משנה יומי

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
איינגעשריבענע גאסט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:23 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינגעשריבענע גאסט »

ברכות פרק ז' משנה ד'
שְׁלשָׁה שֶׁאָכְלוּ כְאֶחָד - דריי מענטשן וואס האבן געגעסען צוזאמען, אֵינָן רַשָּׁאִין לֵחָלֵק - טארן זיי (אין דער צייט וואס זיי גייען בענטשן) זיך נישט אפטיילן, וְכֵן אַרְבָּעָה - און אפילו עס איז דא פיר, וְכֵן חֲמִשָּׁה -און אפילו עס איז דא פינף (טארן זיי נישט בענטשן אפגעטיילט, נאר זיי דארפן בענטשן מזומן צוזאמען). שִׁשָּׁה נֶחֱלָקִין - זעקס מענטשן (וואס האבן געגעסען צוזאמען) קענען זיך יא אפטיילן (אויף צו מאכן צוויי גרופעס פון מזומן), עַד עֲשָׂרָה - און דאס איז ביז צען מענטשן (אז מען מעג זיך צוטיילן אויף מערער גרופעס, ווילאנג יעדער בענטש מיט א גרופע פון דריי). וַעֲשָׂרָה - און אז עס איז דא צען מענטשן (וואס האבן געגעסען צוזאמען) אֵינָן נֶחֱלָקִין - (איז ווען זיי גייען בענטשן טארן זיי) זיך נישט אפטיילן (אפילו אויף קלענערע גרופעס, נאר זיי דארפן בענטשן מזומן אלע צען אין איין גרופע), עַד שֶׁיִּהְיוּ עֶשְׂרִים - און דאס איז ביז צוואנציג מענטשן (אז מען טאר נישט זיך צוטיילן מער ווי איין גרופע, איינמאל אז איז דא צוואנציג מעג מען זיך יא צוטיילן אויף נאר צו צוויי גרופעס):

ברכות פרק ז' משנה ה'
שְׁתֵּי חֲבוּרוֹת -צוויי גרופעס שֶׁהָיוּ אוֹכְלוֹת - וואס עסען (און און איין גרופע פון צווייטען זיצן אפגעזונדערט, אבער) בְּבַיִת אֶחָד -זיי זיצן אין איין שטוב, בִּזְמַן שֶׁמִּקְצָתָן - וואס אפילו נאר א חלק פון זיי רוֹאִין אֵלּוּ אֶת אֵלּוּ - קענען זיך זעהן איינער (פון די גרופע) פונעם צווייטען (גרופע), הֲרֵי אֵלּוּ מִצְטָרְפִים - קענען זיך (די צוויי גרופעס) צוזאמען רעכענען לְזִמּוּן - צו דער חיוב פון בענטשן מזומן. וְאִם לָאו - און אויב זיי קענען זיך נישט זעהן איינער פון די גרופע פונעם צווייטען גרופע (אפילו זיי עסען צוזאמען אין איין שטוב), אֵלּוּ מְזַמְּנִין לְעַצְמָן -זאלן די איין גרופע בעטשן פאר זיך, וְאֵלּוּ מְזַמְּנִין לְעַצְמָן - און די צווייטע גרופע זאל בענטשן מזומן פאר זיך (אן זיך צאמשטעלן מיט די ערשטע גרופע). (א נייע הלכה אין די משנה) אֵין מְבָרְכִין - מען טאר נישט מאכן א ברכה (בורא פרי הגפן) עַל הַיַּיִן - אויף וויין עַד שֶׁיִּתֵּן לְתוֹכוֹ - ביז מען לייגט אריין אין דעם (וויין) מַיִם - וואסער (אמאליגע גאר שארפע וויין וואס איז שווער צו טרינקען טאר מען נישט מאכן א ברכה), דִּבְרֵי רַבִּי אֱלִיעֶזֶר - דאס איז די רייד פון רבי אליעזר. וַחֲכָמִים אוֹמְרִים - און די חכמים זאגן, מְבָרְכִין - (וואס אויך ווען מען לייגט נישט אריין וואסער, אראפ צונעמען שארפקייט פון די אמאליגע וויינען) קען מען יא מאכן א ברכה:
לעצט פארראכטן דורך איינגעשריבענע גאסט אום מאנטאג יאנואר 17, 2022 3:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איינגעשריבענע גאסט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:23 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינגעשריבענע גאסט »

דורך איינגעשריבענע גאסט » זונטאג ינואר 16, 2022 8:24 am

ברכות פרק ח' משנה א'
אֵלּוּ דְבָרִים - די זאכן שֶׁבֵּין בֵּית שַׁמַּאי וּבֵית הִלֵּל - וואס איז דא (א קריגעריי) צווישען בית שמאי און בית הלל בַּסְּעֻדָּה - (פון די הלכות) וואס איז דא ביי א סעודה (פון שבת און יום טוב). בֵּית שַׁמַּאי אוֹמְרִים - בית שמאי זאגן, מְבָרֵךְ עַל הַיּוֹם - אנפאנג פון די סעודה ביי קידוש, דארף מען ערשט מאכן א ברכה אויף די (הייליגקייט) פונעם טאג (אשר בחר בנו...) וְאַחַר כָּךְ מְבָרֵךְ עַל הַיַּיִן - און גלייך דערנאך מאכט מען די ברכה אויף די וויין (בורא פרי הגפן). וּבֵית הִלֵּל אוֹמְרִים - און בית הלל זאגן (פונקט פארקערט), מְבָרֵךְ עַל הַיַּיִן - מען דארף ערשט מאכן א ברכה אויף די וויין וְאַחַר כָּךְ מְבָרֵךְ עַל הַיּוֹם - און גלייך דערנאך מאכט מען די ברכה אויף די (הייליגקייט) פונעם טאג:
ווייל ב"ש האלט אזוי וועגן די הייליגקייט פונעם טאג מאכט מיר צומאכן קידוש קומט עס קודם, און ב"ה האלט די הלכה פון תדיר וואס דאס מיינט וועלעכע ברכה מאכט מען שטענדיג אויף וויין.

ברכות פרק ח' משנה ב'
בֵּית שַׁמַּאי אוֹמְרִים - בית שמאי זאגן (וויבאלד אין די צייט וואס מען מאכט קידוש, כאפט ער אן מיט זיינע הענט וואס איז אפשר טמא, וועט ער מטמא זיין די בעכער פון וויין, וועגן דעם), נוֹטְלִין לַיָּדַיִם - (זאל ער ערשט) זיך וואשען די הענט, וְאַחַר כָּךְ מוֹזְגִין אֶת הַכּוֹס - און דערנאך אויסמישן די וויין מיט וואסער (קוק פרק ז סוף משנה ה). וּבֵית הִלֵּל אוֹמְרִים - און בית הלל זאגן (פונקט פארקערט, אז אפשר איז די בעכער טמא, און עס וועט מטמא זיין זיין האנט, איז וועגן דעם), מוֹזְגִין אֶת הַכּוֹס - (זאל ער ערשט) אויסמישן די וויין מיט וואסער וְאַחַר כָּךְ נוֹטְלִין לַיָּדָיִם - און דערנאך זיך וואשען די הענט (און אזוי וועט ער כאטש עסן די סעודה בטהרה):
די משנה פעלט עטליכע זאכן צו פארשטיין, מיט די צייט און אין אנדערע משניות וועט עס בעז"ה קלארער ווערן
אוועטאר
איינגעשריבענע גאסט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:23 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינגעשריבענע גאסט »

ברכות פרק ח' משנה ג'
בֵּית שַׁמַּאי אוֹמְרִים - בית שמאי זאגן (אז מען האט זיך שוין געוואשען פארן סעודה, איז די הענט יעצט נאס), מְקַנֵּחַ יָדָיו - ווישט ער אפ זיינע הענט בַּמַּפָּה - אין דער האנטוך (ווערט יעצט די האנטוך נאס, נו, באלד אינמיטען די סעודה אינדערצייט וואס ער עסט, וועט ער זיך אפווישען פון די עסן אין די האנטוך וואס איז נאסליך, און א נאסע זאך אויב ער רירט עפעס וואס איז טמא ווערט עס טמא, איז ווי זאל איך עס אראפלייגן יעצט אנפאנג סעודה וואס ער עסט בטהרה) וּמַנִּיחָהּ עַל הַשֻּׁלְחָן - זאל ער עס אראפלייגן אויפן טיש (א טיש מיט עסען מוז זיין מיט די פולע טהרה). וּבֵית הִלֵּל אוֹמְרִים - און בית הלל זאגן (א טיש מוז נישט האבן דעם פולען טהרה, קען די נאסע האנטוך מאכן די עסען טמא, איז זיכער אז ער זאל עס לייגן), עַל הַכֶּסֶת - אויפן קישען (דארט ווי ער זיצט):
די משנה פעלט עטליכע זאכן צו פארשטיין, מיט די צייט און אין אנדערע משניות וועט עס בעז"ה קלארער ווערן

ברכות פרק ח' משנה ד'
בֵּית שַׁמַּאי אוֹמְרִים - בית שמאי זאגן (אז דער שמש וואס סערווירט די עסן מעג יא זיין אן עם הארץ), מְכַבְּדִין אֶת הַבַּיִת - (איז ביים סוף פון די סעודה) דארף מען אויסקערן די שטוב (אראפנעמען די גרויסע שטיקלעך עסן, ווייל די שמש וועט נישט אכטונג געבן אז עס זאל נישט ווערן באשפריצט פון די מים אחרונים) וְאַחַר כָּךְ נוֹטְלִין לַיָּדַיִם - און נאכדעם זאל ער זיך וואשען זיינע הענט (אויף צו בענטשן). וּבֵית הִלֵּל אוֹמְרִים - און די בית הלל זאגן (אז דער שמש וואס סערווירט די עסן מעג נישט זיין אן עם הארץ, איז וועגן דעם), נוֹטְלִין לַיָּדַיִם - זאל ער זיך וואשען זיינע הענט (אויף צו בענטשן, און ער מאכט זיכער אז די עסן זאל נישט ווערן נאס) וְאַחַר כָּךְ מְכַבְּדִין אֶת הַבָּיִת - און נאכדעם זאל ער אויסקערן די שטוב:
אוועטאר
איינגעשריבענע גאסט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:23 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינגעשריבענע גאסט »

ברכות פרק ח' משנה ה'
בֵּית שַׁמַּאי אוֹמְרִים - די בית שמאי זאגן (אז אויב מען גייט בענטשן די דריטע סעודה פון שבת און עס איז שוין נאכט און עס איז געבליבען נאר איין כוס פון וויין, נו, מען דארף האבן צוויי כוסות וויין, פאר בענטשן און פאר הבדלה), נֵר וּמָזוֹן - זאל ער ערשט מאכן א ברכה אויף א לעכט און דערנאך בענטשן אויפן כוס וּבְשָׂמִים וְהַבְדָּלָה - און דערנאך א ברכה אויף די בשמים און הבדלה. וּבֵית הִלֵּל אוֹמְרִים און די בית הלל זאגן, נֵר וּבְשָׂמִים - זאל ער ערשט מאכן א ברכה אויף א לעכט און אויף בשמים וּמָזוֹן וְהַבְדָּלָה - און דערנאך בענטשן און הבדלה (די מחלקות איז צו די ברכה פון בשמים מאכט אויסזעהן אז מען יאגט זיך ארויס פונעם שבת). און יעצט גייט מען לערנען וועלעכע ברכה זאגט מען אויף די נר. בֵּית שַׁמַּאי אוֹמְרִים - די בית שמאי זאגן , שֶׁבָּרָא - אז ער האט באשאפן (אויף אנפאנג פון דער באשאף פון פייער) מְאוֹר הָאֵשׁ - די ליכט פון פייער (אויף די גאנצע זאך). וּבֵית הִלֵּל אוֹמְרִים - און די בית הלל זאגן, בּוֹרֵא - ער טוט באשאפן (אז עס עקזעסטירט יעצט) מְאוֹרֵי הָאֵשׁ - די ליכטיגקייטן פון פייער (ווייל למעשה איז דא אפאר קאלירען אין די ליכט):

ברכות פרק ח' משנה ו'
אֵין מְבָרְכִין - מען מאכט נישט א ברכה (אויב די זאך איז גענוצט געווארן אויף א נישט חושב'ע וועג) לֹא עַל הַנֵּר וְלֹא עַל הַבְּשָׂמִים שֶׁל עוֹבְדֵי כוֹכָבִים - נישט אויף די נר אדער די בשמים וואס איז גענוצט געווארן דורך א נישט אונזערע, וְלֹא עַל הַנֵּר וְלֹא עַל הַבְּשָׂמִים שֶׁל מֵתִים - און (מען מאכט נישט א ברכה)- נישט אויף די נר אדער די בשמים וואס איז גענוצט געווארן צוצוהעלפן עפעס צו טוהן פאר די טויטע מענטשן, וְלֹא עַל הַנֵּר וְלֹא עַל הַבְּשָׂמִים שֶׁלִּפְנֵי עֲבוֹדָה זָרָה - און (מען מאכט נישט א ברכה)- נישט אויף די נר אדער די בשמים וואס איז גענוצט געווארן פאר די עבודה זרה. אֵין מְבָרְכִין עַל הַנֵּר - און (נאך א צווייטע זאך איז אז) מען מאכט נישט א ברכה עַד שֶׁיֵּאוֹתוּ לְאוֹרוֹ - נאר ביז ווען מען האט עפעס הנאה פון די לעכט:
אוועטאר
איינגעשריבענע גאסט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:23 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינגעשריבענע גאסט »

ברכות פרק ח' משנה ז'
מִי שֶׁאָכַל - ווער עס האט געגעסען וְשָׁכַח וְלֹא בֵרַךְ - און ער האט פארגעסן צו בענטשן, בֵּית שַׁמַּאי אוֹמְרִים - בית שמאי זאגן, יַחֲזֹר לִמְקוֹמוֹ - זאל ער צוריק גיין צו זיין פלאץ (ווי ער האט פריערט געגעסן) וִיבָרֵךְ - און ער זאל דארטן בענטשן. וּבֵית הִלֵּל אוֹמְרִים - און בית הלל זאגן, יְבָרֵךְ - זאל ער בענטשן בַּמָּקוֹם שֶׁנִּזְכָּר - אין דער פלאץ ווי ער האט זיך דערמאנט (און ער דארף נישט צוריק גיין דארט ווי ער האט פריער געגעסן). פרעגט די משנה, עַד אֵימָתַי - ביז ווילאנג נאך וואס ער דערמאנט זיך אז ער האט נישט געבענטש הוּא מְבָרֵךְ - מעג ער נאך בענטשן? עַד כְּדֵי שֶׁיִּתְעַכֵּל הַמָּזוֹן שֶׁבְּמֵעָיו - ביז וואס די עסן ווערט פארדייעט (digested- די מאגן שפירט זיך שוין נישט אזוי ווי נאך א סעודה) אין זיינע געדערם (חלקים פון די מאגן):

ברכות פרק ח' משנה ח'
(ווען א מענטש בענטש נאך א סעודה, דארף מען עס טוהן מיט א כוס פון וויין?) בָּא לָהֶם יַיִן לְאַחַר הַמָּזוֹן - עס איז אנגעקומען וויין צו זיי נאך מען האט גענדיגט צו עסן (אבער זיי האבן נאך נישט געבענטש) וְאֵין שָׁם אֶלָּא אוֹתוֹ הַכּוֹס - און עס איז נישט דא מער ווי איין בעכער (פון וויין), בֵּית שַׁמַּאי אוֹמְרִים - בית שמאי זאגן, מְבָרֵךְ עַל הַיַּיִן - מאכן א ברכה אויף די וויין (און אויסטרינקען יעצט ביי די ענדע פון די סעודה) וְאַחַר כָּךְ מְבָרֵךְ עַל הַמָּזוֹן - און נאך דעם זאל מען בענטשן ברכת המזון (און מען דארף נישט א כוס פון וויין). וּבֵית הִלֵּל אוֹמְרִים - און בית הלל זאגן (אז מען דארף יא א כוס פון וויין אויף צו קענען בעטשן, צוליב דעם איז ערשט), מְבָרֵךְ עַל הַמָּזוֹן - זאל מען בענטשן (מיט די כוס וויין אין דער האנט) וְאַחַר כָּךְ מְבָרֵךְ עַל הַיָּיִן - און נאך דעם זאל מען מאכן א ברכה אויף די וויין:

א נייע הלכה, עוֹנִין אָמֵן - מען דארף ענטפערן אמן (אמן איז טיישט עס איז אמת) אַחַר יִשְׂרָאֵל הַמְבָרֵךְ - נאך דעם וואס א איד האט געמאכט א ברכה (אפילו מען געהערט נאר א חלק פון די ברכה, אבער), וְאֵין עוֹנִין אָמֵן - מען טאר נישט ענטפערן אמן אַחַר הַכּוּתִי הַמְבָרֵךְ - נאך דעם וואס א כּוּתִי האט געמאכט א ברכה, (נאר ווען מעג מען יא ענטפערן אמן אויף א כותי, אויב) עַד שֶׁיִּשְׁמַע כָּל הַבְּרָכָה - ביז מען האט געהערט די גאנצע ברכה (ווייל א כותי האט זיך נישט געהעריג מגייר געווען, ווייס מען נישט קלאר אויף וועמען גייט ער זאגן א ברכה, נאר ווען מען הערט די גאנצע):
אוועטאר
איינגעשריבענע גאסט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:23 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינגעשריבענע גאסט »

ברכות פרק ט' משנה א'
הָרוֹאֶה מָקוֹם - אז איינער זעט א געוויסע פלאץ שֶׁנַּעֲשׂוּ בוֹ נִסִּים לְיִשְׂרָאֵל - וואס איז געשעהן אין דעם א נס צו די אידן, אוֹמֵר - זאל ער זאגן די דאזיגע ברכה בָּרוּךְ - געבענטש שֶׁעָשָׂה נִסִּים - וואס ער האט געטוהן נסים לַאֲבוֹתֵינוּ בַּמָּקוֹם הַזֶּה - צו אונזערע עלטערן אין דעם פלאץ. מָקוֹם שֶׁנֶּעֶקְרָה מִמֶּנּוּ - (און אז מען קומט אן) אויף א פלאץ וואס איז געווארן אויסגעריסן פון דארט עֲבוֹדָה זָרָה - די עבודה זרה, אוֹמֵר - זאל ער זאגן די דאזיגע ברכה בָּרוּךְ שֶׁעָקַר עֲבוֹדָה זָרָה מֵאַרְצֵנוּ - געבענטש וואס ער האט אויסגעריסן פון אונזער לאנד עֲבוֹדָה זָרָה:

ברכות פרק ט' משנה ב'
עַל הַזִּיקִין - (אויב א מענטש וועט זעהן פארשידענע זאכן וואס אויף דעם דארף מען מאכן א ברכה ווי למשל) אויף געוויסע מינע שטערנ'ס וואס פליען, וְעַל הַזְּוָעוֹת - אויף ערד ציטערניש, וְעַל הַבְּרָקִים - אויף בליצען, וְעַל הָרְעָמִים - אויף דינערן, וְעַל הָרוּחוֹת - אויף גאר שווערע שטורעם ווינטען, אוֹמֵר - זאל ער זאגן די דאזיגע ברכה בָּרוּךְ שֶׁכֹּחוֹ וּגְבוּרָתוֹ - געבענטש (איז דער אויבערשטער) וואס זיין כח אין זיין שטארקייט מָלֵא עוֹלָם - פילט אן דער גאנצער וועלט. עַל הֶהָרִים - אויף די בערג, וְעַל הַגְּבָעוֹת - און אויף א קלענערע בארג, וְעַל הַיַּמִּים - אויף גרויסע וואסערן, וְעַל הַנְּהָרוֹת - און אויף טייכן, וְעַל הַמִּדְבָּרוֹת - און אויף א מדבר, אוֹמֵר בָּרוּךְ עוֹשֵׂה מַעֲשֵׂה בְרֵאשִׁית - זאל ער זאגן געבענטש (איז דער אויבערשטער) וואס ער האט געמאכט די מעשה בראשית. רַבִּי יְהוּדָה אוֹמֵר - רבי יהודה זאגט, הָרוֹאֶה אֶת הַיָּם הַגָּדוֹל - אז ווער עס זעט די ים הגדול אוֹמֵר בָּרוּךְ שֶׁעָשָׂה אֶת הַיָּם הַגָּדוֹל - זאל ער זאגן געבענטש (איז דער אויבערשטער) וואס ער האט געמאכט די ים הגדול, בִּזְמַן שֶׁרוֹאֶה אוֹתוֹ לִפְרָקִים - אבער דעס איז נאר אויב ער זעט עס איינמאל אין דרייסיג טעג. עַל הַגְּשָׁמִים - אויף רעגן וְעַל הַבְּשׂוֹרוֹת הַטּוֹבוֹת - און אויף א גוטע בשורה אוֹמֵר בָּרוּךְ הַטּוֹב וְהַמֵּטִיב - זאל ער זאגן די דאזיגע ברכה בָּרוּךְ הַטּוֹב וְהַמֵּטִיב, וְעַל שְׁמוּעוֹת רָעוֹת - און אויף א נישט גוטע בשורה אוֹמֵר בָּרוּךְ דַּיַּן הָאֱמֶת - זאל ער זאגן די דאזיגע ברכה בָּרוּךְ דַּיַּן הָאֱמֶת:
אוועטאר
איינגעשריבענע גאסט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:23 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינגעשריבענע גאסט »

דורך איינגעשריבענע גאסט » דאנארשטאג ינואר 20, 2022 8:24 am

ברכות פרק ט' משנה ג'
בָּנָה בַיִת חָדָשׁ - אויב א מענטש בויט א נייע הויז, וְקָנָה כֵלִים חֲדָשִׁים - אדער קויפט נייע כלים, אוֹמֵר בָּרוּךְ שֶׁהֶחֱיָנוּ - זאל ער זאגן די דאזיגע ברכה שֶׁהֶחֱיָנוּ. מְבָרֵךְ עַל הָרָעָה - אויף א שלעכע פאסירונג זאל ער מאכן א ברכה מֵעֵין הַטּוֹבָה - אזוי ווי ווען עס וואלט געוען ביי גוטס, וְעַל הַטּוֹבָה - אויף א גוטע פאסירונג זאל ער מאכן א ברכה מֵעֵין הָרָעָה - אזוי ווי ווען עס וואלט געוען ביי א שלעכע פאסירונג. הַצּוֹעֵק לְשֶׁעָבַר - אז איינער שרייעט אויף אזאך וואס איז שוין געווען, הֲרֵי זוֹ תְּפִלַּת שָׁוְא - איז עס אן אומזיסטיגע תפלה. כֵּיצַד - אין וועלעכע רעדט מען פון. הָיְתָה אִשְׁתּוֹ מְעֻבֶּרֶת - זיין פרוי איז שוין מעוברת, וְאָמַר - און ער זאגט, יְהִי רָצוֹן - זאל עס זיין דער אויבערשטער'ס ווילן שֶׁתֵּלֵד אִשְׁתִּי זָכָר - אז מיין ווייב זאל האבען א אינגעל, הֲרֵי זוֹ תְּפִלַּת שָׁוְא - איז עס אן אומזיסטיגע תפלה. הָיָה בָא בַדֶּרֶךְ - ער קוט אן אינמיטן א וועג וְשָׁמַע קוֹל צְוָחָה בָּעִיר - און ער הערט א געשריי אין שטאט, וְאָמַר - און ער זאגט יְהִי רָצוֹן - זאל עס זיין דער אויבערשטער'ס ווילן שֶׁלֹּא יִהְיוּ אֵלּוּ בְּנֵי בֵיתִי - אז עס קומט נישט פון מיין שטוב, הֲרֵי זוֹ תְּפִלַּת שָׁוְא - איז עס אן אומזיסטיגע תפלה:

ברכות פרק ט' משנה ד'
הַנִּכְנָס לִכְרַךְ - ווען איינער קומט אן צו א גרויסע שטאט מִתְפַּלֵּל שְׁתַּיִם - זאל ער דאווענען צוויי תפילות, אַחַת בִּכְנִיסָתוֹ - איינס ווען ער קומט אריין וְאַחַת בִּיצִיאָתוֹ - און איינס ווען ער גייט ארויס. בֶּן עַזַּאי אוֹמֵר - בן עזאי זאגט, אַרְבַּע - ער זאל דאווענען פיר תפילות, שְׁתַּיִם בִּכְנִיסָתוֹ - צוויי ווען ער קומט אריין וּשְׁתַּיִם בִּיצִיאָתוֹ - און צוויי ווען ער גייט ארויס, וְנוֹתֵן הוֹדָאָה לְשֶׁעָבַר - און ער זאל געבן פארן אויבערשטער גע'דאנק אויף וואס איז געשעהן, וְצוֹעֵק לֶעָתִיד לָבֹא - און ער זאל שרייען א געבעט אויף וואס עס גייט געשעהן:

בעזר ה' וועלן מיר צוריק קומען גלייך נאך שבת צו פארעכטען דאס לשון פון די לעצטע פיר משניות
אוועטאר
איינגעשריבענע גאסט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:23 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינגעשריבענע גאסט »

ברכות פרק ט' משנה ה'
חַיָּב אָדָם לְבָרֵךְ עַל הָרָעָה כְּשֵׁם שֶׁהוּא מְבָרֵךְ עַל הַטּוֹבָה, שֶׁנֶּאֱמַר (דברים ו) וְאָהַבְתָּ אֵת יְיָ אֱלֹהֶיךָ בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשְׁךָ וּבְכָל מְאֹדֶךָ. בְּכָל לְבָבְךָ, בִּשְׁנֵי יְצָרֶיךָ, בְּיֵצֶר טוֹב וּבְיֵצֶר רָע. וּבְכָל נַפְשְׁךָ, אֲפִלּוּ הוּא נוֹטֵל אֶת נַפְשֶׁךָ. וּבְכָל מְאֹדֶךָ, בְּכָל מָמוֹנֶךָ. דָּבָר אַחֵר בְּכָל מְאֹדֶךָ, בְּכָל מִדָּה וּמִדָּה שֶׁהוּא מוֹדֵד לְךָ הֱוֵי מוֹדֶה לוֹ בִּמְאֹד מְאֹד. לֹא יָקֵל אָדָם אֶת רֹאשׁוֹ כְּנֶגֶד שַׁעַר הַמִּזְרָח, שֶׁהוּא מְכֻוָּן כְּנֶגֶד בֵּית קָדְשֵׁי הַקָּדָשִׁים. לֹא יִכָּנֵס לְהַר הַבַּיִת בְּמַקְלוֹ, וּבְמִנְעָלוֹ, וּבְפֻנְדָּתוֹ, וּבְאָבָק שֶׁעַל רַגְלָיו, וְלֹא יַעֲשֶׂנּוּ קַפַּנְדַּרְיָא, וּרְקִיקָה מִקַּל וָחֹמֶר. כָּל חוֹתְמֵי בְרָכוֹת שֶׁהָיוּ בַמִּקְדָּשׁ, הָיוּ אוֹמְרִים מִן הָעוֹלָם. מִשֶּׁקִּלְקְלוּ הַמִּינִין, וְאָמְרוּ, אֵין עוֹלָם אֶלָּא אֶחָד, הִתְקִינוּ שֶׁיְּהוּ אוֹמְרִים, מִן הָעוֹלָם וְעַד הָעוֹלָם. וְהִתְקִינוּ, שֶׁיְּהֵא אָדָם שׁוֹאֵל אֶת שְׁלוֹם חֲבֵרוֹ בַּשֵּׁם, שֶׁנֶּאֱמַר (רות ב) וְהִנֵּה בֹעַז בָּא מִבֵּית לֶחֶם, וַיֹּאמֶר לַקּוֹצְרִים יְיָ עִמָּכֶם, וַיֹּאמְרוּ לוֹ, יְבָרֶכְךָ יְיָ. וְאוֹמֵר (שופטים ו) יְיָ עִמְּךָ גִּבּוֹר הֶחָיִל. וְאוֹמֵר (משלי כג) אַל תָּבוּז כִּי זָקְנָה אִמֶּךָ. וְאוֹמֵר (תהלים קיט) עֵת לַעֲשׂוֹת לַייָ הֵפֵרוּ תוֹרָתֶךָ. רַבִּי נָתָן אוֹמֵר, הֵפֵרוּ תוֹרָתֶךָ עֵת לַעֲשׂוֹת לַייָ:

פאה פרק א' משנה א'
אֵלּוּ דְבָרִים שֶׁאֵין לָהֶם שִׁעוּר. הַפֵּאָה, וְהַבִּכּוּרִים, וְהָרֵאָיוֹן, וּגְמִילוּת חֲסָדִים, וְתַלְמוּד תּוֹרָה. אֵלּוּ דְבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּרוֹתֵיהֶן בָּעוֹלָם הַזֶּה וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לוֹ לָעוֹלָם הַבָּא. כִּבּוּד אָב וָאֵם, וּגְמִילוּת חֲסָדִים, וַהֲבָאַת שָׁלוֹם בֵּין אָדָם לַחֲבֵרוֹ, וְתַלְמוּד תּוֹרָה כְּנֶגֶד כֻּלָּם:
אוועטאר
איינגעשריבענע גאסט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:23 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינגעשריבענע גאסט »

מזל טוב.jpg
מזל טוב.jpg (106.05 KiB) געזען 1960 מאל


[align=center]און אידיש:
פאר א חודש צוריק האט מען אנגעפאנגן מיט א פרישקייט!
מען האט שוין גע'ענדיגט מסכת ברכות!

---~--- און דו ? ---~----

אונעם טאג פון שבת קודש, כ' שבט פאנגט מען מסכת פאה

2 משניות אויף איין טאג - און דו ביסט נאך אונדערויסן!
2 משניות אויף איין טאג - און דו ביסט אינערווייניג!
[/align]
אוועטאר
איינגעשריבענע גאסט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:23 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינגעשריבענע גאסט »

אֵין פּוֹחֲתִין לַפֵּאָה מִשִּׁשִּׁים, וְאַף עַל פִּי שֶׁאָמְרוּ אֵין לַפֵּאָה שִׁעוּר. הַכֹּל לְפִי גֹדֶל הַשָּׂדֶה, וּלְפִי רֹב הָעֲנִיִּים, וּלְפִי רֹב הָעֲנָוָה:


נוֹתְנִין פֵּאָה מִתְּחִלַּת הַשָּׂדֶה וּמֵאֶמְצָעָהּ. רַבִּי שִׁמְעוֹן אוֹמֵר, וּבִלְבַד שֶׁיִּתֵּן בַּסּוֹף כַּשִּׁעוּר. רַבִּי יְהוּדָה אוֹמֵר, אִם שִׁיֵּר קֶלַח אֶחָד, סוֹמֵךְ לוֹ מִשּׁוּם פֵּאָה. וְאִם לָאו, אֵינוֹ נוֹתֵן אֶלָּא מִשּׁוּם הֶפְקֵר:
אוועטאר
איינגעשריבענע גאסט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:23 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינגעשריבענע גאסט »

דמאי פרק א' משנה א'
הַקַּלִּין שֶׁבַּדְּמַאי, הַשִּׁיתִין, וְהָרִימִין וְהָעֻזְרָדִין, וּבְנוֹת שׁוּחַ, וּבְנוֹת שִׁקְמָה, וְנוֹבְלוֹת הַתְּמָרָה, וְהַגֻּפְנִין, וְהַנִּצְפָּה. וּבִיהוּדָה, הָאוֹג, וְהַחֹמֶץ שֶׁבִּיהוּדָה, וְהַכֻּסְבָּר. רַבִּי יְהוּדָה אוֹמֵר, כָּל הַשִּׁיתִין פְּטוּרִין, חוּץ מִשֶּׁל דּוּפְרָה. כָּל הָרִימִין פְּטוּרִין, חוּץ מֵרִימֵי שִׁקְמוֹנָה. כָּל בְּנוֹת שִׁקְמָה פְּטוּרוֹת, חוּץ מִן הַמֻּסְטָפוֹס:

דמאי פרק א' משנה ב'
הַדְּמַאי אֵין לוֹ חֹמֶשׁ, וְאֵין לוֹ בִעוּר, וְנֶאֱכָל לְאוֹנֵן, וְנִכְנָס לִירוּשָׁלַיִם וְיוֹצֵא, וּמְאַבְּדִין אֶת מִעוּטוֹ בַּדְּרָכִים, וְנוֹתְנוֹ לְעַם הָאָרֶץ, וְיֹאכַל כְּנֶגְדּוֹ. וּמְחַלְּלִים אוֹתוֹ כֶּסֶף עַל כֶּסֶף, נְחֹשֶׁת עַל נְחשֶׁת, כֶּסֶף עַל נְחֹשֶׁת, וּנְחֹשֶׁת עַל הַפֵּרוֹת, וּבִלְבַד שֶׁיַּחֲזֹר וְיִפְדֶּה אֶת הַפֵּרוֹת, דִּבְרֵי רַבִּי מֵאִיר. וַחֲכָמִים אוֹמְרִים, יַעֲלֶה הַפֵּרוֹת וְיֵאָכְלוּ בִירוּשָׁלָיִם:
חזקי פרידמאן
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

משנה יומי
אטעטשמענטס
20221113_011343.jpg
20221113_011343.jpg (361.61 KiB) געזען 743 מאל
זבולון חיים הלוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

יש״כ
חזקי פרידמאן
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

משנה יומי - מסכת עירובין
אטעטשמענטס
20230107_233434.jpg
20230107_233434.jpg (238.61 KiB) געזען 562 מאל
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

איינער קען מיך שיקן משניות מסכת ברכות מיט אידש טייטש?
חזקי פרידמאן
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

משנה יומי מסכת פסחים
אטעטשמענטס
20230315_234509.jpg
20230315_234509.jpg (186.83 KiB) געזען 456 מאל
חזקי פרידמאן
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

.
אטעטשמענטס
20230315_234521.jpg
20230315_234521.jpg (249.86 KiB) געזען 455 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”