קול מבשר וועכנטליכע וועטער בליצן צווישן יקיר ביגעלאייזן און יושע יחזקאל גליק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

קול מבשר וועכנטליכע וועטער בליצן צווישן יקיר ביגעלאייזן און יושע יחזקאל גליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

עטליכע וואכן צוריק האט זיך אנגעהויבן א נייע וועכנליכע פראגראם אויף קול מבשר ביי די וועטער בליצן #1-2-0 אפטיילונג, ווי יעדע זונטאג קומען ארויף די צוויי קול מבשר וועטער עקספערטן יקיר ביגעלאייזן און יושע יחזקאל גליק און געבן אן אפדעיט איבער וואס עס איז צו ערווארטן מיט די וועטער אויפ'ן גאנצן וואך.

אזוי אויך דיסקוסירן זיי יעדע וואך באזונדערע אינטערעסאנטע טאפיקס אין די נושא פון וועטער, אויך געבן זיי אפדעיטס איבער די וואך ווען עס מאכט זיך א שטארקע רעגן שטורעם אין די טריי סטעיט געגנט וכדו'.

לויט ווי איך הער גייען זיי זיין שטארק אקטיוו דורכאויס די ווינטער חדשים ווען עס מאכט זיך שניי שטורעמעס (וואס קומען ע"פ רוב נישט אן...), און דאס וועט זיין שטארק בייהילפיג פאר די חובבי שלג..

איך האלט גראד אס עס פארדינט זיך אן עקסטערע אפטיילונג דערפאר, נישט צוזאמען מיט זלמן וויעדער'ס טעגליכע וועטער בליצן אפטיילונג, פונקט ווי די אלע אנדערע רעדנערס אויף קול מבשר וואס האבן יעדע באזונדערע קעסטלעך פאר זיך, כ'האף אז מיט די צייט וועט דאס פאסירן, ספעציעל דורכאויס די ווינטער חדשים.

לאמיר האפן אז זיי וועלן מצליח זיין מיט די נייע פראיעקט.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: קול מבשר וועכנטליכע וועטער בליצן צווישן יקיר ביגעלאייזן און יושע יחזקאל גליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

דאס איז א לינק צו זייער שמועס פון די וואך פר' דברים

וועטער בליצן - יקיר ביגעלאייזן מיט יושע יחזקאל גליק:
א' דברים פ״א
שמועס פון פרשת דברים. וואָספאַראַ וועטער קען מען ערוואַרטן אין די קומענדיגע וואך?
וויאזוי פאסירט דונערן און בליצן?
א שמועס דורך די קול מבשר וועטער עקספערטן ר׳ יקיר ביגעלאייזן מיט ר' יושע יחזקאל גליק.

https://www.yiddish24.com/news/138/42847
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
אזוי ארום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:51 am

Re: קול מבשר וועכנטליכע וועטער בליצן צווישן יקיר ביגעלאייזן און יושע יחזקאל גליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי ארום »

זייער א שיינע שמועס! קאדוס.

וועטער בליצן - יקיר ביגעלאייזן מיט יושע יחזקאל גליק
ג' ואתחנן פ״א
שמועס פון פרשת ואתחנן. וואָספאַראַ וועטער קען מען ערוואַרטן אין די קומענדיגע וואך? וואס גייט פאר מיט די רעגנדיגע, און ווארימע וועטער? א שמועס דורך די קול מבשר וועטער עקספערטן ר׳ יקיר ביגעלאייזן מיט ר' יושע יחזקאל גליק

https://www.yiddish24.com/news/138/43459
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”