אני-הק' האט געשריבן:מוכר ספרים האט געשריבן:מיט א פרישקייט האט געשריבן:אין 'לבלר' איז געווען אן ארטיקל מיט די זעלבע טעמע, אבער דארט שרייבט ער סה"כ אז ער האט גערעדט מיט איינעם וואס מבינים האבן געזאגט וכו', אן אזא ערנסטע חקירה ווי אין אינטערעסאנט.
צוויי אנדערע סארט שמועסן בכלל.
אין אינטערעסאנט איז דער טעמע בכלליות, איבער דער קראנטקייט פונעם היינט-אנגענומענעם צורה פון חפץ חיים.
אין לבלר איז דער שמועס מיט'ן טרעפער, וואס האט שוין געטראפן נאך אנדערע היסטארישע חפצים. לדעתי איז דאס מער קורענט און רעלעוואנט.
פון איין זייט איז עס טאקע מער קראנט אז מען ברענגט ארויף דער טרעפער, אבער פון די אנדערע זייט קען ער האבן נגיעות, און נישט אייביג מיינט עס אז ער האט צוגעטראפן, אין אינטערעסאנט צולייגט ער די גאנצע זאך אויף קליין געלט מיט הוכחות פון די בילדער בפנ''ע פ"וו עס מוז זיין אז ס'איז נישט ער.
כ’האב געשריבן קורענט און נישט קראנט.
און כ’וועל בעסער מסביר זיין מיינע פריערדיגע ווערטער.
ווען מען טרעפט א פריש בילד פון חפץ חיים, איז לאו דווקא די נושא צי דער באקאנטער אנגענומענער בילד פונעם חפץ איז אמת אדער נישט, דאס האט מען שוין אסאך מאל דן געווען און דאס איז לאו דוקא יעצט די נושא וואס מענטשן ווילן הערן. ס’איז זייער שיין, אבער ס’האט נישט קיין דירעקטע שייכות מיט’ן לעצטיגן קורענט מציאות וואס האט זיך אפגעשפילט.
יעצט האט מען געפינען א בילד. נו, וואו טרעפט מען אזעלכע בילדער, ווער האט דאס געטראפן, וואס נאך האט ער געטראפן וכו’.
מה שאין כן גיין ווידמען א גאנצע ארטיקל איבער די קראנטקייט און אמת’דיג פונעם אנגענומענעם חפץ חיים בילד איז לאו דווקא יעצט די נושא, הגם ס’איז שיין און אינפארמאטיוו.
כ’מאך נישט חלילה אוועק. כ’האב נאר ארויסגעברענגט אז יעצט, נאכן טרעפן די בילד, איז דער דיון לאו דוקא פארש ארבעט איבער’ן עצם צורה. והבן.