מעלות - חזק תשע"ד - דעבאטעס איבער ADD און נאך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

פרעגט די נשמה הערטס נאר דאס
פאטער אין הימעל ענטפער פארוואס
אוי פארוואס איז קיין פראגע פאר א יוד
כאטש ס'איז עם שווער אויפען געמיט

יא נשמה דו האסט א טרייסט
דערהייב פין פיין און טרויער דיין גייסט
דער אב הרחמים האט דיר ליב ווי א בן יחיד
ווייס און גלייב אז אזוי איז גיט

נסיונות קימען פאר יעדען אונטער
נישט אייביג איז נאכט נישט אייבעג איז ווינטער
די זון זי וועט נאך פאר דיר אויך אויף גיין
אידעלע נעם אן ליב דיין לאגע
נעם אן ליב און פרעג נישט דיין פראגע
קימען וועט א טאג מ'וועט שוין אלעס פארשטיין

קרעדיט -ר' משה גאלדמאן ע"ה
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ווילסט מיט-טרערענען מיט מיר אויף חזק. איך זוך איינען ווער ס׳זאל מיט מיטליידו מיט די יודן וואס גייען אזויפיל דורך. נישט נאר חודש אדר א׳ תשע״ד, נאר אויך אגאנץ יאר.
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

געלעגער האט געשריבן:אוטש ס'רייסט צו ליינען..
וואס פונקטליך איז דאס? איז עס עפעס וואס פרעמדע זען אויך?


אויב זענט איר אן ערוואקסענער וואס עס פאלט אייך שווער צו איינזיצן, זיין געדולדיג, אויסצוהערן אנדערע רעדן, אדער א כראנישע שוועריקייט צו טון ''לאנגווייליגע'' ארבעט ווי באלאנסירן א 'טשעק בוק', דאן ווייסט איר שוין אביסל וויאזוי עס שפורט זיך אויסצושטיין טייל פון די שוועריקייטן פארבינדן מיט א.ד.ד.. און אויב איז מען עלטערן פון קינדער מיט א.ד.ד. זענען די שאנסן העכער אז מען האט אליין טיילן דערפון.

א. ד. ד. ווערט דיאגנאזירט דורך דריי הויפט סימפטאמען:

1) אימפולסיוו. מענטשן מיט א.ד.ד. טוען זאכן ספאנטאן, אן אריינטראכטן. נאך איידער זיי האבן די געלעגנהייט צו איבערקלערן אויב עס לוינט זיך אדער נישט, איז שוין לאחר המעשה. דער רויטער לאמפ וואס יעדער מענטש פארמאגט ביי זיך אין מוח כדי זיך צו אפשטעלן א וויילע און אריינטראכטן איידער מען טוט עפעס איז ביי זיי אפגעשוואכט. זיי זענען דעריבער מער אויסגעשטעלט צו באגיין טעותים, זאגן אומריכטיגע ווערטער, ענטפערן פאר ווען מ'ענדיגט פרעגן, א שוועריגקייט ביים ווארטן אין די ליין, און טון זאכן וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געטון ווען זיי וואלטן זיך קודם אפגעשטעלט און אריינגעטראכט א רגע.

2) קאנצענטראציע. מענטשן מיט א.ד.ד. האבן א קאמפליצירטע קאנצענטראציע. פון איין זייט האבן זיי א קורץ טערמיניגע קאנצענטראציע, וואס ברענגט זיי שוועריגקייטן זיך צו קאנצענטרירן אויף זייער ארבעט אין לויף פון א לענגערע צייט. זייער מוח וואנדערט כסדר ארום פון איין ענין צום צווייטן אן דעם וואס זיי זאלן האבן א שייכות. מענטשן מיט א.ד.ד. טוען שטענדיג באאבאכטן די סצענע ארום זיי, און זיי פאסן אויף אלעס וואס גייט פאר. דערפאר ווערט זייער קאנצענטראציע שנעלער געשטערט פון דרויסנדיגע זאכן,און א קלייניקייט נעמט אוועק פין וואס ער טוהט אזא קאנצעטראציע ברענגט זיי א שוועריגקיייט צו ענדיגן ביז צום סוף זאכן וואס מ'דארף צו טוהן, פארלירן חפצים, א שוועריגקייט מיט מסדר די זאכן און די סדר היום, און צו פארגעסן אסאך אין אינ'ם טאג טעגליכן לעבן,

פון די אנדערע זייט, ווען עס געלונגט זיי יא זיך צו קאנצענטרירן שטארק, דאן איז זיי שווער צו געבן א טויש פון איין זאך צום צווייטן. ווען עפעס פאראינטערעסירט זיי שטארק און כאפט זייער אויפמערקזאמקייט, ווי ביים ליינען אן אינטערעסאנטן בוך אדער ארבעטן אויף א פראיעקט וואס איז זיי נאנט צום הארץ, דאן פארמאגן זיי דוקא א טיפערע קאנצענטראציע ווי געווענליך און זיי ווערן גאר שטארק אריינגעטוען דערין. אין אזא פאל הערן זיי בכלל נישט וואס עס טוט זיך ארום זיי. זיי קענען זיי זיצן דערויף לאנגע שעות, און נישט כאפן אז באלד טאגט שוין..

3) אומרואיגקייט. מענטשן מיט א.ד.ד. האבן שוועריגקייטן צו שפירן אן אינערליכע רואיגקייט און איינזיצן שטול אן דעם וואס דער מח זאל ארבעטן האסטיג. אפטמאל איז עס נישט בלויז אינערליך, נאר אויך אויסערליך, און זיי זענען פאקטיש הייפער-אקטיוו און איבערגעפולט מיט ענערגיע. דאס מאכט זיי שווער צו טוהן שטילע אין רוהיגע זאכן, מ'רוהט נישט קיין מינוט, דאס וועט זיי אייביג שטופן צו טון עפעס, ווי אויפהייבן אלעס וואס זיי זעען, שאקלען מיט די פיס אדער האקן מיט די פינגער אויפן טיש. און רעדן אן אויפהער. דאס קען זיי אויך ברענגען שלאפלאזיגקייט.

א.ד.ד. צוזאמען מיט הייפער-אקטיוויטי מאכט זיך אפט ביי מענער. ביי פרויען איז די אומרואיגקייט געווענליך נאר אין מוח. די מחשבות פליען ארום און זענען הייפער אקטיוו, און דער מוח ווערט שנעל געשטערט אדער צומישט. דאס קען אפטמאל ברענגען א פארטראכטקייט און פארשלאפנקייט.


מער דעוועגן קויפט דעם "חזק!"
א *שטילער בחור כצ"ל
ערמון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2014 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערמון »

נשמה האט געשריבן:ווילסט מיט-טרערענען מיט מיר אויף חזק. איך זוך איינען ווער ס׳זאל מיט מיטליידו מיט די יודן וואס גייען אזויפיל דורך. נישט נאר חודש אדר א׳ תשע״ד, נאר אויך אגאנץ יאר.

נשמה איך טרער מיט דיר, איך וויין מיט מיט דיר,
יא, גלייב מיר, איך ווייטאג/קלאג/בליטיג מיט דיר
יעדע מינוט-פון יעדע שעה- פון יעדע טאג פון יאר
איך פארשטיי יעדעס ווארט וואס דו האסט געשריבען
ווייל נאך אלעם זע'מיר אונז אונעם זעלבען פעקל...
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

איך האלט שוין נאכדעם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

איך האלט שוין נאכדעם...

פראפעסיאנאלע טערעפיסטן..

מעדעצין..

פראדאקטיוו שיעורי "זעלבסט קאנטראל" כדי להשיג...

ועוד ועוד.
-
לאדיך אפ.
-
די וויכטיגסטע רפואה פאר אן א.ד.ד.ער, איז געוואויר ווערן אז ער האט עס.

געב קידוש ווען דער דאקטער באשטעטיגט עס.

מזל טוב. ביזט נישט קיין משוגע'נער.

בעפאר מען ווערט געוואויר, איז מען נישט 'א מענטש מיט א.ד.ד.', נאר מ'שפירט זיך ווי א משוגע'נער! כלל וכלל נישט קיין מענטש. יא, א צודרייטער דורכפאל. פשוט א צורידערטער פארשוין.

איך קען אייך אראפמאלן זאכן, טעותים אבנארמאל משוגע'נע, וואס מיין צופלויגענער מוח האט מיר אנגעווערטשאפט. נישט איינמאל. בושות, בזיונות ועגמת נפש,

איך גיי מיך נישט דא צונאר לייגן פאר אייך.. ניין. פארגעסט דערפון.

אודה ה' מאוד, חסדי ה' אזכיר. היינט בין איך ב"ה אסאאאאאך בעסער. (הערסט נשמה...?, מ'קען קאנטראלירן דעם מוח. מח שליט על ה.....מח?). און גראדע אנע מעדעצין.
מיין א.ד.ד. איז שוין היינט עפעס וואס ארומיגע וועלן זיך שוין מיט מיר דינגען צו איך האב עס, צו נישט. ( זיי זאלן זיך נישט דעוואגן מיר דאס צוצונעמען.).

די ריכטיגע סחורה פון מיינע 30 יאר פאברענגען מיט מיין א.ד.ד. האלט איך ביי מיר, נאט אייך אפאר לייכטע אמת'ע מיטלעבענישן JUST פון די פארגאנגענע וואך העבר עלי לטובה: (צו מיין ליבן א.ד.ד. צום פארדאנקען.)

1) געלאזט א פייער ברענען אונטער'ן טאָפ, לאנג נאך וואס איך האב דעם מאכל ארויסגעשיט. ס'האט געברענט א שעה צוויי ביז די אשת חיל איז אהיימגעקומען און ... עס פארלאשן. יא, דער באשעפער האט מיך ליב, ס'הויז איז נישט געווארן אינגאנצן פאררייכערט.

2) אנגעטאן די וואלענע ציצית העכער דעם שלאף ציצית (נישט באמערקט.) שיעור נישט ארויסגעוואקט דערמיט. יא, דער באשעפער האט מיך ליב. ס'ווייב האט עס באמערקט.

3) געטראפן דאנערשטיג מיין שבת הויזן ווארטן איך זאל איר ביטע אויפהענגן.

אבער, מיין א.ד.ד. נאטור קומט מיר צוניץ אויף פולע פולע אספעקטן אין לעבן. איך בין שטארק מסופק צו איך וויל עס אועפגעבן. נאך אלעם ברענגט עס מיר פולע טאלאנטן. נאך אלעם איז מיין נאטור FUN. איך לעב א לעבן. מיינע קינדער זענען זיך מחי' מיט מיר. בנוסף צום אפענקייט און ווייעך הארץ וואס קומט דערמיט.

איר וועט נישט גלייבן אבער מיין חשוב'ע אשת חיל האט זיך פרייטיג מיט קנאה אנגערופן צו מיר "געב מיר אויך אביסל א.ד.ד."...

וואס ס'העלפט פאר מיר, זאל דער רבוש"ע ווייטער העלפן, איז

1) "א מומחה צו פארשטיין 'דיין' נפש", נישט נאר פאר א "קאוטש" זיך אנצולאהנען, נאר אויך א בר דעת וואס זאל וויסן וואס און וויאזוי צו פאדערן פון דיר. און וויפיל. וואס זאל זיך קענען דערגרינטעווען אין דיינע כשרונות ווי שוואכקייטן צוגלייך. מחזק זיין ביי א דורכפאל און מדריך זיין. (האסט א.ד.ד.? = האסט אסאאאך כשרונות, ס'איז היינו הך. א.ד.ד. איז א כשרון. אגב, איך קען 2 באגאבטע שרייבערס דא אויף אייוועלט מיט א.ד.ד..)

ס'איז כלל וכלל נישט גרינג צו טרעפן אזא איינעם. כמה וכמה גלגולים בין איך דורך. און אפילו מיט דעם מדריך שליט"א מיינעם האט אויך געדויערט צייט ווילאנג איך האב עם געגעבן מיין טראסט. (כמעט אינגאנצן..) אבער דער זעלבער רבש"ע וואס האט מיר געגעבן די שוועריקיייטן האט פאר מיר א וועג וויאזוי צו לעבן דערמיט און גאר דאס צו נוצן לטובה.

2)ווי די טייערע חברים האבן שוין דא פריער געזאגט. א באשעפטוגונג וואס איז פאסיג פאר א.ד.ד., (ס'איז דא ווי א.ד.ד. איז א מורא' דיגע הילף -ווען ס'איז קאנטראלירט. כנ"ל.) און א סדר היום וואס מאכט סענס פאר דיר. מיין מדריך שליט"א האט מיט מיר געמאכט דראסטישע שינוים אין מיין טעגליכן סקעדזשיועל.

אי לא הא, לא קיימי הא. אז די האסט נישט נאמבער איינס, וויאזוי וועסטו דיך האלטן צו נומבער צוויי. דיין געוואלדיגע סדר היום וועט נישט לאנג אנהאלטן אליינס.

מיר האט נישט געהאלפן קיין הויכגעשעצטע טערעפיסטן (כ'דערמאן זיך, ס'איבלט מיר) וואס האבן טאקע דעם לייסענס אבער נישט דער מיטגעפיהל און טיפן פארשטאנד צום ספעציפישן נפש. די וואס קוקן אויף דיר פון אויבן אראפ מיט אזעלכע אויגן ווי "פאציענט, איר זענט קראנק, איך האב פאר אייך דא... אם, טשולדיגט, ס'איז דורך אונזער צייט. איך וויל אייך זעהן נאכאמאל נעקסטע וואך".

אויך האט מיר נישט אויסגעהפעלט מעדיקעישן. (כאטש מעדיקעישן איז געוואלדיג פאר %80 - %90 ווואס נעמען עס) עכ"פ מעדיקעישן אליין אן די אויבנדערמאנטע זאכן האבן נישט געארבעט. (און ווען איך האב ברוב חסדי ה' באקומען די זאכן האט קיין מעדעצין נישט אויסגעפעלט.)

מעדיקעישן איז עפעס וואס איך זעה פאסיג פאר איינעם מיט א.ד.ד. וואס איז געצווינגען צו זיין און א סביבה מיט די 'לאנגווייליגע פשוט'ע' "אומ-א.ד.ד. דיסארדער" מענטשן...
אדער קינדער אין חדר, מאמעס אין א לאנגווייליגע טעגליכע קאך ארבעט און פליכטן וכו'.

--

בעפאר איך ענדיג, ווענד איך מיך מיט א שאלה צו "נשמה" וואלסטו געווען גרייט צו טוישן דיינע נאטורן פון א.ד.ד. מיט א צווייטן? איך רעד נישט פון באקומען א דרך הממוצע מזג, נישט פאר דעם זעמער דא אויף דעם עולם. קאממאן. איך דארף דיר דאס נישט זאגן נשמה. איך רעד פון באקומען א פארקערטע נאטור. אבער אינגאנצן.
(איך אלייין האב דאך עס שוין וועל איך עס פון דיר נישט נעמען, אבער איך האב א קונה דערפאר.. איך האב געזעהן פון עם קנאה בליקן צו דיין זייט. ער וויל זיך מיט דיר טוישן.)

נשמה נשמה לאמיר מאכן א בייט, א בייט וועלן מיר מאכן

דו וועסט מיר געבן...

דיין צופלויגנקייט נאטור- וויאזוי דו רופסט עס, און איך וועל דיר געבן דאס פונקט פארקערטע.

אבער אויך געב אהער וואס ס'קומט דערמיט...

דו וועסט מיר אויך מוזן צוגעבן..

- דיין טיפע בליק אויפן לעבן און אלעס וואס אין איר..

- דיין סענס אויף יומער און געשמאקקייט וואס צורינט זיך ארום דיר און אוודאי אויך דא אויף אייוועלט...

- די ווייעך הארץ און טיפע מיטגעפיל מיט א צווייטן וואס צוגיסט זיך...

- און בעיקר, ווי דו האסט אליינס ארויסגעברענגט: די קרבת אלוקים, די העכערע שאיפות, וואס א.ד.ד. ברענגט מיט זיך, און האט דיר ארויפגעברענגט. (דאקעמענטירט דא אויף אייוועלט.)

אוי וויי טאטע..

און איך וועל דיר געבן

- א זעלטן 'גראדע' מענטש, א פונקטליכער און א קארעקטער. זיין סידור און תהלים 'מוזן' זיין צוויי און א האלב אינטשעס אפגעריקט..

- א ערענסטער וואס פארשטייט נישט וויאזוי מ'קען אין אזא עהרנסטע וועלט א שמייכל געבן..

- אזא מסודר'דיגער אז ס'מאכט עם ממש קראנק צו זעהן די הויז, ביהמ"ד, חבר נישט מסודר אזוי "נארמאל" ווי עם..

- זיין קאפ ליגט עם אין קינדערישע פשוט'ע לאנגווייליגע 'קלייניקייטן'..

- איינער וואס מוטשעט זיך צו שפורן כאטש עפעס א קשר מיט אונזער טאטן אין הימל..

- איינער וואס ליבשאפט צו א קינד איז ביי עם א רעטעניש וויאזוי מ'געט עס..

אוי וויי טאטע...
לעצט פארראכטן דורך א שטולער בחור אום דינסטאג פעברואר 11, 2014 11:24 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
א *שטילער בחור כצ"ל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

נשמה האט געשריבן:צו יעדער וואס ליינט 'חזק'
דף 34 וואס מיינט די קעפל פונעם ארטיקעל
"נ.ב. איז א משפחה זאך.
ווואס טייטש עס

נ.ב. מיינט אז דאס איז א נאכבאמערקונג אויף א פריערדיגע ארטיקל, אין דעם פאל אן ארטיקל מיטן זעלבן נאמען "ס'איז א משפחה זאך" (די עפל איז א סמ"ך)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

סתם צו נאטירן אז איך האב שטארק הנאה פון אלע שרייבער אין דעם אשכול
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

"שטילער בחור" ביזט דאך מיר א קרוב משפחה, אפשר גאר מיין ברודער? איך בין דאך אויך פון די עי די די משפחה, נו לאמיר זיך היימיש מאכן.

דיין ארטיקל איז געוואלדיג, איך וויל נאך אסאך מגיב זיין, און מחולק זיין מיט געוויסע נקודות, אויך אויף נשמה וויל איך אסאך מגיב זיין (כ'האלט אז ער פארשמירט דעם נאמען פון די מער נארמאלערע עידידי, במחילת כבודו), נאר ס'וועט לכאורה אריינגיין צווישן די אלע זאכן וואס כ'וויל זייער שטארק ...

כ'מיין אבער אז מיר אלע עידידי'ער זאלן זיך אריינשלייכן אין א זייטיגע שטיבל דארט קענען שמועסען רואיג אן ווערן געשטערט פון דעם אלגעמיינעם הוהא, בכלל קומט נישט עידידי צווישן די מחלות הנפש, (כאטש חלילה כ'טוה נישט אוועקמאכן אדער אראפקוקען קיין שום יוד אין וואסערע סארט מצב הנפש ער געפינט זיך), אפילו ס'ווערט אריינגעדרוקט אינעם חזק ביכל, איז דאס באמת נישט קיין חולי הנפש ווי יעדער וואס האט דאס אדער איז באקאנט דערמיט קען מעיד זיין דערויף, כעל זאגן אין קורצן כ'פיל מיך אביסל באליידיגט ווען מ'רעדט פון "מיר" אויסגעמישט מיט ערענסטערע חולי הנפש.

כ'האב שוין לאנג געבוקמארקט די אשכולות ביי מיר מ'קען מיר דארטן אריינגיין שמועסען, דא און דא, מ'דארף נאר שטעלן א שומר און נאר איינער מיט אן עידידי סערטיפיקעט זאל מעגן אריינקומען ....
לעצט פארראכטן דורך עקבי הצאן אום זונטאג פעברואר 09, 2014 12:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

באמערקסט אז דיין "דא" בוקמארק בין איך אני הקטן.

איך ווארט דאך שוין דארט אויף דיר ברידער ווייסעך ווי לאנג. מיט א שירעם ביי די קארנער. קומסט?

אגב. נישט דיר האב איך געמיינט. "אויסער דיר" זענען דא נאך 2 ברידער, געפעפערטע שריייבער אויף דעם וועלטל.

כ'מיין אז אויב זיי קומען מיט אונז אין א זייטיג שטיבל וועט אייוועלט שטארבן פון גרויס קארעקטקייט און זויערע נארמאלקייט.."
א *שטילער בחור כצ"ל
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

בעקבי, זאג מיר די שפיץ מיט וואס די גייסט דעבאטירן, מחולק זיין. לאמיך האבן פון וואס צו דרימלען נאך המפיל.

זיי זיך נישט מסביר יעצט אז דו ווילסט נישט. געב נאר אהער דעם נושא.
א *שטילער בחור כצ"ל
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

עקבי הצאן האט געשריבן:"שטילער בחור" ביזט דאך מיר א קרוב משפחה, אפשר גאר מיין ברודער? איך בין דאך אויך פון די עי די די משפחה, נו לאמיר זיך היימיש מאכן.

דיין ארטיקל איז געוואלדיג, איך וויל נאך אסאך מגיב זיין, און מחולק זיין מיט געוויסע נקודות, אויך אויף נשמה וויל איך אסאך מגיב זיין (כ'האלט אז ער פארשמירט דעם נאמען פון די מער נארמאלערע עידידי, במחילת כבודו),


מיינסט ווען ער רייסט זיך זעלבסט אראפ. בעצם זענען מיר גאר שטאלץ צו האבן 'נשמה' אויף אונזער זייט...

איך ווער משוגע פאר זיין פעדער און אויך פון זיין פילפארביג ווארעם הארץ.


יע. שוין לאנג געוואלט זאגן.

אונז מיט די א.ד.ד. נאטור,
WE ARE THE PEOPLE!!...

איך האב אסאך געטוען דערין. איך קען א שיין ביסל סוקסעספול מענטשן מיט א.ד.ד. פון אלע שיכטן און באשעפטוגונגען. און מיט די וועג וויאזוי ס'גייט מיט אן א.ד.ד. סארט.- ס'קנאקט. ס'גיסט.


-
שטילער בחור האקט. אויך מיר א שטילער בחור.
א *שטילער בחור כצ"ל
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

די נושא פון מעדיקיעשאן וואס כ'בין מער פאזיטיוו\נעגעטיוו ווי די האסט געשריבן.

אז ס'פעלט יא שטארק אויס אז מ'זאל זיך קענען אויף עפעס א דרגה זיך קענען צושטעלן צו די נארמאלער סאסייעטי.

וויאזוי מ'קען ארויסקריכן פון דעם פלאנטער פון דורכפעלער פונעם עבר\הוה צו קענען אנההויבן עפעס מצליח זיין אין לעבן.

מיט דעם אגרי איך מיט דיר אלל די וועי, כ'וואלט פאר קיין געלט אויף דער וועלט נישט אוועקגעגעבן מיין עידידי מיט אלע שוועריקייטן און דורכפעלער.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

עקבי הצאן האט געשריבן:די נושא פון מעדיקיעשאן וואס כ'בין מער פאזיטיוו\נעגעטיוו ווי די האסט געשריבן.

אז ס'פעלט יא שטארק אויס אז מ'זאל זיך קענען אויף עפעס א דרגה זיך קענען צושטעלן צו די נארמאלער סאסייעטי.

מיט דעם אגרי איך מיט דיר אלל די וועי, כ'וואלט פאר קיין געלט אויף דער וועלט נישט אוועקגעגעבן מיין עידידי מיט אלע שוועריקייטן און דורכפעלער.


נאדיר א גרינע פאר דיין לעצטע שורה ;l;p-

מעדיקעישן? כ'האב זיך נישט גוט מסביר געווען. כ'בין אלל די וועי דערפאר. נישט פאר יעדעם איז עס געמאכט אבער פאר גאר אסאך. און ס'ארבעט געוואלדיג. זעה די ארטיקל אין "חזק" איך עגרי דערמיט %100

עקבי הצאן האט געשריבן:וויאזוי מ'קען ארויסקריכן פון דעם פלאנטער פון דורכפעלער פונעם עבר\הוה צו קענען אנההויבן עפעס מצליח זיין אין לעבן.


מיר ווארטן באמת מיט שפאנונג.
א *שטילער בחור כצ"ל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רבי הערשל האט געשריבן:אלס מלמד פאר קלענערע קינדער קען איך זאגן איין זאך, די ארטיקעל "ווי איז מיין טאטע" האט מיר זייער שטארק איבערגענומען, ליידער האב איך היי יאר מער ווי איין קינד פון צוטיילטע עלטערן ה"י, וויפיל איך האב רחמנות געהאט אויף זיי ביז יעצט, זעה איך אז איך האב בכלל נישט ארויסגעהאט וויפיל יסורי הנפש זיי גייען דורך, מיין בליק אויף זיי האט זיך גענצליך געטוישט.

דער ארטיקל, אויב ס'איז בכלל וואר, ווארפט גאר א קליינע בליק ממש כטיפה מן הים אויפן ריכטיגן מצב.

וקצרתי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

farshlufen האט געשריבן:
רבי הערשל האט געשריבן:אלס מלמד פאר קלענערע קינדער קען איך זאגן איין זאך, די ארטיקעל "ווי איז מיין טאטע" האט מיר זייער שטארק איבערגענומען, ליידער האב איך היי יאר מער ווי איין קינד פון צוטיילטע עלטערן ה"י, וויפיל איך האב רחמנות געהאט אויף זיי ביז יעצט, זעה איך אז איך האב בכלל נישט ארויסגעהאט וויפיל יסורי הנפש זיי גייען דורך, מיין בליק אויף זיי האט זיך גענצליך געטוישט.

דער ארטיקל, אויב ס'איז בכלל וואר, ווארפט גאר א קליינע בליק ממש כטיפה מן הים אויפן ריכטיגן מצב.

וקצרתי.

מיך אויך שרעקליך באנומען, ס'מאכט אויף א פענסטערל צו אזא אומבאקאנטע שווערע וועלט, ס'איז דא ארגאניזאציעס פאר יתומים, אבער פאר לעבעדיגע וואס די עלטערען פליקן זיך ארום אויף זייערע קעפ, איז דאכט זיך נישטא גארנישט ליידער, ווער וויל זיך אריינמישן אין צרות קאורטס וכו' וכו'.

ירחם ה' און אונז ברויך מיר טוען וואס דער באשעפער האט אונז געגעבן די בחירה מקרב און מחזק זיין נשברי לב.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיין ערשטע רעקאמענדאציע פאר א קינד פון אזא מצב, גוט און קלאר אדורכלערנען הלכות כבוד אב ואם, דאס איז סטעפ וואן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שווארטץ »

כמדומני אז אין אזא צייט קען מען נישט אדורכלערנען די הלכות, צו מחוסר פנאי אדער מחוסר מחשבה. פארדעם זענען פארהאן דיינים.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

farshlufen האט געשריבן:מיין ערשטע רעקאמענדאציע פאר א קינד פון אזא מצב, גוט און קלאר אדורכלערנען הלכות כבוד אב ואם, דאס איז סטעפ וואן.


מיין ערשטע רעקאמענדאנציע איז אים צושטעלן הילף...
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

.
לעצט פארראכטן דורך תמהואומר אום זונטאג פעברואר 09, 2014 9:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך וואלט מאריך געוועזן, נאר דעם געווענליכן פערזאן איז גרינגער צו לערנען כינעזיש אווי דאס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

דרויסענדיגע סטרוקטור דייקא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

קודם וויל איך שרייבן און נאכדעם וועל איך ליינען די תגובות ביז אהער. איך האב עס שוין דורכגעבליקט. ס'איז קנאקעדיג

איך מיין אז איך בין געגאנגען אויף נישט א ריכטיגער וועג מיט א.ד.ד.

פאר פופצן יאר צוריק האב איך געמאכט א סך הכל פונעם קומענדיגן חשבון

א) מאכט אן פערשעמענדע טעותים

ב) ס'האט זיך נישט קאנצענטרירט ביים שיעור עפעס.

ג) איך קום אן אייביג די לעצטע

ד) איך פארגעס זאכן

ה) איך טו זאכן אן איבערטראכטן פון פארדעם

בקיצור עפעס טויג נישט מיט מיר. איך בין דער קלאון פון ישיבה. איך מוז מיך העלפן...

וואס טו איך?

"איך גיי אגאנצן טאג אכטונג געבן וואס איך טוה"

"איך גיי האלטן קאפ אגאנצן טאג"

און דא האב איך געמאכט מיין מיסטעיק...

אויב וועט איר באטראכטן א קליין קינד וועט איר זעהן קלאר אז ער ווייסט נישט וואס ער טוט. ער איז נישט 'אויפמערקזאם' אויף וואס ער טוט. דהיינו ער איז 'אנקאונשעס' צו וואס ער טוט

ווי עלטער א קינד ווערט. און ער וועט מחונך. און ער גייט אדורך 'פאנטשערס'. הייבט זיך אן איינצופראגראמירן אין זיין מח פארשידענע מהלכים. דא דארף מען טון אזוי און דא אזוי.

מ'דארף אבער נישט טראכטן ווען מ'קומט צווישן מענטשן. "איך בין יעצט צווישן מענטשן, איך דארף מיך אויפפירן נארמאל." נאר דאס ווערט שוין אזוי פראגראמירט אינעם סיסטעם.
און אטע דאס באדייט 'חינוך' און דאס איז דאס ענין פון שיויתי ה' לנגדי תמיד פון שלחן ערוך

אבער טאמער א קינד וועט ווערן קריטיקירט אויף 'טריט און שריט'. אדער וועט ווערן פארשעמט פון זיינע מעשים. און ער וועט פילן אז ער דארף יא 'אקטיוו' טראכטן וויאזוי זיך צו 'רירן' כדי נישט אויפצורעגען די 'באאמטע' קען פאסירן סטרעס. או סי די. ענגזייעטי. וואס די אלע זאכן זענען און קומען ווען דער מח 'גייט אריין אין זיך אליין'. און הערט אויף צו זיין ספאנטעניעס. מ'הייבט אן חושש צו זיין אויף די אומוואוסענד.

די אויבנדערמאנטע איר קענט קלאר באמערקען אויף אייך. וויאזוי די מח איז פראגראמירט צו שיקן א 'סיגנאל' "מיסטער, (בלשון חיבה) אינעם יעצטיגען מאמענט פעלט אויס 'באוואוסטזיניגער מחשבה' ס'דא א פראבלעם דא. לייג צו קאפ."
למשל מ'קומט אריין צום שווער און דער שווער איז נישט אזוי אין די בעסטע שטומינג פעלט אויס צו זוכן אינעם אינערליכן ספרים שאנק וואס צו טון אין די דאזיגער 'אויסערארדענטליכער' מצב.
אבער במשכ'ן טאג פעלט נישט אויס. זיך זעלבסט צו קאנטראלירן.
דער הונטערבאוואוסטזיין קאנטראלירט שוין.

אבער אויב מ'האט א.ד.ד. און מ'מאכט אפ ביי זיך "אקעי איך מאך טעותים, איך גיי מיך קאנטראלירן" איך גיי טראכטן וואס איך רעדט. וואס איך טו. דאס טויג נישט. מ'קען נישט אזוי. מ'טאר זיך נישט פארלאזן אויף דעם. מ'קען נישט קאנטראלירן דעם מח! מ'קען נישט טראכטן "איך האב עי די די, אקעי נאו פראבלעם, איך גיי האלטן קאפ"

אמת אז א.ד.ד. איז די פראבלעם אז ס'פעלט סטרוקטור structure.

אבער מ'קען זיך נישט שטעלן אויף די אינערליכער סטרוקטור. ווי למשל האלטן קאפ נישט צו ווערן פארשלעפט. האלטן קאפ נישט צו ווערן פארטראכט. טראכטן אגאנצן צייט וואס טו איך יעצט און וואס דארף איך יעצט טון.
דאס איז גוט פאר מלאכים אדער צדיקים דומה להם.
פאר אן א.ד.ד. איז די עצה סטרוקטור.
און דייקא דרויסענדיגער סטרוקטור
און דאס איז געווען מיין טעות
איך האב מיך געהאלטן פאר גענוג קלוג. איבערצוקלוגען מיין מח. און עס שטעלן אויפן פלאץ "ארבעסט נישט גוט. נו, נו, איך וועל קאנטראלירן."

וואס וויל איך דא. איך ווייס נישט פונקטליך...

וואס זאג איך דא, אז אן א.ד.ד. דארף סטרוקטור און דייקא 'דרויסענדיגע' סטרוקטור. די מח דארף ווערן קאנדישענט מיט די מצב פון סקרוקטור. און נישט מ'דארף האלטן קאפ צו זיין געסטרוקטורט.
געסטראקטשערט.

איך בין גערעכט???
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

טייערע יודן איך ליין דורך אייערע ווערטער מיט דארשט. איך אנערקען יעדע מינוט פון אייערע צייט וואס איר האט אוועקגעגעבן דא.
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

נשמה האט געשריבן:
איך מיין אז איך בין געגאנגען אויף נישט א ריכטיגער וועג מיט א.ד.ד.



וואס זאג איך דא, אז אן א.ד.ד. דארף סטרוקטור און דייקא 'דרויסענדיגע' סטרוקטור. די מח דארף ווערן קאנדישענט מיט די מצב פון סקרוקטור. און נישט מ'דארף האלטן קאפ צו זיין געסטרוקטורט.
געסטראקטשערט.

איך בין גערעכט???


NOW YOU'RE TALKING

אלע דאקטוירעם זאגן דאס. אז דער מח געבט דיר נישט אינערליכע סטרוקטער, דארף מען עס מאכן פונדערויסן.

און אוודאי א פאסיגע פולע סדר היום.

מיט א גוטן מדריך וואס וועט העלפן זיך האלטן דערצו.

בעז"ה.
א *שטילער בחור כצ"ל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דאס זאג איך אז איך האב געמיינט איך וועל קענען קאנטראלירן מיין מח פון אינעווייניג. אבער נאך פופצן יאר געוואויער געווארן אז איך מוז עס לאזן לויפן און מ'מאכט דעם סטראקטער פון דרויסן
רבי הערשל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 4:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי הערשל »

farshlufen האט געשריבן:מיין ערשטע רעקאמענדאציע פאר א קינד פון אזא מצב, גוט און קלאר אדורכלערנען הלכות כבוד אב ואם, דאס איז סטעפ וואן.

מיין צווייטע רעקאמענדאציע איז צו מודיע זיין פאר די מלמדים אז זי זאלן וויסן וואס דא גייט פאר, ביי איין קינד בין איך עס געוואר געווארן הערשט פיר וואכן אין זמן נאכדעם וואס איך האב געקלינגען צו די עלטערן געוואר ווערן וואס עס גייט פאר מיטן קינד, האט די מאמע געזאגט אז די טאטע איז שוין נישט אינדערהיים ל"ע
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”