״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז ״דער צייטונג״ שטארק ניכר מיט א לינקע און פארפירערישע אגענדע?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מיטוואך פאברואר 15, 2017 12:34 pm

די צייטונג באריכטן אין פאליטיקס זענען איבערגעטריבן ניכר׳דיג בייעסד, ער מעג היפש פארבעסערן.
65
60%
ניין עס איז אקוראט וויזוי די פאקטן זענען, און איך גלייך עס, סזאל בלייבן וויזוי עס איז.
32
29%
איך ליין בכלל נישט די ערשטע חלק די צייטונג, עס איז אירעלעוואנט פאר מיר.
12
11%
 
סך הכול שטימען: 109

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1815
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 12:17 pm

וואס פשט אז דער טראמפיסט וואס האט געשאסן אין סעלף דעפענס, באקומט די הויפט קעפל און עטליכע בלעטער אין די צייטונג, און די נייעס אז דער ליבעראל האט געשאסן האט באקומען בלויז אפאר ווערטער?

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2215
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך עס עפעס » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 1:52 pm

מטעמים האט געשריבן:עס זעהט מיר אויס ווי א אנטי טראמפ זעהט אין דעם כץ א נייטראלקייט על כן להוי ידועה אז ער איז ארויס פון נארמאל אנטי טראמפ, ניטאמאל נעמט ער די מיה מסביר צו זיין טראמפס רעספאנס אויף אלע זיינע סאו קאלד קלעימס אנטקעגן אים.

אין מיין אפיניען איז ער א אויסגעשפראכענע אנטי טראמפ און דער איד האט פארלוירען זייער טראדישענעל שטארקייט פון זיין א באזעסענע צייטונג זייט זיי לאזען צו אז איינזייטיגקייט זאל פירען זייער צייטונג.


פשוט ווייל איך זעה אז דער ליגנט ווערט נאכאמאל און נאכאמאל געלופטערט, און קיינער קימערט זיך נישט אויסצוקלארן די פאקטן:
איך שרייב נישט די פאליטישע נייעס פאר "דער איד".
ובזה יצאתי ידי חובתי.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 2:17 pm

אהער און אהין האט געשריבן:וואס פשט אז דער טראמפיסט וואס האט געשאסן אין סעלף דעפענס, באקומט די הויפט קעפל און עטליכע בלעטער אין די צייטונג, און די נייעס אז דער ליבעראל האט געשאסן האט באקומען בלויז אפאר ווערטער?


יאפ געקלערט די זעלבע ביים זען [אין געשעפט] די צייטונג קעפל [און לינקע זייט אונטער קעפל]

viewtopic.php?p=2375425#p2375425

קוועלט
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 26, 2020 4:38 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך קוועלט » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2020 11:16 pm

אינטערעסאנט בערך צוויי וואכן צוריק האט די שרייבער פונעם הויפט פאליטישע אנאליז ארויסגעברעינגט אז די אמעריקאנע פאלק וועט דן זיין איבער קעראנע אדער דאכטזיך מיר עקענאמי אויב וועט די עולם קיקן מער אויף קעראנע וועט ער פארלירן און אויס אויף עקאנימי נישט
וויל איך פארשטיין וואס טיט זיך מיט לאו ענ ארדער? אויך א וויכטיגע אישו
דער שרייבער ברעינגט ארויס אז טראמפ בארימט זיך טאקע איבער דעים אבער ער איז א דורכפאל
והא ראי יעצט איז ער פרעזידענט און ער קען גארנישט טין גרויסע ראיאטן גייען אן און ני וואו ביסטי? די ביסט דאך פרעזידענט אלא מאי קענסטי נישט אפילו די ווילסט.
וויל איך אני הקטן פארשיין איך האב געהערט א אנאליז מיט יצחק קלאר פונקטליכע נומבערס אז זייט טראמפ האט אריינגעשיקט זיינע פעעדראלע אגענטן האט זיך דראסטיש גענידערט די צאל ווילדע ציזאלסט פראטעסטן און בכלל דעי אלע ראיאטן קומט דאך מער ווייניגער פאר און די לינקע ליבעראלע סטעיטס און טראמפ טיט טאקע גאר אסאך עס צי פארשטילן
אויב איינער קען מיר מבאר זיין ווער איז גערעכט? מאכט טאקע טראמפ סדר? און אויב יא זעיט טאקע אזוי איין די אמעריקאנע פאלק?

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך קאמענטאטאר » פרייטאג ינואר 29, 2021 9:42 am

משום איזה סיבה שיהי' איז מיר א סקרוך אריבער אין די ביינער ביים לייענען די שורות אויף זייט 12.
צוגעלייגטע
pg_12.jpg
pg_12.jpg (106.89 KiB) געזעהן 940 מאל
קאמענטארן זענען איבריג

עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך עציץ נקוב » פרייטאג ינואר 29, 2021 10:18 am

נעבעך דארף מען וויסן פארוואס זיי זענען מער קאטויליש געשטימט ווי אויף די זייט פון די פראטעסטאנטן ווען כמעט אלע אידן וואס זענען געהארגעט געווארען דורך קריסטן אינקלאדינג אלע קרייציגלער און די אינקוועזיציעס אלעס איז געווען קאטליגען

זיי זענען מיאוס פארפארן אבער זיי קענען מסביר זיין די חסרונות פון די פרא טראמפ, ווען זיי זענען נאך סאך ערגער סיי אין זייער אנטי טראמפ און סיי זייער פרא ביידן
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

פוילער
שר האלף
תגובות: 1207
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך פוילער » פרייטאג ינואר 29, 2021 10:39 am

איך פלעג זיין אמאל א וועכענטליכע ליינער פון די צייטונג, ביז ער האט מיר פארעקלט. יעצט זעה איך נאר מער איין פארוואס איך האב געדארפט אויפהערן.

א גרויל!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג ינואר 29, 2021 10:52 am

קאמענטאטאר האט געשריבן:משום איזה סיבה שיהי' איז מיר א סקרוך אריבער אין די ביינער ביים לייענען די שורות אויף זייט 12.

איך האף אז ס'איז נאר א פארדריסליכער טעות, פשוט טראנסליטירט אן צו טראכטן צו דער זאץ פאסט און ערליכער אידישער צייטונג.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך קענטאקי » פרייטאג ינואר 29, 2021 11:07 am

farshlufen האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:משום איזה סיבה שיהי' איז מיר א סקרוך אריבער אין די ביינער ביים לייענען די שורות אויף זייט 12.

איך האף אז ס'איז נאר א פארדריסליכער טעות, פשוט טראנסליטירט אן צו טראכטן צו דער זאץ פאסט און ערליכער אידישער צייטונג.

די מעלה פון אלבערט האט דאך געזאלט זיין אז ער שרייבט אייגנס, נישט ווי די שרייבערלעך אין דער איד וואס זעצן איבער.

זעט אויס פון גרויס פאטריאטיזם צום נייעם פרעזידענט איז עס ארויסגעקומען אין אזא עקלדיגן פארעם.

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » פרייטאג ינואר 29, 2021 11:13 am


אוועטאר
פרינדזשעס..
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך פרינדזשעס.. » פרייטאג ינואר 29, 2021 12:12 pm

farshlufen האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:משום איזה סיבה שיהי' איז מיר א סקרוך אריבער אין די ביינער ביים לייענען די שורות אויף זייט 12.

איך האף אז ס'איז נאר א פארדריסליכער טעות, פשוט טראנסליטירט אן צו טראכטן צו דער זאץ פאסט און ערליכער אידישער צייטונג.


עס איז נישט קיין טעות, עס איז נישט טראנסילירט אן טראכטן,
ווען אלבערט האט ערגעץ אין די לעצטע יאהר אדער צוויי געגעבן אן אינט"וו וועגן די צייטונג האט ער געזאגט בנוגע די שרייבן פון די נייעס, אז ער זאגט פאר די נייעס פאר צוויי מענטשן און זיי שרייבן עס אפ,
ד.מ. אז ער האט געפילט פאר וויכטיג צו זאגן פאר די שרייבער אז זיי זאלן שרייבן די עקעלדיגע נייעס וועגן ביידן'ס קירכע.
זאג איך צו אייך מיינע טייערע ברודער אין אמעריקא
איר קאנט האלטן שבת!!! (הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצוקללה"ה)

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך קאמענטאטאר » פרייטאג ינואר 29, 2021 12:33 pm

מיר איז בעיקר מאוס די ווערטער "דאנקען" און "בעטן" דעם "באשעפער", ווי מ'רעדט דא פון ווארימע און געהויבענע תפילות צום כל יכול נאר אנשטאט אין שוהל איז עס פערצופאל - להבדיל - אין קירכע, דוכט זיך כ'האב קיינמאל בעפאר נישט באגעגנט אין אן ארטאדאקס-היימישע אויסגאבע וואס קומט אריין אין ערליכע שטובער אזוינע אויסדרוקן אויף אן ערל טמא וואס גייט פרעפלען זיינע תיפלות אין די טומאה, אזא טעות איז מיר גענצליך אומפארשטענדליך נאר איך בין זיכער ס'איז שייך א כף זכות.
קאמענטארן זענען איבריג

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך קענטאקי » פרייטאג ינואר 29, 2021 12:40 pm

מען קען פארשטיין, ער איז ארויסגעשפרינגען פון התרגשות אז ביידען איז פרעזידענט אזש דער פעדער האט זיך אים צולאזט מיט הימלישע אויסדרוקן. ער מיינט זיכער נישט אז ביידען פרעפלט צו א לעגיטימער באשעפער, מיר באדערט מער די חלק הילדות והטפשות שבו, בעת וואס ער דארף צו זיין דער פראפעסיאנאלער באזעסענער שרייבער.

נחמדים
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2020 7:56 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך נחמדים » פרייטאג ינואר 29, 2021 12:46 pm

פוילער האט געשריבן:איך פלעג זיין אמאל א וועכענטליכע ליינער פון די צייטונג, ביז ער האט מיר פארעקלט. יעצט זעה איך נאר מער איין פארוואס איך האב געדארפט אויפהערן.

א גרויל!

גם אני בחלומי. שוין לאנג נישט געקויפט, געווען אמאל א פאנאטישע די צייטונג ליינער.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך לא לנו » פרייטאג ינואר 29, 2021 1:01 pm

נחמדים האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:איך פלעג זיין אמאל א וועכענטליכע ליינער פון די צייטונג, ביז ער האט מיר פארעקלט. יעצט זעה איך נאר מער איין פארוואס איך האב געדארפט אויפהערן.

א גרויל!

גם אני בחלומי. שוין לאנג נישט געקויפט, געווען אמאל א פאנאטישע די צייטונג ליינער.

גם אני בחלומי. געווען א שטיקל תקופה א הייסע צייטונג ליינער, בעיקר געגליכן ר' אלבערט'ס לענגערע אנאליזן און נייעסן, ביז כ'האב אנגעהויבן איבערליינען זייער אסאך פון זיינע געדאנקען איינמאל און נאכאמאל, אז כ'האב שוין אלעס געקענט אויסענווייניג...
(א שטייגער אז א מעיאר פון ניו יארק איז נאך קיינמאל נישט געווארן פרעזידענט, אדער וועגן די ניקסאן אויספארשונגען, האב איך גליינט אן א צאל מאל...)

אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג ינואר 29, 2021 2:05 pm

קיין שום מעיאר, נישט נאר פון ניו יארק.

עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך עציץ נקוב » פרייטאג ינואר 29, 2021 3:38 pm

קאמענטאטאר האט געשריבן:מיר איז בעיקר מאוס די ווערטער "דאנקען" און "בעטן" דעם "באשעפער", ווי מ'רעדט דא פון ווארימע און געהויבענע תפילות צום כל יכול נאר אנשטאט אין שוהל איז עס פערצופאל - להבדיל - אין קירכע, דוכט זיך כ'האב קיינמאל בעפאר נישט באגעגנט אין אן ארטאדאקס-היימישע אויסגאבע וואס קומט אריין אין ערליכע שטובער אזוינע אויסדרוקן אויף אן ערל טמא וואס גייט פרעפלען זיינע תיפלות אין די טומאה, אזא טעות איז מיר גענצליך אומפארשטענדליך נאר איך בין זיכער ס'איז שייך א כף זכות.

און מיר האט אויך געבאדערט אזוי ווי אויבן געשריבן די חלק השמחה אז ענדליך נאך 60 יאר איז די פרעזידענט נאכאמאל א קאטוילישער ("עס האט געדויערט 60 יאר" אבער מען האט ענדליך זוכה געווען און עס דערלעבט שהחיינו...)
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

מי שברך
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך מי שברך » פרייטאג ינואר 29, 2021 4:03 pm

:P :lol:
עציץ נקוב האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:מיר איז בעיקר מאוס די ווערטער "דאנקען" און "בעטן" דעם "באשעפער", ווי מ'רעדט דא פון ווארימע און געהויבענע תפילות צום כל יכול נאר אנשטאט אין שוהל איז עס פערצופאל - להבדיל - אין קירכע, דוכט זיך כ'האב קיינמאל בעפאר נישט באגעגנט אין אן ארטאדאקס-היימישע אויסגאבע וואס קומט אריין אין ערליכע שטובער אזוינע אויסדרוקן אויף אן ערל טמא וואס גייט פרעפלען זיינע תיפלות אין די טומאה, אזא טעות איז מיר גענצליך אומפארשטענדליך נאר איך בין זיכער ס'איז שייך א כף זכות.

און מיר האט אויך געבאדערט אזוי ווי אויבן געשריבן די חלק השמחה אז ענדליך נאך 60 יאר איז די פרעזידענט נאכאמאל א קאטוילישער ("עס האט געדויערט 60 יאר" אבער מען האט ענדליך זוכה געווען און עס דערלעבט שהחיינו...)

נעקסטע וואך גייען זיי קימען מיט א גאנצע ענטפער פארוואס זיי האבן עס געמעגט שרייבן...

היסטאריקער
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך היסטאריקער » מיטוואך פאברואר 17, 2021 5:33 pm

דער איד און די בלאט האבן אויף זייער העדליין די נייעס אז טראמפ איז ריינגעוואשן געווארן

די צייטונג האט עס פארשטופט אויף פעידזש 44, קיין ווארט נישט אויף די ערשטע פעידזש

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך פאברואר 17, 2021 5:35 pm

טראמפ ווייסט דערפון?.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט