דער בית - נייע אידישע ריעל-עסטעיט אויסגאבע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: דער בית - נייע אידישע ריעל-עסטעיט אויסגאבע
בס"ד
פלעגסטאר באנק - ריזיג אין מארטגעדזשעס, ספעציעל אין סערוויסינג - אפקויפן נאכ'ן קלאוזען - ווערט אפגעקויפט דורך ניו יארק קאמיוניטי בענק פאר 2.6 ביליאן דאלאר.

ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
- אדם א מענטש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3775
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm
Re: דער בית - נייע אידישע ריעל-עסטעיט אויסגאבע
ייש''כ
סערוויסינג, מיינט אפקויפען די לאון?
סערוויסינג, מיינט אפקויפען די לאון?
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
oahmentchאצלgmail.com
Re: דער בית - נייע אידישע ריעל-עסטעיט אויסגאבע
בס"ד
בואינג עראפלאן פירמע האט אונטערגענומען החלטה צו איינקעשן יעדע אינטש ריעל עסטעיט וואס די קאמפאני מוז נישט האבן שוין יעצט.
ערשטנס האט די קאמפאני פארקויפט א ריזיגע וועירהאוז פאר פעדעקס. עס קומט נאך צענדליגער אזעלכע דיעלס. כ'ווייס נישט צי עס וועט שניידן די פרייזן פון אינדוסטריעל, אבער פאר באואינג לוינט עס זיכער. האבן זיי עפעס ספעיס אין ניו יארק סטעיט? א שנעלע זוך צייגט אז נישט. אין ניו דזשערסי האבן זיי א קליינע אפיס פלאץ, אבער אין פענסילוועניע האבן זיי א גרויסע קעמפוס אביסל מערב פון פילי.
בואינג עראפלאן פירמע האט אונטערגענומען החלטה צו איינקעשן יעדע אינטש ריעל עסטעיט וואס די קאמפאני מוז נישט האבן שוין יעצט.
ערשטנס האט די קאמפאני פארקויפט א ריזיגע וועירהאוז פאר פעדעקס. עס קומט נאך צענדליגער אזעלכע דיעלס. כ'ווייס נישט צי עס וועט שניידן די פרייזן פון אינדוסטריעל, אבער פאר באואינג לוינט עס זיכער. האבן זיי עפעס ספעיס אין ניו יארק סטעיט? א שנעלע זוך צייגט אז נישט. אין ניו דזשערסי האבן זיי א קליינע אפיס פלאץ, אבער אין פענסילוועניע האבן זיי א גרויסע קעמפוס אביסל מערב פון פילי.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
Re: דער בית - נייע אידישע ריעל-עסטעיט אויסגאבע
בס"ד
טראמפ איז זיך נישט מייאש... אויך ביי ריעל עסטעיט...
ער האט יעצט צוריק ארויסגעשטעלט אויפ'ן מארקעט זיין האטעל אין וואשינגטאן.
שוין איינמאל געוואלט פארקויפן פאר קאוויד פאר ארום 500 מיליאן, אבער קיינער האט נישט געוואלט אפילו טראכטן פון אזא פעטע פרייז. יעצט מיט די עקאנאמיע בעסער און ריעל עסטעיט אסאך בעסער טראכטן זיי פון פארקויפן נאכאמאל, אבער אן קיין פרעציזע פרייז. סוחרים זאגן סקען אנקומען צו א גוטן מקח, אבער ווייט פון אזא פרייז.

א קאמיטע אין אלבאני סטעיט לעגיסלאטור האט באשטעטיגט די ביל צו ערלויבן טאון אוו בלומינגראוו ארויפצולייגן א דרייפערטל-פראצענט ריעל עסטעיט טראנספער שטייער (0.75), און נוצן דאס געלט אפצוקויפן-אנהאלטן אומדעוועלאפטע שטחים אין די טאון.
עס איז אומקלאר אויב די ביל וועט אנקומען צום גאנצן לעגיסלאטור אין די קומענדיגע שטונדען בעפאר די סעסיע ענדיגט זיך, אבער די ארומיגע עלעמענטן ארבייטן שטארק אז יא, אבער נאך נישט זיכער צי ס'וועט זיי געלונגען...

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
טראמפ איז זיך נישט מייאש... אויך ביי ריעל עסטעיט...
ער האט יעצט צוריק ארויסגעשטעלט אויפ'ן מארקעט זיין האטעל אין וואשינגטאן.
שוין איינמאל געוואלט פארקויפן פאר קאוויד פאר ארום 500 מיליאן, אבער קיינער האט נישט געוואלט אפילו טראכטן פון אזא פעטע פרייז. יעצט מיט די עקאנאמיע בעסער און ריעל עסטעיט אסאך בעסער טראכטן זיי פון פארקויפן נאכאמאל, אבער אן קיין פרעציזע פרייז. סוחרים זאגן סקען אנקומען צו א גוטן מקח, אבער ווייט פון אזא פרייז.
בס"ד
דערווייל קיין שום נייעס, אבער דאס יא אז דעמאקראטן ווילן גריבלען וויאזוי טראמפ האט באקומען דעם דיעל 5-6 יאר צוריק, און די ביידען אדמיניסטראציע איז דערווייל אויף טראמפ'ס זייט און וויל נישט לאזן גריבלען.
אגב, פארוואס טאקע זאל נישט א היימישער גביר אפקויפן דאס פלאץ? היינט זענען שוין דא גענוג היימישע אידן אין וואשינגטאן ווען ס'איז וויכטיג.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
Re: דער בית - נייע אידישע ריעל-עסטעיט אויסגאבע
בס"ד
אלע ריעל עסטעיט עידזשענטס קענען שוין אפאטעמען, גאווערנאר קאומא האט אראפגענומען די סטעיט אוו עמערדזשענסי.
וורוםםםםםםם

ברעיקינג: די קאנגרעס 1.85 טריליאן דאלאר ביל לייגט צוריק די SALT דידאקשען פאר טייערע הויז אייגענטומער פון די יעצטיגע 10 טויזנט לימיט ביז 80 טויזנט לימיט.
נאך א וועג צו שפארן אביסל אידיש געלט אין אפסטעיט פריוואטע הייזער...
דער פראבלעם איז "אבער," אז ס'איז נאך נישט זיכער וואס טוט זיך אין סענאט. דארט בונטעוועט סענדערס אז מגיט צופיל פאר די "רייכע" און קען זיין מ'וועט עס צושטעלן לויט אינקאם לעוועלס, אבער נישט גאראנטירט.

נאך א גרויסע קעמפ גראונד צו פארקויפן פאר אונטער א מיליאן.
נישט ווייט פון היימישע קעמפ אין קערהאנקסאן
מער אין אימעיל, קוק ביי חתימה