האמת הצפון האט געשריבן:וואס פארציילט מען איבער די ינוקא?
זייער קורץ געשריבן פון אים אבער גוט. גרובער האט אויך הרב ראזען אראפגעלייגט אן געוואלדיגער ארבייט.
הענדל ברייערס ארטיקל פון קול מבשר איז אויך געוווען א געלונגערנאיידיע, באקענדיג זיך פון אהינטער דינקוליסן.
ביזנעס פון עקשטיין גייט שוין קומענדיגע וואך גיין צו א פרישע איידיע, כהאף ער וועט ביי יעדע איידיע מאכן אזא גרונטליכע ארבייט ווי ביים רעסטוראנט.
בד״וו, כהאלט אז זיין ארטיקל מיט׳ן קעפל גאלדעלע יאזשעףס טאטע איז אין גן עדן... האט געווינען אלץ די ארטיקל איבער מירון. אפילו איך אפגערעדט מיין פרוי האט געויינט ביים ליינען עס.
גם אני מצטרף. די בית דין איז געווען אייזן! די ינוקא ארטיקל האט מיר איבערגעלאזט מיט מער שאלות ווי פאר'ן ליינען. כ'האב שוין געהערט פון אים און געמיינט אז דא קומט אן ערקלערונג אויף אים, זייער שוואך און קליין. די אנדערע זאכן זענען, ווי אייביג, רובם ככולם זייער גוט און אינטערסאנט.
איך האב זייער הנאה געהאט פון גרובער ארטיקל (אפשר ווייל איך בין נאך קיינמאל נישט געווען פארמישט אין א דין תורה) ער איז ליידער גערעכט די רבנים היושבים בבי"ד זענען ערליכע אידן וואס זיצן אין לערנען און די וואס רעדן קעגן בי"ד זענען געווענליך אנגעפראסענע בעלי בתים וואס האבן פארלוירן א דין תורה. ינוקה פעלט אסאך אינפארמאציע, אבער פנחס גלויבער בלייבט פנחס גלויבער. די קאלומס אין מאמענט האב איך זעער הנאה, סיי פענסטערלעך, די נייע הומאר איז אייזן, כוואליעס איז אייזן, שבת מעשה איז זייער זיייער געשמאק און צו איבערנוצן פאר די קינדער, יש אומרים איז אייזן, בכלל איך האב זייער הנאה פון די קאלומס, אויך יוסי געשטענטער און בערגער, זיי לייגן אריין ארבעט.
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
לשבחם פון די אינטערוויא'ערס, פארשטייענדיג די סוגיא איז מיר קלאר אז ר' אנשיל האט געשאטן אינפארמאציע אין 'באלק', און זיי האבן עס באמת אויסגעארבעט, נאר זיי זענען געווען היבש באגרעניצט אין פלאץ.
נ.ב. איך שלאג פאר צו האבן א וועכנטליכע אדער חודש'ליכע קאלום דאס צו אויסשמועסן, אראפברענגען מושגים און דאס אויסשמועסן, און אפילו נוצן 'קעיס סטאדיס' א שטייגער ווי די עמי האט. עס קען ווען זיין א שטארקע קאלום.
טעם וריח האט געשריבן:ר' אנטשיל ווארפט אריין אינמיטן אז מען ברויך אבאכט געבן וואס מען רעדט, אסאך מאל דארף מען נישט אלעס רעדן אדער פארציילן און אריינשפילן אין די הענט פונם קעגנער.. האב איך מיר דערמאנט טשיקאוו, ווען איך בין געווען פארמישט אין א ד"ת, ביניך געזיצן מיט מיין טוען שעות אדורכצוטוען אלעס וואס יענער קען טענען, און מסדר געווען תשובות, איז געוועזן איין טענה וואס מיין טוען האט מיך געזאגט אז אויב וועט יענער טענען אזוי און אזוי וואלט יענער געהאט א שטארקע קעיס. אונז מען האט זיך היפש געפלאגט אויפצוקומען מיט א סטראטעגיע אפצושלאגן דעם געוויסע טענה. דערווייל זעמיר געזיצן ביים דין תורה אפאר טאג, עס איז געגאנגען אהין און צירוק, אבער יענער האט קיינמאל אויפגעברענגט די דאזיגע טענה!! און כמובן יצאתי דער געווינער!!
איך קען מיר נישט אויס אין דיני תורה'ס. איך וואונדער זיך אבער, אויב ווייסט מען אז יענער האט א טענה וואס מאכט אים גערעכט, איז דאס נישט קיין עולה עס צו פארהוילן? כ'מיין, קיינער וויל דאך נישט האבן קיין נישט ערליכע געלט. איך פארשטיי אז דאס האט א פשוט'ע ענטפער, ביטע פארגעבן מיין עם הארצות.

איך האב נישט קיין אנונג פון וואס דא רעדט זיך אבער אין פאל דער נתבע קען לייקענען א פאקט וואס דורכדעם וואלט אים בי"ד נישט געקענט מחייב געווען און ער האט עס נישט געטון וועסטו זאגן אז דאס געלט וואס ער מוז באצאלן איז שלא כדין? אוואדע נישט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
טעם וריח האט געשריבן:ר' אנטשיל ווארפט אריין אינמיטן אז מען ברויך אבאכט געבן וואס מען רעדט, אסאך מאל דארף מען נישט אלעס רעדן אדער פארציילן און אריינשפילן אין די הענט פונם קעגנער.. האב איך מיר דערמאנט טשיקאוו, ווען איך בין געווען פארמישט אין א ד"ת, ביניך געזיצן מיט מיין טוען שעות אדורכצוטוען אלעס וואס יענער קען טענען, און מסדר געווען תשובות, איז געוועזן איין טענה וואס מיין טוען האט מיך געזאגט אז אויב וועט יענער טענען אזוי און אזוי וואלט יענער געהאט א שטארקע קעיס. אונז מען האט זיך היפש געפלאגט אויפצוקומען מיט א סטראטעגיע אפצושלאגן דעם געוויסע טענה. דערווייל זעמיר געזיצן ביים דין תורה אפאר טאג, עס איז געגאנגען אהין און צירוק, אבער יענער האט קיינמאל אויפגעברענגט די דאזיגע טענה!! און כמובן יצאתי דער געווינער!!
איך קען מיר נישט אויס אין דיני תורה'ס. איך וואונדער זיך אבער, אויב ווייסט מען אז יענער האט א טענה וואס מאכט אים גערעכט, איז דאס נישט קיין עולה עס צו פארהוילן? כ'מיין, קיינער וויל דאך נישט האבן קיין נישט ערליכע געלט. איך פארשטיי אז דאס האט א פשוט'ע ענטפער, ביטע פארגעבן מיין עם הארצות.
די עכטע ענטפער איז ווענד זיך אויב די בעל דין איז א גנב און די טוען א פארברעכער איז יא ער האט טאקע געוואונען די דין תורה אבער א גנב איז ער נאכאלטס, נאר בית דין קען נישט וויסן
אבער עס איז דא פעלער וואס מען איז גערעכט הלכהדיג אין אזא פאל רעדט מען כדי נישט שוואכער צו מאכן

קלארער צו שטעלן. כמובן כגיי נישט דא אויספאקן די גאנצע דין תורה...
דער איד האט בכלל נישט גערופן צו דין תורה אויף יענע טענה. און וואס ער האט יא גערופן און תובע געווען האט מען דאך אויסגעפסקנט.
אויב וואלט ער ווען גערופן אויף יענע טענה - ווי מורא געהאט- וואלט מען דעמאלטס דן געווען דעראויף.
די נקודה איז אז בשעת די רעפרעזענטירסט דיין ביזנעס מאך זיכער נישט אריינצוגיין אין טעטאריע וואס יענער רעדט נישט בכלל. און אזוי שטערקער מאכן דעם צד שכנגד.
בין איך די איינציגסטע וועלכע האט אנגעקוקט מאדנע די מעשה וועלכע האט זייער אסאך אויסגעפעלט אריינצולייגן מיט די מופת פון פאלגן בית דין אז ער האט פארדינט אין געמבלונג?