קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אריין און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 02, 2021 5:49 pm

קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריין און ארויס »

ליל תשעה באב לייוו פראגראם, ביים אפטיילונג "אידיש-לייוו" אויפן הויפט בלאט
מוצ״ש דברים פ״א
אידיש24 שטעלט צו היינט נאכט און מארגן זונטאג א ספעציעלע תשעה באב לייוו פראגראם, ווי מען וועט קענען הערן פארשידענע דרשות, שמועסן און אינטערוויוס איבער מיטמאכענישן און שוועריגקייטן ביי כלל ישראל.
די פראגראם הייבט זיך אן היינט מוצאי שבת אום 11 אזייגער ביינאכט, ווען מען וועט הערן א אינטערוויו מיט הישיש ר' שמואל בעללער, איבער די ביטערע צרות און פיין וואס ער איז אריבער ביים צווייטן וועלט קריג, און איבער שוידערליכע ביטערע סצענעס וואס ליגט אים נאך פארענט פון די אויגן.
אום 12 אזייגער ביינאכט וועט מען הערן א רירענדער תשעה באב שמועס מיטן היסטאריקער און בארימטער שריפטשטעלער הרב חנא פריעדמאן, איבער זעלטן שווערע סצענעס אין לויף פון די גרויזאמע צווייטע וועלט מלחמה ווען די וועלט האט געהאלטן 6 יאר תשעה באב, באגלייט מיט די שוידערליכע לעצטע עדות פון די קריג איבערלעבער.
אום 2 ביינאכט, וועט מען הערן א שמועס דורך די מגיד מישרים הרב פישל שעכטער שליט"א מיט טרעפליכע ווערטער שטייענדיג תשעה באב נאך א שווערע פאר חדשים פון טראגעדיעס ביי כלל ישראל.
די לייוו פראגראמען, וועט מען קענען מיטהאלטן ביי די "אידיש-לייוו" אפטיילונג דא אויפן הויפט בלאט, אין ווי נאר א דרשה וועט זיך ענדיגן, וועט מען עס תיקף קענען הערן ביי די "ארכיוון אפטיילונג", אויך ביי די אידיש-לייוו קנעפל.
די אינהאלט פון די מארגנדיגע פראגראם וועט געמאלדן ווערן תשעה באב צופרי.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/43305
פאר א זאפטיגע שמועס [email protected]
אריין און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 02, 2021 5:49 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריין און ארויס »

זונטאג צום תשעה באב לייוו פראגראם, ביים אפטיילונג "אידיש-לייוו" אויפן הויפט בלאט
א' ואתחנן פ״א
די פראגראם היינט תשעה באב, וועט זיך אנפאנגן 10 אזייגער צופרי, אין יעדע שעה, וועט געהערט ווערן א צווייטע שמועס אדער אינטערוויו, ביז 9:30 ביינאכט.

• אום 10 אזייגער צופרי וועט מען הערן דורך הרב שמואל פוקס איבער די היסטאריע פון די קינות, אירע מחברים און וועלכע תקופות דאס איז נתחבר געווארן.

• אום 11 אזייגער פארמיטאג, וועט מען הערן א שמועס מיטן בעל מחנך ופה מפיק מרגליות הרב שאול קליין, איבער אומבאקאנטע היסטאריע און דראמאטישע שילדערונגען פון די צווייטע וועלט קריג, די סיסטאמאטישער מארד מאשין וואס די דייטשן האבן אפערירט בשעת ווען די וועלט האט געשוויגן, און פריוואטע עדותשאפטן.

• אום 12 מיטאג, וועט מען הערן איבער פרעות תשפ"א, שמועסן מיט אידן וועלכע זענען פערזענליך ל"ע גאר שווער באטראפן געווארן פון די לעצטערע טראגעדיעס וואס האט געפלאגט כלל ישראל: קאראנע, מירון, פארענטשעס און סורפסייד. שמועסן מיט הרב יצחק אמיתי איבער די סאמע ערשטער קאראנא פאציענט אין אר"י, מיט הרב שלמה שטיינמעץ, טאטע פון הבחור דובי שטיינמעץ ע"ה פון די מירון אומגעקומענע, הרב יודא לייב גלויבערמאן, טאטע פונעם בר מצוה בחור'ל מאיר גלויבערמאן ע"ה פון די פארענטשעס קרבנות, הרב דניאל ווייס, א ברודער פון ר' ישראל צבי יוסף ווייס ע"ה מהרוגי סורפסייד און הרב רפאל טענענהויז וועלכע האט פארלוירן זיין שוואגער ר' צבי איינסווארט ביי די סורפסייד קאטאסטראפע.

• אום 2 אזייגער נאכמיטאג, וועט מען הערן א שפאנענדע אפהאנדלונג דורכן בארימטן בעל מספר הרב מתתי גרין, איבער די העראאישע אקציע פון אידן אויף די 20-סטע טראנספארט, א באן פון אנטווערפן קיין אוישוויץ, ווי די רייזענדע האבן אדורכגעפירט א ווידערשטאנד, און אויפגעריסן איין וואגאן אפהאלטענדיג די באן פון גרייכן דעם אוישוויצער גהינום, באגלייט מיט לעבעדיגע אינטערוויוס פון עלטערע אידן וואס טיילן מיט ווי אזוי די שארית הפליטה אידן פון שטאט האבן צוריקגעשטעלט דאס אידישע לעבן אין די זעלבע הייזער ווי בעפארן וועלט קריג.

• אום 3 אזייגער נאכמיטאג, וועט מען הערן א שמועס מיט שרעקליכע עפיזאדן איבער אידן וואס געפונען זיך אין טורמעס אין דריטע וועלט לענדער, און די ארבייט זיי ארויסצונעמען פון דארט.

• אום 4 אזייגער נאכמיטאג וועט מען הערן א שמועס מיט די בארימטע בדחן ומרביץ תורה הרב פנחס מרדכי וועבער, אן אפהאנדלונג איבער "אמאל און היינט", ווי אזוי די וועלט האט זיך געטוישט פונעם אמאליגן עשיו שונא.

• אום 5 נאכמיטאג, וועט מען הערן איבער דאס לעבן און שאפן פון א קינד וואס איז אויפגעוואקסן אינטערן שאטן פון חברה קדישא און בית הלוויות, וויאזוי עס גייט צו דאס לעבן פון די אייגענטומער פון א טשאפל, און ווי אזוי איז געווען דער מצב ביי קאראנע ווען הונדערטער אידן זענען ליידער אומגעקומען פון די מגיפה ר"ל.

• אום 6 נאכמיטאג וועט מען הערן פון הרב ישכר בעריש פריעד פון "חיים ארוכים" וואס דערציילט וויכטיגע און אינפארמאטיווע נקודות וואס איז וויכטיג בשייכות שפיטעלער, איבער דעם וואס ביי מעדיצין איז פאראן דעת תורה, דעת רופא און דעת בעה"ב. און כאטש וואס לאקאלע דאקטוירים פארשטייען צום ערליכן איד, וועם זיי קענען פון דער נאנט, וועלן זיי אבער בעסער וויסן ווי אזוי זיך ארויסדרייען .

• אום 6:30 נאכמיטאג, וועט מען הערן אן אריינבליק אין די טיפע פיין און מיטמאכענישן פון אידן וואס שמאכטן און טורמע, און ספעציעל די קאשמארן וואס די פאמיליעס אינדערהייט מאכן מיט.

• אום 7 אזייגער פארנאכטס וועט מען הערן אן אינטערוויו מיט הרב קאמינעצקי וועמענס זיידע איז געווען צווישן די אומגעקומענע ביי די שוידערליכע שחיטה אויף די ישיבה אין חברון י"ח אב יאר תרפ"ט, ווען אראבער האבן ברוטאל אומגעברענגט 67 אנשים נשים וטף.

• אום 7:30 אזייגער נאכמיטאג, וועט מען הערן טרעפליכע דיבורים פון פה מפיק מרגליות המשפיע הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א, וועלכע וועט ארומרעדן איבער די תשעה באב היינטיגע צייטן.

• אום 8:30 פארנאכטס וועט מען הערן אן אפהאנדלונג דורך ר' הערשל פריעדמאן מיט פרישע אויפדעקונגען און אומבאקאנטע קאפיטלען פון די ערשטע וועלט מלחמה, און די צרות וואס אידן האבן מיטגעמאכט.

די לייוו פראגראמען, וועט מען קענען מיטהאלטן ביי די "אידיש-לייוו" אפטיילונג דא אויפן הויפט בלאט, אין ווי נאר א דרשה וועט זיך ענדיגן, וועט מען עס תיקף קענען הערן ביי די "ארכיוון אפטיילונג", אויך ביי די אידיש-לייוו קנעפל.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/43312
פאר א זאפטיגע שמועס [email protected]
אריין און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 02, 2021 5:49 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריין און ארויס »

אוי האט מיר עס געקאסט א טרער..
הרב חנא פריעדמאן
א' ואתחנן פ״א
א רירענדער תשעה באב שמועס מיטן היסטאריקער און בארימטער שריפטשטעלער הרב חנא פריעדמאן, איבער זעלטן שווערע סצענעס אין לויף פון די גרויזאמע צווייטע וועלט מלחמה ווען די וועלט האט געהאלטן 6 יאר תשעה באב, באגלייט מיט די שוידערליכע לעצטע עדות פון די קריג איבערלעבער
https://www.yiddish24.com/live/172/43310
פאר א זאפטיגע שמועס [email protected]
אריין און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 02, 2021 5:49 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריין און ארויס »

הרה"ג ר' אהרן טויסיג שליט"א

https://www.yiddish24.com/torah/140/43306
פאר א זאפטיגע שמועס [email protected]
אריין און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 02, 2021 5:49 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריין און ארויס »

די יערליכע שמועס
הישיש ר' שמואל בעללער
א' ואתחנן פ״א
איבער די ביטערע צרות און פיין וואס ער איז אריבער ביים צווייטן וועלט קריג, און איבער די שוידערליכע ביטערע סצענעס וואס ליגט אים נאך פארענט פון די אויגן
https://www.yiddish24.com/live/172/43309

הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א
https://www.yiddish24.com/torah/140/43306
פאר א זאפטיגע שמועס [email protected]
אריין און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 02, 2021 5:49 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריין און ארויס »

הרב פישל שעכטער

https://www.yiddish24.com/live/172/43311
פאר א זאפטיגע שמועס [email protected]
אריין און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 02, 2021 5:49 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריין און ארויס »

תשעה באב פראגראם תש"פ ארכיוו
https://www.yiddish24.com/cat/143
פאר א זאפטיגע שמועס [email protected]
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

אריין און ארויס האט געשריבן:די יערליכע שמועס
הישיש ר' שמואל בעללער
א' ואתחנן פ״א
איבער די ביטערע צרות און פיין וואס ער איז אריבער ביים צווייטן וועלט קריג, און איבער די שוידערליכע ביטערע סצענעס וואס ליגט אים נאך פארענט פון די אויגן
https://www.yiddish24.com/live/172/43309

ווארשיינליך געווען פרי רעקארדעד
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ייש"כ @אריין און ארויס.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אריין און ארויס האט געשריבן:• אום 3 אזייגער נאכמיטאג, וועט מען הערן א שמועס מיט שרעקליכע עפיזאדן איבער אידן וואס געפונען זיך אין טורמעס אין דריטע וועלט לענדער, און די ארבייט זיי ארויסצונעמען פון דארט

יואלי גרויזאמער פון מאלי גייט זיין לייוו?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אריין און ארויס האט געשריבן:• אום 3 אזייגער נאכמיטאג, וועט מען הערן א שמועס מיט שרעקליכע עפיזאדן איבער אידן וואס געפונען זיך אין טורמעס אין דריטע וועלט לענדער, און די ארבייט זיי ארויסצונעמען פון דארט

יואלי גרויזאמער פון מאלי גייט זיין לייוו?

מען מעג נישט ע''פ הלכה מאכן יעצט ווערטלעך, עס איז זייער הארב, זיכער נישט ברבים
און בכלל רעדן און ליינען פון עפעס אנדערש אויסער די חורבן בית המקדש און זאכן וואס מאכן געדענקן דערפון
חחח...
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4855
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

מעכל קנעכל האט געשריבן:

אלזא, פארוואס האבן חסידים פונעם הייליגער ריזשינער פראבירט עטוואס צו לעבעדיג מאכן??????

אמביציע האט געשריבן:

איך ווייס נישט איבער וואס דו רעדסט
אבער קיין שום מעשה קען נישט טוישן קיין הלכה פסוקה
וויפיל רעדן די ספרי חסידות מען זאל זיך נישט אפלערנען הלכה למעשה פון קיין אנדערע ערליכע איד אויב עס איז פארקערט פון שו''ע
עיין סור מרע ועשה טוב בהגהת מהרצ''א שמאריך על זה, ופשוט הוא
וכבר צווח על זה הרה''ק מסאטמאר זי''ע
חחח...
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

מעכל קנעכל האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
מעכל קנעכל האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אריין און ארויס האט געשריבן:• אום 3 אזייגער נאכמיטאג, וועט מען הערן א שמועס מיט שרעקליכע עפיזאדן איבער אידן וואס געפונען זיך אין טורמעס אין דריטע וועלט לענדער, און די ארבייט זיי ארויסצונעמען פון דארט

יואלי גרויזאמער פון מאלי גייט זיין לייוו?

מען מעג נישט ע''פ הלכה מאכן יעצט ווערטלעך, עס איז זייער הארב, זיכער נישט ברבים
און בכלל רעדן און ליינען פון עפעס אנדערש אויסער די חורבן בית המקדש און זאכן וואס מאכן געדענקן דערפון

אלזא, פארוואס האבן חסידים פונעם הייליגער ריזשינער פראבירט עטוואס צו לעבעדיג מאכן??????

איך ווייס נישט איבער וואס דו רעדסט
אבער קיין שום מעשה קען נישט טוישן קיין הלכה פסוקה

תשעה באב איז איינמאל א יאר
די פיאות ברויך מען מאכן א גאנץ יאר
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

וואס בעט מען אונז שוין? אז כאטש איין טאג א יאר זאלן אונז אביסל קלאגן אויף דעם וואס די באשעפער האט נישט קיין הויז, אויף אונזערע אלע עבירות וואס זענען עס גורם, און אפילו דאס קענען אונז שוין אויך נישט געבן פארן אייבערשטן? אביסל ערנסטקייט און צובראכענקייט, אונז האבן א שיינעם חלק אינעם חורבן, אונז האבן גענוג אויף וואס צו קלאגן
חחח...
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4855
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

מעכל קנעכל האט געשריבן:וואס בעט מען אונז שוין? אז כאטש איין טאג א יאר זאלן אונז אביסל קלאגן אויף דעם וואס די באשעפער האט נישט קיין הויז, אויף אונזערע אלע עבירות וואס זענען עס גורם, און אפילו דאס קענען אונז שוין אויך נישט געבן פארן אייבערשטן? אביסל ערנסטקייט און צובראכענקייט, אונז האבן א שיינעם חלק אינעם חורבן, אונז האבן גענוג אויף וואס צו קלאגן

כ'האב נישט קיין השגה וואס דו ווילסט דא.

האסט געזען איינעם נישט טרויערן? איך מיין אז דו זאלסט זיך אונטער נעמען נישט צו אנקוקן אידן נעגעטיוו.
הצלחה
אריין און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 02, 2021 5:49 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריין און ארויס »

אמביציע האט געשריבן:
מעכל קנעכל האט געשריבן:וואס בעט מען אונז שוין? אז כאטש איין טאג א יאר זאלן אונז אביסל קלאגן אויף דעם וואס די באשעפער האט נישט קיין הויז, אויף אונזערע אלע עבירות וואס זענען עס גורם, און אפילו דאס קענען אונז שוין אויך נישט געבן פארן אייבערשטן? אביסל ערנסטקייט און צובראכענקייט, אונז האבן א שיינעם חלק אינעם חורבן, אונז האבן גענוג אויף וואס צו קלאגן

כ'האב נישט קיין השגה וואס דו ווילסט דא.

גא"מ
פאר א זאפטיגע שמועס [email protected]
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

פינקי רעדט יעצט
באבל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 4:18 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבל »

פארוואס קען מען נישט איבערהערן די דרשה פון ר' שמואל פוקס אויף די ארכיוון?
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

רבי יואל פעלזן יעצט א שיינע אינפארמאטיווע אינטערוויא מיט רבי יוסף בראך בן האדמור מדאבשינא, בנוגע די ארבעט פון א טשאפעל.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

Programming האט געשריבן:
אריין און ארויס האט געשריבן:די יערליכע שמועס
הישיש ר' שמואל בעללער
א' ואתחנן פ״א
איבער די ביטערע צרות און פיין וואס ער איז אריבער ביים צווייטן וועלט קריג, און איבער די שוידערליכע ביטערע סצענעס וואס ליגט אים נאך פארענט פון די אויגן
https://www.yiddish24.com/live/172/43309

ווארשיינליך געווען פרי רעקארדעד

אלעס איז פרי ריקארדעט.

רבי פינחס מרדכי וועבער טרינקט אפילו אינמיטן… לאל.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אפסטעיט איד
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:03 am

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפסטעיט איד »

בעריש'ל האט געשריבן:רבי יואל פעלזן יעצט א שיינע אינפארמאטיווע אינטערוויא מיט רבי יוסף בראך בן האדמור מדאבשינא, בנוגע די ארבעט פון א טשאפעל.

וועלכע אפטיילונג?
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

אפסטעיט איד האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:רבי יואל פעלזן יעצט א שיינע אינפארמאטיווע אינטערוויא מיט רבי יוסף בראך בן האדמור מדאבשינא, בנוגע די ארבעט פון א טשאפעל.

וועלכע אפטיילונג?

לייוו אינטערוויאס, וועט שפעטער מסתמא ארויף גיין אויף 8-8
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”