בניהו האט געשריבן:היסטאריש האט געשריבן:בניהו האט געשריבן:מקווה איד האט געשריבן:פון די ביך פארכאפט אין טעראר פון יאיר וויינשטאק האב איך אמאל געהערט אז די ענדע פעלט פונעם בוך אבער עס איז דא צו באקומען, ווייסט איינער עפעס דערוועגן?
איך האב פיינט געהאט די מעשה. צופיל טראומא פאר א בוך.
איך האב מיך אויך גערעגט, ווייל כ'האב געמיינט אז סוף פון די מעשה גייט ער מיר אויסזאגן אז עכט לעבט די טאטע יא, און למעשה האט ער אים געלאזט טויט. דאס איז נאכן אים הרג'נען גראד אנפאנג, און לאזן זיין זון מיט אזאנע שולד געפילן אזש איך האב מיך שוין כמעט געפילט גילטי
גע׳הרג׳ט ביידע עלטערן אויב איך געדענק גוט, ווען די קינדער זענען געבליבן אליינס אין קאר.. די זוהן וואס איז געווארן אן אראבער און געוואלט ווערן א מארטירער.. בקיצור זייער שווארץ, שרעקעדיג, מיט א שוואכע גוטע ענדע.
די זוהן האט קיינמאל געזעהן ווי מ'הארגעט זיינע עלטערן, ער האט געזעהן ווי מ'האלט געווער קעגן זיי און דאן האט ער פארלוירן דאס באוויסטזיין. די סוף פונעם ביכל שטייט נישט ענדע, און עס האט אסאך ליידיגע בלעטער, אויב איינער ווייסט ווי מ'קען באקומען די ענדע זאל ער זיך ביטע מעלדען.