נשמה האט געשריבן:ממוצע האט געשריבן:נשמה האט געשריבן:בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ
איך האב אנגעהויבן צו הערן זיינע שיעורים אויף 'בארדערליין' אויף זיין 'פנים מאירות' האטליין. ס'איז געוואלדיג פאר'ן פשוט'ן המון עמ'דיגער מענטש צו כאפן וואס צו טון, און עס קוקט אויס אז ס'קען ארבעטן. פארשטייט זיך אז ווען איך הער עס טראכט איך צו מיר אז איך בין דער "בארדערליין" און אז איך דארף מיך פאררעכטן, און נישט יענער חלילה. אבער זיינע שיעורים זענען געוואלדיג. מ'דארף נאר כאפן וויאזוי מ'אפעלירט עס. און ווי ער זאגט אז מ'דארף עס טון די גאנצע צייט בלי הרף כלל. האלטן קאפ און עס אויספירן. ס'איז גראדע זייער א קלוגע מהלך און עמקות'דיג אין פסיכאלאגיע. ווייל די גאנצע זאך - לויט וויאזוי איך פארשטיי עס - פון א בארדערליין איז, אז ער לערנט אפ אזאך מיט געפיל צו שנעל צו שטארק. און דא גייט מען מיט פאקט.
ער טענה'ט אז מ'זאל נישט אפהאקן, ווייל אפהאקן ברענגט מער ווייטאג. אזוי טענה'ט ער.
איך וואונדער מיך צי ס'דא גענוג קויפערס וואס ווילן ליינען איידעיס פון עקספיריענסד טערעפיסטן אין נפש, בתנאי אויב ס'האט שטארקע סוקסעס דייקא און לאו דוקא לייסנסד. פאר די מענטשן וואס קויפן עס נאר ווייל ס'איז געענטפערט און געשריבן דורך לייסנסד טערעפיסטן, איז דאך שוין דא גענוג קאלומס.
ווער זאגט אז די וועליו פון 'נפשי' איז נאר ווען ס'אנטהאלט אין זיך לייסנסד מאטריאל, אפשר האט עס אויך א וועליו ווען ס'האט אין זיך יארן עקספיריענס מאטריאל. אין חכם כבעל נסיון.
האט נפשי א פלאן צו מאכן אז דער גאנצער עולם זאל נאר גיין צו לייסנסד טערעפיסטן, כלומר: גייט אזא זאך געשעהן אמאל? אדער ס'גייט אלעמאל זיין טענות ומענות און ס'גייט אלעמאל זיין וואס גייען קוקען איף סוקסעס ענדערש ווי לייסנסד. נו, אויב אזוי וואס האסטו פון פארקויפן נאר לייסנסד?
והשם הטוב יעזור
ס'איז נישט דער פוינט "לייסענסד". מ'האט דאס שוין אסאך מאל אויסגעקלארט. קיינער וואלט קיין טענות נישט געהאט ווען מ'זאל אינטערוויען ר' שרגא פליישמאן. עס איז גראדע א גוטע אויך אויב מאמענט ליינט דא, אויב עס איז מעגליך צו אויספירן מן הכח אל הפועל...
וואס ס'האט געשטערט פאר מענטשן איז, דאס אז ער מאכט אוועק אלע טעראפיסטן, און בכלל מאכט ער אוועק סיי וואס דער אלגעמיינע וויסנשאפט האט אויסגעארבעט במשך פילע צענדליגער יארן, אלץ ממש אומנויטיג.
האט שוין איינער דא אראפגעברענגט די ווערטער פון זיין אינטערוויו אין 'נפשי' וואס געט די איינדרוק אז ער מאכט אוועק אלע טערעפיסטן און אז ער מאכט אוועק סיי וואס דער אלגעמיינע וויסנשאפט האט אויסגעארבעט במשך פילע יאר?
דאס אז ער רעדט קעגן שטודירן מיינט נאכנישט אז ער מאכט אוועק אלע טערעפיסטן. ער האט בסך הכל געזאגט אז מ'זאל נישט טון כנגד התורה.
זיך נישט געפוילט און אפגעטייפט
ליבעראלער צוגאנג ברענגט פראבלעמען
ס'איז דא נאך עפעס וואס האט גורם געווען דעם אויסברוך פון בארדערליין, אבער דאס וויל קיינער נישט הערן - אפילו נישט 'נפשי'... מיר האבן זיך שוין גע'טענה'ט מיט עסקנים איבער דעם, איך ווייס אז מ'וויל עס נישט הערן, אבער דאס איז אונזער מיינונג, אז די עיקר גורמים פאר׳ן חורבן פון בארדערליין זענען געוויסע טעראפיסטן און עסקנים אליין. איידער איך וועל מסביר זיין מיינע ווערטער, וויל איך קלארמאכן אז איך רעד נישט לגבי אנדערע נפשיות'דיגע פראבלעמען, ממש נאר לגבי דעם ענין פון בארדערליין.
ווען א מענטש קומט צו א טעראפיסט מיט א פראבלעם, וואלט מען געדארפט אים העלפן זיך ארויסדרייען פונעם פראבלעם, אבער אנשטאט דעם גיט מען אים גאר רעכטן צו דעם. מ'זאגט אים, 'דו האסט רעכט צו האבן פראבלעמען, ווייל דיין מאמע האט דיר נישט געגעבן ליבשאפט' 'דו מעגסט עסן טריפות, ווייל דיין מאמע האט דיך געצוואונגען צו עסן פלייש', אדער 'ווייל דיין טאטע האט דיך נישט געלאזט עסן פלייש', אדער 'ווייל די מאמע איז געווען א נוטרישאניסט'.
ריכטיג וואלט געווען אז מ'זאל פשוט נעמען דעם מענטש און זיך קאנצענטרירן אויף זיין פראבלעם, אים צו העלפן אין זיין שוועריגקייט אן דעם וואס ער זאל עפעס טוישן אין זיין לעבן. מ'דארף אים זאגן, 'טויש נישט דיין טאטן, דיין מאמען, דיין שותף און דיין וועלט, נאר לאמיר טרעפן א לעזונג פאר׳ן פראבלעם אין דיין וועלט'.
ס׳איז געווען ביי מיר א כלה וואס אין איר משפחה זענען שוין געווען עטליכע פאלן פון א גט, איז זי געגאנגען צו א טעראפיסט פאר איר חתונה, כדי צו פרעגן וואס ס'איז דער גורם צו א גט און וויאזוי זי קען עס פארמיידן. דער טעראפיסט האט אנגעהויבן פרעגן שאלות, "ווען ביסטו געבוירן? וואס טוט דיין טאטע פאר פרנסה? צי שרייט דיין מאמע אינדערהיים?״ און נאך אזעלכע שאלות. די כלה איז אנגעקומען צו מיר און דערציילט די מעשה. מיר האבן נישט געקענט פארשטיין יענעם טעראפיסט. דאס מיידל איז דאך געקומען צו אים כדי צו פארמיידן פראבלעמען, נישט כדי צו טרעפן פראבלעמען.
מיר האבן דעמאלט אויפגעהויבן א טעלעפאן צו אן עסקן און אים געבעטן אז ער זאל רעדן מיט יענעם טעראפיסט. דער סוף איז געווען אז דער טעראפיסט האט זיך אנטשולדיגט. ער האט כמעט גורם געווען אז די כלה זאל ווערן א שונא פאר אירע עלטערן איבערנאכט, ווייל זיי זענען שולדיג אין אלע פראבלעמען וואס זי קען האבן פון יעצט ביז די 120. זי וואלט נאכדעם געקענט פאדערן משנה זיין די לבוש פון אירע עלטערן, ווייל זיי זענען דאך אירע שונאים און האבן נישט וואס אריינצורעדן. אזא צוגאנג ברענגט בארדערליין.
דער מענטש וואס איז א בארדערליין באשולדיגט זיין שותף, טאטע, מאמע וכדומה אין אלעמען, ווייל מ'האט אים אויסגעלערנט אז ער איז נישט שולדיג אין גארנישט, נאר אלעס האט צוטון מיט אנדערע. דאס בויט אויף דעם בארדערליין. דאס איז דער סם וואס ברענגט דערצו, און דאס איז גענוי וואס געוויסע טעראפיסטן טוען.