"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג נובעמבער 25, 2018 1:18 am

זענענן די "מאמענט בעה"ב" אקעי מיט קריטיק דא אינעם אשכול? איך האב פארשידענע הגהות, קריטיק, אבער איך וויל נישט נאכדעם אים דארפן איבערבעטן, זענענן זיי אקעי און מסכים אז מען שרייבט דא קריטיק?

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2304
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג נובעמבער 25, 2018 1:22 am

איף קען דיר זאגן מיין השערה, אז די פרעגסט פארדעם מסתמא פין דיר וואלטן זיי יא געקענט באשטיין צו הערן (מיך ווילן זיי נישט הערן איך האב נישט געפרעגט פארדעם) אבער איך גלייב זיי וואלטן געוואלט זאלסט עס שיקן און אישי פאר איינע פין זייערע ניקים, צו ווייסן זייערע ניקים קוק ווער עס לייגט געווענדלעיך ארויף זייער דעקל

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג נובעמבער 25, 2018 3:14 am

אדער עפן א מאמענט און זוך אויף זייער פעקס נומער
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג נובעמבער 25, 2018 8:01 am

פרידן האט געשריבן:צו ווייסן זייערע ניקים קוק ווער עס לייגט געווענדלעיך ארויף זייער דעקל

ס'דא סאאך מער

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג נובעמבער 25, 2018 11:10 am

ראספשע האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:ס'וועט נאך קומען א צייט וואס קיינער וועט נישט געדענקן פון אזא מושג ווי ראבא-קאלס, און דוקא נישט ווייל זיי וועלן זיך פלוצלינג אפשטעלן וכדומה, נאר ווייל זיי וועלן באקומען א שינוי השם, "אוי האב איך היינט באקומען אסאך טובי' מאיר'ס אויפן סעלפאון".

תמיהני, א תגובה וואס גרעניצט זיך מיט מכנה שם לחבירו איז דא געבליבן,
אבער מיין תגובה וואס איז סך הכל מכנה שם לעכו"ם איז געמעקט געווארן,
גיי פארשטיי?
ווענד זיך מסתמא ווער דער כותב התגובה איז....

לי הקטן נראה אז אייער תגובה איז נישט געמעקט געווארן וועגן כינוי שם (וואס ווי 'לכאורה' מערקט שוין אן, האט מען דא אפשר מכנה שם געווען דעם פראדוקט פין ראבא-קאלס וה"ה פין וואס איר האט גערעדט, נישט חלילה קיין מענטש) נאר צוליב די אינהאלט דערפין.

אין אונזער דור וואו ווירטואלע ווערטלעך איז געווארן א נארם, דארף מען ספעציעל צולייגן קאפ אויף א ווערטל וואס פאסט נישט צו זאגן אז ס'פאסט נישט צו שרייבן אויך נישט.


אינטרעסאנט, דאס ווערטל וואס כ'האב דא געשריבן האב איך סך הכל גענומען פון ערגעץ אנדערש דא אויפן וועלטל [וואס איז בשעתו געשריבן געווארן ואין מצפצף פה ופוצה......, ווען ס'יז נאך נישט געווען אין סטייל די היינטיגע אכשר דרא'דיגער סיסטעם דא]

2 ראנג'ס דאונט מעיק 1 רייט... אבוויעסלי האט עס דארט קיינער נישט אויפגעמערקט, מאכט זיך כסדר דא אויפ'ן וועלטל, וה' הטוב יכפר.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 12:43 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:צו ווייסן זייערע ניקים קוק ווער עס לייגט געווענדלעיך ארויף זייער דעקל

ס'דא סאאך מער



דאן קוק די וואס פארענטפערן זיי.

'וואו, אזוי סאך?'
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

שלשה אחים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

תגובהדורך שלשה אחים » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 7:42 pm

צוגעלייגטע
Lavlor #1 Coming This Week.jpeg
Lavlor #1 Coming This Week.jpeg (410.02 KiB) געזעהן 3104 מאל

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 10:18 pm

שיינע אינטערוויא געווען מיט ר' טובי' מאיר.. פול מיט חיזוק און שיינע קרישקעלעך פון זיינע יארן.. הנאה געהאט ביז די לעצטע פאר פאראגראפן ווי מ'הייבט אן צו רעדן פון די ראבאטישע רופן...
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 10:31 pm

אויב פאר געזונט, און ענליכס ערשינט ״נפשי.
אויב פאר תורה ומדע און נאך ערשינט ״ידעתי.
אויב פאר שרייבעריי און ספרים ת״ח ערשינט ״לבלר.
בילדער זעהט מען אין עטליכע בילדער אויסגאבעס.
אויב וועט נישט בליען די וועכנטליכע מאגאזין.
פארוואס און פארוועם קומט נאך ארויס ״מאמענט?...

שלשה אחים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

מאמענט פר׳ וישב תשע״ט

תגובהדורך שלשה אחים » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 4:23 pm

פיאנערן און לעזונגען: שמועסן און באטראכטונגען מיט די לעגענדארע מייסטער בויער פון קרית יואל׳ס צוקונפט, הנגידים הנדיבים אנשי החסד, ר' עקיבא הערש קליין, ואתו עמו עושי המלאכה המנצחים על מלאכת בית השם ר' מאיר יעקב אינדיג ובנו ר' יואל, ר' משה מאיר זילבערשטיין, ר' אברהם מאיר מילער און ר' לייביש פרידמאן, איבער די פרישע מעגא דעוועלאפמענטס "שכונת ויואל משה" מיט אירע 1500 נייע דירות און די לוקסוריעזע "עיקערס ענקלעיוו" מיט אירע איבער 350 דירות.

״איך דאנק גא-ט פאר'ן מיר געבן קענסער!״ נאך וואס דער געערטער חסידישער דאקטאר פון קרית יואל האט זיך זעלבסט געטראפן אויפ'ן קראנקן בעט ביים שוועל פון טויט, האט ער באשלאסן צו דאקומענטירן זיין דראמאטישע לעבנסגעשיכטע. הרב אליעזר ראזען האט אפגעהאלטן אן אויסשליסליכער אינטערוויו מיט דר. ר' זאב זעלענקא --- באקענט זיך מיט זעלענקא׳ס לעבנסגעשיכעטע פון א פרייען יוגנט אלס רוסישער אימיגראנט, א חב"ד'סקער בעל תשובה אין באפעלא, א חרדישער דאקטאר און הצלה מיטגליד אין קרית יואל און פיינפולע איבערלעבענישן פון א צעשטערטן קידוש נאכ'ן געבורט פון זיין טאכטער וואס האט געפירט צו א דיאגנאז אויף דער ביטערער מחלה און האט איבערראשנד געברענגט דעם דאקטאר צום גרעסטן שמחת החיים.

גזירת החינוך תשע״ט: ישיבות זענען אומלעגאל! הרה״ח ר׳ אברהם גרינשטיין, פארשטייער פון 'פערלס', קלארט אויס די ערנסטע קאנסעקווענצן פון דעם נארוואס-באשטעטיגטן געזעץ וואס לויט אירע יעצטיגע פארשריפטן וועלן אלע היימישע מוסדות אין ניו יארק באשטימט ווערן דורך דער רעגירונג אלס אומלעגאל און וואס עס ווערט געטון דאס צו באקעמפן.

דעם רב׳ס מנורה: ווער האט געקויפט די מנורה פון כ״ק הגה"צ רבי אברהם צבי הלוי בעק זצוקללה״ה, גאב"ד מעלבארן, פאר 90,000 דאלאר? -- נאך זיבן יאר ארומטראגן א פארבארגענע ערציילונג אין הארץ ווערט די וואונדערליכע געשיכטע אויפגעדעקט דורך דעם רב׳ס משמש בקודש, הרבני החסיד המפורסם ר׳ מרדכי זלמן פיקסלערוועלכער דערציילט איבער דעם צדיק'ס הבטחה וואס איז נארוואס פארצייכנט געווארן למזכרת אויף די ליכט שאכטלעך


הרב שבתי פריעד: א פעקל דזשעליס אדער א קניפ אין בעקל? --- הרב שלום יעקב וואזנער: א מאמע'ס ווארעמע גוט מארגן -- דער מאכטפולער פינאטובא אויפרייס -- אן אלט-נייע רעוואלוציע: אפהאנדלוג וועגן די אריגינעלע ״שמח תשמח״ זאלן אויפטו און דעטאלן איבער די 4 נייע שמחה זאלן אין וויליאמסבורג -- הרב מענדל ריבקין: די רעגירונג הייסט אומווארפן מיין שול! -- הרב אליעזר ראזען און הרב חיים אבראהאם זענען ממשיך מיט צווייטער טייל פון היסטארישן בילדער פראיעקט: היסטארישן שפאציר אין אלט-אלט וויליאמסבורג
צוגעלייגטע
Moment Vayishav 5779 Cover.jpg
Moment Vayishav 5779 Cover.jpg (222.57 KiB) געזעהן 2859 מאל

שלשה אחים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

נייע חודש׳ליכע תורה-העפט ״לבלר״ חודש כסלו ערשינען!

תגובהדורך שלשה אחים » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 4:23 pm

בייגעלייגט אין ׳מאמענט׳ פון היינטיגער וואך פר׳ וישב
צוגעלייגטע
Lavlor #1 Kislav 5779 Cover.jpg
Lavlor #1 Kislav 5779 Cover.jpg (174.29 KiB) געזעהן 2852 מאל

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3449
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 5:22 pm

די זעלענקאו געשיכטע האט פאריגע וואך אנגעהויבן לויפן אין בלאט מיט א פארזעצונג.
ממש די זעלבע געשיכטע.
#מאדנע
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6290
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 6:19 pm

איז דאס די מעגא חנוכה נומבער אדער נעקסטע וואך קומט עס ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 8:08 pm

לכאורה דארף דאס צו זיין אויף חנוכה. ווען די קומענדיגע מאמענט וועט ארויסקומען וועט שוין זיין א גרויס חלק פון חנוכה פארביי
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 8:29 pm

דאסמאל איז מאמענט 94 עמודים...
גייט מעלה מעלה...

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9731
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 8:33 pm

מוכר ספרים האט געשריבן:דאסמאל איז מאמענט 94 עמודים...
גייט מעלה מעלה...

מסתמא נאר לכבוד יו"ט

נפשנו
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 4:50 pm

תגובהדורך נפשנו » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 9:49 pm

האב איך יעצט געזען די לבלר, נישט דא וואס צו רעדן ״אויף דעם האבן מיר געווארט״, א מעכטיגע מעכטיגע ארבעט!

אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 11:55 am

נפשנו האט געשריבן:האב איך יעצט געזען די לבלר, נישט דא וואס צו רעדן ״אויף דעם האבן מיר געווארט״, א מעכטיגע מעכטיגע ארבעט!

Any details?
For the deals go to check out



ווען דו קויפסט
אין any major store דורך די לינק
שפארסטו  אפאר % בחינם

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 2:16 pm

זזה האט געשריבן:
נפשנו האט געשריבן:האב איך יעצט געזען די לבלר, נישט דא וואס צו רעדן ״אויף דעם האבן מיר געווארט״, א מעכטיגע מעכטיגע ארבעט!

Any details?

לבלר

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 10:58 pm

א גיטע וואך,

מיר האבן נאכאמאל געקויפט די מאמענט, בעיקר צילוב די לבלר אטעשמענט און טראכענדיג אז צווישן די צוויי ביכער וועט "עפעס" זיין אינטערסאנט דארט.

אינעם מאמענט האבן מיר געהאט דריי ארטיקלען, א באצאלטע אדוועטייזמענט פון עקיבא הערש קליין, א אדוועטייזמענט פון דר. זאלאנקא גאר שוואך באיכות, און ניטאמאל עס גענדיגט נאר אוועק געלייגט האלב דערפון אויף נעקסטע וואך צו מאלן וואסער דערמיט, און מים אחורנים דיטעלס איבער די חינוך פראבלעם - א ארטיקעל מיט זעראו חידושים, זעראו דיטעלס, און זעראו נייעס.

לבלר האט נישט געהאט ציפיל חידושים, און א חוצפה פון נעמען א אדוועטייזמענט אלץ ארטיקעל.

בלויע טינט
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:30 pm

תגובהדורך בלויע טינט » זונטאג דעצמבער 02, 2018 1:19 am

נכד האט געשריבן:אויב פאר געזונט, און ענליכס ערשינט ״נפשי.
אויב פאר תורה ומדע און נאך ערשינט ״ידעתי.
אויב פאר שרייבעריי און ספרים ת״ח ערשינט ״לבלר.
בילדער זעהט מען אין עטליכע בילדער אויסגאבעס.
אויב וועט נישט בליען די וועכנטליכע מאגאזין.
פארוואס און פארוועם קומט נאך ארויס ״מאמענט?...

;l;p-
נו! ווער קען ענטפערן?
נישט רויט און אויך נישט שווארץ, נאר בלוי...

balkishron
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך balkishron » זונטאג דעצמבער 02, 2018 2:29 am

קאנסילמאן האט געשריבן:א גיטע וואך,

מיר האבן נאכאמאל געקויפט די מאמענט, בעיקר צילוב די לבלר אטעשמענט און טראכענדיג אז צווישן די צוויי ביכער וועט "עפעס" זיין אינטערסאנט דארט.

אינעם מאמענט האבן מיר געהאט דריי ארטיקלען, א באצאלטע אדוועטייזמענט פון עקיבא הערש קליין, א אדוועטייזמענט פון דר. זאלאנקא גאר שוואך באיכות, און ניטאמאל עס גענדיגט נאר אוועק געלייגט האלב דערפון אויף נעקסטע וואך צו מאלן וואסער דערמיט, און מים אחורנים דיטעלס איבער די חינוך פראבלעם - א ארטיקעל מיט זעראו חידושים, זעראו דיטעלס, און זעראו נייעס.

לבלר האט נישט געהאט ציפיל חידושים, און א חוצפה פון נעמען א אדוועטייזמענט אלץ ארטיקעל.

געטראכט די זעלבע
עס איז צייט מזאל אויפהערן חוזק מאכן פון יעדן. און אויפהערן צו באשרייבן באצאלטע זאכן נאך מיט קידוש לבנה אותיותלעך כאילו ווער ווייסט וואס קומט
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג דעצמבער 02, 2018 2:41 am

balkishron האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:א גיטע וואך,

מיר האבן נאכאמאל געקויפט די מאמענט, בעיקר צילוב די לבלר אטעשמענט און טראכענדיג אז צווישן די צוויי ביכער וועט "עפעס" זיין אינטערסאנט דארט.

אינעם מאמענט האבן מיר געהאט דריי ארטיקלען, א באצאלטע אדוועטייזמענט פון עקיבא הערש קליין, א אדוועטייזמענט פון דר. זאלאנקא גאר שוואך באיכות, און ניטאמאל עס גענדיגט נאר אוועק געלייגט האלב דערפון אויף נעקסטע וואך צו מאלן וואסער דערמיט, און מים אחורנים דיטעלס איבער די חינוך פראבלעם - א ארטיקעל מיט זעראו חידושים, זעראו דיטעלס, און זעראו נייעס.

לבלר האט נישט געהאט ציפיל חידושים, און א חוצפה פון נעמען א אדוועטייזמענט אלץ ארטיקעל.

געטראכט די זעלבע
עס איז צייט מזאל אויפהערן חוזק מאכן פון יעדן. און אויפהערן צו באשרייבן באצאלטע זאכן נאך מיט קידוש לבנה אותיותלעך כאילו ווער ווייסט וואס קומט


הער אויס , ווילאנג די אין אנדערע מענטשן קויפן עס וועלן זיי נישט אויפהערן... סא וואס פונקטליך באדערט דיר ? איך למשל האב עס נאך קיינמאל געקויפט , סא פון מיין זייט זאלן זיי טין וואס זיי ווילן , כאב פונקט לעצטע וואך געטראפן אין א בית הכבוד און געליינט די ארטיקעל פון די יונגערמאן וואס האט ארויסגעגעבן די ניגון אוי נשמה ווי ביזטו ,גראדע גאנץ גוט געווען יענע ארטיקעל, די איינציגע ארטיקעל פון יענע וואך וואס האט מיר גאנץ געכאפט, וואס האט געקאווערד אלע דיטעילס און נישט געבליבען מיט מער קשיות ווי פארן ליינען...אבער עס ציט מיר נאך אלס נישט צו קויפן

למשל א קליינע נקודה זיי באשרייבן דארט די נייע עטרת שלמה חתונה זאל אין ראלי ,אבער די קעפעל וועלט ענדערשער געדארפט זיין א אינטערוויו מיט הרבני הנגיד ר יעקב ביקעל וואס ער זאגט ער איז רייך און שוין געאוינט זיין דירה ביי די 22 , נעם למשל די דער בלאט ארטיקעל פון די זעלבע זאל און זע פשוט און פראסט ווי דער שרייבער באשרייבט זאפטיג מיט פשוטע פאקטן די הלוך ילך פונעם זאל און וויזוי עס איז געגרינדעט געווארן און וויזוי די ערשטע חתונה איז צושטאנד געקומען און וואס זענען די פלענער אויף ווייטער , פשוט און פראסט וויזוי א אינטערוויו דארף זיין , באמת איבריג צו שרייבן,זיי זענען ליצים אן קיין אחריות

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » זונטאג דעצמבער 02, 2018 3:47 am

קאנסילמאן האט געשריבן:א גיטע וואך,

מיר האבן נאכאמאל געקויפט די מאמענט, בעיקר צילוב די לבלר אטעשמענט און טראכענדיג אז צווישן די צוויי ביכער וועט "עפעס" זיין אינטערסאנט דארט.

אינעם מאמענט האבן מיר געהאט דריי ארטיקלען, א באצאלטע אדוועטייזמענט פון עקיבא הערש קליין, א אדוועטייזמענט פון דר. זאלאנקא גאר שוואך באיכות, און ניטאמאל עס גענדיגט נאר אוועק געלייגט האלב דערפון אויף נעקסטע וואך צו מאלן וואסער דערמיט, און מים אחורנים דיטעלס איבער די חינוך פראבלעם - א ארטיקעל מיט זעראו חידושים, זעראו דיטעלס, און זעראו נייעס.

לבלר האט נישט געהאט ציפיל חידושים, און א חוצפה פון נעמען א אדוועטייזמענט אלץ ארטיקעל.

גא"מ

שלשה אחים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

מאמענט פר׳ מקץ - חנוכה תשע״ט

תגובהדורך שלשה אחים » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 6:25 pm

כינור של דוד: די פידל-שטימע פונעם טאנצנדיגן ילד הפלא דוד לינקער און זיין ארגאניזירער ר' משה כהן וועלכער דינט אלס געטרייער פאסטוך פון ילדי הפּלא — קבעו שיר ורננים.

רבי שאול יצחק איננו! הרב אליעזר ראזען רעפלעקטירט צו איינס פון זיינע ערשטע אינטערוויוס פאר "מאמענט", מיט׳ן בארימטן מוכיח בשער הרה"צ רבי שאול יצחק ראבינאוויטש זצ"ל — דבריהם הן הן זכרונם.

ספעציעלער פראיעקט: הרב חיים אבראהם נעמט אייך אויף א היסטארישן שפאציר איבער די גאסן פון אלט בארא פארק, באגלייט פון אן אינטערוויו וואס דר. ר' פישל יוסף קיפוסט ע״ה, א פרומער לערער און היסטאריקער און בארא-פארק געבוירענער האט געגעבן אומגעפער צען יאר צוריק

איך וואלט קיינמאל געוואלט האבן קענסער... דאך וואלט איך נישט אויפגעגעבן אויף די מוסר השכל'ס, און רוחניות'דיגע עליה וואס איך האב באקומען פון קענסער״: צווייטער טייל פון הרב אליעזר ראזען׳ס רייכער אינטערוויו מיט דר. זעלענקא פון קרית יואל און אויסצוגן פון דראמאטישן "מעטאמארפאסיס" ביכל.

שרייבער׳ס פערספּעקטיוו: מחנך נפלא הרב שלום יעקב וואזנער איבער זיין שרייבן קאריערע -- סודות פון רבי טובי׳ מאיר: א פסק פון בית דין -- הרב שבתי פריעד: וואו קויפט מען חנוכה ווארעמקייט? -- דער מחנך ענטפערט: אונזער פארלוירענער מוכיח רבי שאול יצחק -- די הערליכע קרייסלער געביידע אין מאנהעטן -- אפענער שמועס מיט ר׳ י.ש., דער יונגערמאן וואס איז אטאקירט געווארן אין וויליאמסבורג פארגאנגענעם פרייטאג צונאכטס
צוגעלייגטע
Moment Mikeitz 5779 Cover.jpg
Moment Mikeitz 5779 Cover.jpg (218.38 KiB) געזעהן 1726 מאל


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט