כאראקטארן וואס איך דענק פון דעם בוך. רומאן שפיגל= א סאדיסטישער נארסאסיט שבח טראוויצקי= סתם א שלימזל מיט א שלעכטע אויג אויף דעם מוצלח יחיאל א/ק/א דוד לעווי, מיינט גארנישט שלעכט יחיאל הורוויץ= א וואולע נשמה די ארומיגע פארשטייען פשוט נישט צו אים דוד לעווי=שוין דא געוויסע וואס פארשטייען צונעם .דער פראבלעם? זיי האבן איטליכער אייגענע אינטערעסן
ברוך השם די נאוועל אוואו אלע נאוועלס האט א גוטע ענדע ווען די גאנצע ציבור נעמט זיך צוזאם און מאיז מתפלל אז דער רשע רומאן זאל נישט פארשפרייטן דעם ביאלאגישן ווירוס . כן יאבדו וכו
נאך כאראקטארן פונעם בוך= שבח'ס זוהן : דער האט מיך שוין יא ארויסגענומען פון די כלים מילא דער פאטער שבח האט גוטע כוונות אבער דער זוהן איז א באנדיט . ער ווייסט ער האט נישט "דעם" טאלאנט, וואס וויל ער פון דעם אומשולדיגן יחיא-ל ? למעשה האט נעבעך יחיא-ל צוזאמגעליטן ס'רוב פון זיין לעבן פון דעם באגאבונד דער איז אים נאכגעגאנען אפילו נאכן קריג!!! און געב א קוק אויף יחיא-ל נאך די אלע צרות וואס דער זייעט אים אהן איז ער אים מוחל בלב שלם דארטן אינעם דארף בפני כל עם ועדה
עמאשענאל מאמענט'ן אין די מעשה : ווען דער רשע רומאן לאזט ארויס יחיאל פון געפענגעניש צו טרעפן זיין פאמיליע דער מייסטער שרייבער לייגט אראפ די מאמענטן זעהר הארציג ווי יחיאל טרעפט זיין ווייב און קינדער,יוטא מיט די קינדערליך שטייען דארט ביים צוים נעבן די גאז קאמערן און איינע פון די קינדער פרעגט יחיאל, ווייזנדיג אויף די קוימענעס : טאטע איז וואר אז דארטן ווערן די מענטשן מלאכים?
אויך ווען דוד לעווי'ס צווייטע ווייב איז אין שפיטאל ביים בעט פונעם ווינדער קינד ברוך וואס די גאנצע דארף מאכט זיך גרייט פארן ריזן מעמד ווי ער'ט געדארפט אראפלייגן אן אייגן פארפאסט שטיקל, און נאכן פארכאפט ווערן אין אראבישע הענט און דורכגיין דעם שרעקליכע טראומע, פארלירט ער נעבעך דעם שטימע אויף אייביג (ספוילער אלערט...) ווי זי בעהט זיך צו אים :קינד מיינס לאמיך נאך איינמאל הערן דיין זיסע שטימע ... דוד לעווי= א מיטגעמאכטער מלחמה געליטענער פארלוירן "אלעס" ביין קריג, מיט זיין שטארקע כאראקטער אבער בויעט ער זיך צוריק שטיין ביי שטיין . דער פראבלעם זיינע איז אז ער פארמאגט נישט א געוויסע דרייסטקייט און דאס באגראבט אים מיט די ווייב, מרגליא,
מי כעמך ישראל מאמענטן אין די מעשה: ווען דער רשע רומאן שלעפט ארום שבח'ן אין די לובלינער גאסן און פרובירט ארויסצובאקומען פונעם די באהעלטעניש פון חיליק . שבח דער ארכי שונא פון חיליק האלט זיך גאר שטארק און באצאלט עווענטועל מיט זיין לעבן פארן נישט ארויסגעבן חיליק'ס באהעלטעניש .

דו ביסט פיין... האבעך געזאגט פאר איינעם וואס האט נאכנישט געליינט א צואה אויף הינדערט יאר אז איך בין עם מקנה. איך האב שוין געליינט די בוק ממילה גיי איך מער נישט האבן די אינזשוימענט וואס ער גייט האבן ווען ער גייט עס ליינען.. יאפ, דער יאיר איז א מייסטער שריייבער!
די אויסגערעכענטע אקציע איז מיט די סייענטיסטן פארכאפט אין א טובערקעלאסיס שפיטאל? שיגע מטורע געווען יענע בוך.
(דער חידוש איז אז איך געדענק נאך ווי היינט אז דאס איז פארקויפט געווארן אין די מאסן ביים ערשיינען אין דער שמש שטיבל ביי אונז אין - נישט זייער א ליבעראלע - ס'מעדרעש! זאל זיך א שמש היינט וואגן אזאנס צו לייגן אויף דיספלעי...)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]