שמואל בארג האט געשריבן:צום שמועס, זייער שיין אויסגעשמועסט די היסטארישע חלק, ער ווארפט אריין אז ער ווייסט נישט צי עזה איז געווען מחיוב במעשרות. ס'איז אודאי מחיוב געווען, כדלהלן.
די תורה הקדושה צייכנט אן דעם גרעניץ פון אר"י ביי דרום זייט גייט ביז 'נחל מצרים', הג"ר דן שווארץ ז"ל אין אלה מסעי האלט אז ס'איז 'וואדי אל עריש' און ער האט גאנץ גוטע ראיות דערצו, אנדערע ווילן זאגן אז ס'איז די נילוס, אזוי צי אזוי זענען ביידע סאך ווייטער פונעם רפיח גרעניץ וואו די היינטיגע עזה ענדיגט זיך.
איך בין נישט באקאנט אויב ביים צווייטן בית המקדש האט מען אויך צוריקגענומען עזה און די אומגעגענט, וואס אין דעם ווענדט זיך לויט טייל ראשונים אויב היינט איז עס מחיוב במעשרות, כפשטות המשנה במס' מעשרות און שביעית, עי' ברמב"ם הל' בית הבחירה.
אין די גמרא בבלי וירושלמי פרק שישי, איז דאס גרויסע דיונים לגבי "אשקלון" וואס איז ארויפציער אויף דרום, און די מסקנת הדברים אז אשקלון גופא איז חוץ לארץ, א טייל פלעצער זאגט די גמ' אז אשקלון איז צוטיילט, א חלק איז א"י א חלק חו"ל. אבער אראפציער אויף דרום דהיינו "עזה" איז זיכער חוץ לארץ.
דאס איז לגבי די צווייטע כיבוש, פון עולי בבל, אבער בכיבוש עולי מצרים איז נישט אזוי קלאר אז עס איז בתוך גבולות ארץ ישראל, רוב האבן אנגענומען אז ס'איז יא געווען, אבער ס'דא וואס האלטן אז ס'איז אפילו נישט בתוך גבול עולי מצרים.