"פיינע נייעס" א נייע טעגליכע נייעס אימעיל

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4855
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

Re: "פיינע נייעס" א נייע טעגליכע נייעס אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

להוסיף האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
להוסיף האט געשריבן:די טעגליכ באריכטן ווערן ערגער און ערגער. ממש א גרויל!

וואס דארפן מיר וויסן אז עדעמס וואוינט מיט א 'פריינדינע' אין דזשוירזי. און די בריטישע פרינצעסין האט געהאט א בעיבי - מיט אלע פרטים.

אט איז א באריכט פון היינט. ממש א עקל. ווי א רעפארם-אידיש צייטונג.





פראטעסטן ביי א נישט כשר'ע סעלפאן געשעפט אין בני ברק.


עטליכע הונדערט מענטשן האבן זיך היינט פארזאמלט - אין שפיץ פון עטליכע רבנים - צו פראטעסטירן א סעלפאן-געשעפט אין בני ברק, וואס איז נישט אונטער די וועד הרבנים.

פאליציי זענען אנגעקומען אויפן ארט און האבן געהאלטן סדר, אז די זאך זאל נישט ארויס פון קאנטראל.

ס'האבן זיך באטייליגט פיל ווייניגער מענטשן ווי ערווארטעט, און קריטיקירער פון די פראטעסט זאגן אז דאס איז וויבאלד מענטשן זענען מיד פון אויטאריטעט מיט צוואנג.

אויך איז אינטערעסאנט אז דארט אויפן ארט האט מען צוזאמגענומען געלט פאר די קאמפיין, צו פירן די מערכה קעגן די געשעפט, וואס לויט קריטיקירער אין בני ברק איז עס גאנץ א מאדנע ערשיינונג און צייגט אויף אייגענע אינטערעסן.

קודם קיינמאל געמאלדן עדעמס פריינד, און די בריטישע פרינצעסן האט געהאט א קינד איז א נאציאנאלע נייעס. און פראטעסט אין בני ברק איז א פאקט


עדעמס פריינד נישט גימאלדן, נאר פריינדינע. בריטישע פרינצעסין - מיט אלע קליפערלעך. עיי"ש.

פראטעסט אין בני ברק איז טאקע א נייעס. אדאנק אייך. אבער נישט אזא נייעס!! [אגב צווישן די עטליכע רבנים איז גיווען דער וויזשניצער רבי ר' ישראל שליט"א]

אידישע נייעס האט נישט גענומען קיין שטעלונג בכלל. איך רעדט פון דעם וואס דו זאגסט אז ר'ישראל האגער מ'וויזניץ איז דארט געווען ווי כאילו אונז האמיר עם אוועק געמאכט..
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: "פיינע נייעס" א נייע טעגליכע נייעס אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

אמביציע האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:ממש ריפארם??????? איר לעבט אין א גרויסע חלום און איר קענט אייך אויפוועקן. זיי באריכטן נייעס וויאזוי ס'איז, און אין מדינת ישראל איז געווען גרויסע רייבערייען וויאזוי מ'זאל זיך באגיין צו די סעל פאון געשעפט. יא, אידישע נייעס באהאלט נישט קיינע זאכן וואס געוויסע ווילן מ'זאל באהאלטן. און אידישע נייעס איז אן אידישע צייטונג ערליך און שיין.

איר קענט זיך אויפוועקן פון אייער חלום און איינזעהן אז איר זענט א טייל פון די "היימישע" רעפארמער, מיט אנטשולדיגונג פון פאראויס

איר האט אנגעריפן אן אן ערליכע איד אן אפיקורוס ברבים. איך ערווארט אן אנטישולדיגונג

איך האב מיך שוין אנטשולדיגט פון פאראויס
אוועטאר
דער שיבער
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2012 10:17 pm

Re: "פיינע נייעס" א נייע טעגליכע נייעס אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער שיבער »

ווער עס ליינט רואיג זיינע נייעס רואיג יעדן טאג וועט טרעפן אזעלעכע נייעסלעך בעקיפין ושלא בעקיפין אריינגעווארפן פארשידענע ווערטער קאלט צו מאכן און אפחוזקן פון הקודש לנו,
שוין כמה פעמים געשפירט אזוי, און יעדעס מאל טראכט איך אז ס'איז געקומען די צייט זיך אראפצוסיינען פון די נייעס.
(איך גיי נישט אריין בנושא אין זיינע ארץ ישראל'דיגע נייעס וואס דאס איז שוין א שמועס פאר זיך)
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "פיינע נייעס" א נייע טעגליכע נייעס אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

דער שיבער האט געשריבן:ווער עס ליינט רואיג זיינע נייעס רואיג יעדן טאג וועט טרעפן אזעלעכע נייעסלעך בעקיפין ושלא בעקיפין אריינגעווארפן פארשידענע ווערטער קאלט צו מאכן און אפחוזקן פון הקודש לנו,
שוין כמה פעמים געשפירט אזוי, און יעדעס מאל טראכט איך אז ס'איז געקומען די צייט זיך אראפצוסיינען פון די נייעס.
(איך גיי נישט אריין בנושא אין זיינע ארץ ישראל'דיגע נייעס וואס דאס איז שוין א שמועס פאר זיך)

גא"מ אויך באמערקט עטליכע מאל.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: "פיינע נייעס" א נייע טעגליכע נייעס אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:זיי האבן צוריק אנגעהויבן שיקן טעגליך. פראבלעם איז אז די אימעיל נעמט 15 מינוט ביז ס'ענדיגט זיך לאודן אלע בילדער, און ס'שפרינגט צוריק ארויף יעדע סעקונדע.

נאך איינער מיט דעם פראבלעם?

יא איך
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”