנישט מברר זיין ווייל יעדער פאלגט סייווי זיין מורה דרך ואין בזה שום נפקותא למעשה חוץ אויב דער מורה דרך באזירט זיין השקפה אויף וואס מען שרייבט דא.