מעלות - חזק תשע"ד - דעבאטעס איבער ADD און נאך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מודהאני
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 11:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודהאני »

farshlufen האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:הרב פארשלאפן, בנוגע דעם ארטיקל "ווי איז מיין טאטע", אויב איז עס נישט וואר נאר א קלוג געלונגענער שרייבער/ן האט דאס געשאפן איז דאס שוין איינמאל וואר, די פאקטן זענען דען נישט אזוי ליידער?, און אויס עס איז וואר איז דאס בעיקר צודינען פאר א ביישפיל.
אבער איין הערה, וויפיל איך האב עס דורך געלייענט איז דער ארטיקל נישט געקומען "בעטן הילף", דער ארטיקל איז געקומען "דערציילן" וואס מען פאראורזאכט.
דער ארטיקל איז א פארשטעללונג פאר די וואס קלערן נישט צו גובר זיין אביסל אויף צו מידות, וואס זיי מאכן אן און וויפיל נשמות זיי צובלוטיגן און צוביילן ה"י.
איר קענט דרך אגב, אויך מערקן די זהירות (און אויב איז עס וואר הרי זה ראוי לשבח) אין דעם ענין פון כיבוד או"א.

איר האט ווארשיינליך נישט פארשטאנען ווי געהעריג מיינע ווערטער, ואסביר את עמי א ברעקעלע מער.

דער טרטיקל איז בלויז א גאר גאר קליינע פיצינקע משל אדער דוגמא פון דעם ריכטיג בילד ווי אזוי עס זעהט באמת אויס דער מצב , בגשמיות וברוחניות, בגוף ובנפש, יומם ולילה, 365 טעג א יאר, פון וויגעלע ביז עטליעסט נאך די חתונה אין אזעלכע שטובער.

ולעולם לא אשכח וואס א מגי"ש האט מיר אמאל געזאגט זעענדיג ווי א בחו'ל פון אונטער 15 יאר דרייט זיך פאר'דאגה'ט און פארקלערט אווי א אינגערמאן וואס ברויך צו קלויזן און האט נאך נישט די ריכטיגע פאנדס "כי אבי ואמי עזבוני וה' יאספני" דאס קלינגט מיר נאך היינט אין די אויערן.


איך זעה נישט ווי זייער זהירות איז..

ווי קומט דארט אריין דאס ווארט געלט אז נישט באקומט נישט דער טאטע דאס קינד ???

וואס האט דאס מיט די וויזיטעשאן בכלל אין מיטן קינד בפרט ????????

עס איז הארצרייסענד צו זעהן ווי אומשילדיגע קינדער ווערן געפייניגט דורך די אייגענע מאמע.......
מודה אני לפניך השם אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי. ואשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני ביתי
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

ניק ניק האט געשריבן:איך האב נאכנישט געליינט אלע תגובות דא, אבער איך מיז אריינווארפן אזויווי דער פותח האשכול האט אנגעהויבן
תמהואומר האט געשריבן:אבער נישט יעדער נעמט זיך דעם מוה ארויסצוגעבן וואס ס'קוועטשט אים דורך שיקן א בריוו צו זיי

וויל איך טאקע קאמענטירן, אז די ארטיקלן זענען זייער גוט, אבער זיי האבן א טיפע טעות לדעתי מיטן תורה'דיגן בליק אויף זיך גט'ן חלילה, צעווישן די שורות קען מען זען אז זיי זענען אויך אנגעשטעקט מיטן היינטיגן דעת בעה"ב אז ווען איינער פירט זיך נישט מענטשליך איז נישט קיין פראבלעם זיך צו גט'ן - היפך דעת תורה!, ספעציעל האט מיר ארויס גענומען פון די כלים טרעפענדיג דארט די ווערטער "מסכת גיטין איז פאר א צוועק געשריבן געווארן", ס'איז קענטיג אז דער שרייבער ווייסט נישט דעם צוועק פון מסכת גיטין. ודי בזה. און איך האף מיינע ווערטער וועלן אנקומען צו זיי ווייל דער ענין דארף א גרויסע גרויסע גרויסע תיקון ליידער.
און איך גיי נישט זאגן וואס יא צוטוהן ווען מ'האט צוטוהן מיט אן אומ'מענטש, ווייל ווען איינער וועט וויסן די חומר הדברים פון א גט, וועט ער\זי שוין אליין טרעפן אלטערנאטייון זיך דורכצוקומען און לעבן בשלו' ובשלוה אמן כי"ר.

---
..


אפשר זאגסטו דעם צוועק פון מסכת גיטין? אין מיין גמרא שטייט [לויט איין דעה], אז ווען דער טשאלנט האט צוגעברענט, איז ער בארעכטיגט מוצ"ש איר צו געבן צוועלעף שורות...

אקעי, דאס איז נאר א ווערטל אויף למעשה, און יעצט לענין, ריכטיג אז א גט איז גאר א שווערע און א הארבע זאך, און ס'איז אויך ריכטיג אז ס'איז דא אזעלכע [עלטערן, פאר פעלקער, מסדרי גיטין ועוד] וואס נעמען דאס לייכט.

אבער צו ווייסטו וויפל מענטשן מאכן מיט שמונה עשר מדורי גיהנם ביז זיי קומען צו די החלטה זיך צו גט'ן?

ס'זעט אויס ווי געווענליך רעדט יעדער מענטש לויט זיין עקספיריענס אין די משפחה, אויב האט זיך געמאכט ביי איינעם אז מעןהאט זיך געג'ט פאר גארנישט, בארעדט מען שוין דעם גאנצן סיסטעם, איז שתי תשובות בדבר, קודם וועסטו קיינמאל קיינמאל נישט וויסן וואס איז דער אמת פארוואס מען האט זיך געג'ט, און צווייטענ'ס כנ"ל אז האסט נישט קיין השגה וואס מענטשן ליידן צוזאם וואס דאס ברענגט זיי צו די החלטה פון א גט.
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

נשמה, ווען דו פרעגסט מיר מיר וועין בעפאר, וואלט איך דיר געראטן זאלסט נישט ליינען דעם נארישן ביכל פון וואס דו רעדסט. ער איז דאס נישט ווערד.
און אוודאי נישט גענוג חשוב זאלסט לכבודו פון דעם אזוי-גערופענער דאקטער האבן א כעס'יגען שלאפלאזע נאכט...

ליין בעסער "THE HUNTER IN THE FARMERS WORLD'.
ער איז מורא'דיג. פון איין זייט איז ער מודה און פארשטייט אויסדריקלעך דערצו. (ער האט עס אליינס, ער נוצט אויס אירע כוחות ווי משוגע. פארט און מאכט א וועלט). פון די אנדערע זייט לייגט ער עס אראפ נישט אלס א מחלה אדער דיסארדער, נאר מער ווי כאראקטערס, מיט געוואלדיגע מעלות דערינען, און אוודאי אויך חסרונות. כארקאטערס וואס פאלן שווער אין דעם היינטיגן סארט וועלט און לעבנ'ס שטייגער. די היינטיגע "פאַרמער" סטייל וועלט.

כ'האב אינדערהיים 17 ביכער וועגן ADHD. וזה עולה על כולנה.
(כ'קען אייך עס גערן בארגן. פה מאונטשעסטער יצ"ו))
א *שטילער בחור כצ"ל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

גוט
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

האסט נאך טאקע נישט געליינט דיזער ביכל?
א *שטילער בחור כצ"ל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

נישט געוואוסט דערפון.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מודהאני האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:
איר קענט דרך אגב, אויך מערקן די זהירות (און אויב איז עס וואר הרי זה ראוי לשבח) אין דעם ענין פון כיבוד או"א.



איך זעה נישט ווי זייער זהירות איז..

ווי קומט דארט אריין דאס ווארט געלט אז נישט באקומט נישט דער טאטע דאס קינד ???

וואס האט דאס מיט די וויזיטעשאן בכלל אין מיטן קינד בפרט ????????

עס איז הארצרייסענד צו זעהן ווי אומשילדיגע קינדער ווערן געפייניגט דורך די אייגענע מאמע.......

נוצן די קינדער אלס קארטן אין א געלט סכסוך איז א געוואלדיגע אומרעכט, צייגט אויף גאר פארדארבענע מידות און קורצזיכטיגקייט.

ווער עס האט זיך גובר געוועזן אויף די תאות הנצחון בעידן ריתחא האט קיינמאל חרטה געהאט און לבסוף מיט די יארן גאר פארדינט דערויף, ומכלל לאו אתה שומע הן.

וקצרתי על קצה המזלג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

תמהואומר האט געשריבן:אפשר זאגסטו דעם צוועק פון מסכת גיטין? אין מיין גמרא שטייט [לויט איין דעה], אז ווען דער טשאלנט האט צוגעברענט, איז ער בארעכטיגט מוצ"ש איר צו געבן צוועלעף שורות...
פון מותר ביז מותר איז דא א לאנגע וועג, און איך בין נישט דערביי יעצט צו גיין צאמנעמען אלע מקורות אקעגן זיך גט'ן צילוב א קריגעריי אדער אפי' ערגערס.
אקעי, דאס איז נאר א ווערטל אויף למעשה, און יעצט לענין, ריכטיג אז א גט איז גאר א שווערע און א הארבע זאך, און ס'איז אויך ריכטיג אז ס'איז דא אזעלכע [עלטערן, פאר פעלקער, מסדרי גיטין ועוד] וואס נעמען דאס לייכט.
איך מיין אז רוב גאס נעמט עס פאר לייכט און מ'ווייסט נישט דעם חומר הדברים
אבער צו ווייסטו וויפל מענטשן מאכן מיט שמונה עשר מדורי גיהנם ביז זיי קומען צו די החלטה זיך צו גט'ן?
די פינקטליכע נאמבערס ווייס איך נישט אבער איך ווייס אז ס'איז זייער אסאך, ממש ווי קיינמאל בעפאר ה"י
ס'זעט אויס ווי געווענליך רעדט יעדער מענטש לויט זיין עקספיריענס אין די משפחה, אויב האט זיך געמאכט ביי איינעם אז מעןהאט זיך געג'ט פאר גארנישט, בארעדט מען שוין דעם גאנצן סיסטעם, איז שתי תשובות בדבר, קודם וועסטו קיינמאל קיינמאל נישט וויסן וואס איז דער אמת פארוואס מען האט זיך געג'ט, ווען מ'הערט ביידע צדדים קען מען יא וויסן, און אין רוב פעלער באהאלט מען נישט שמוץ אויפן צד השני צילוב איסור לש"ה, נאר אדרבה מ'איז נאך מוסף ומגזם וויפיל מ'קען. און צווייטענ'ס כנ"ל אז האסט נישט קיין השגה וואס מענטשן ליידן צוזאם וואס דאס ברענגט זיי צו די החלטה פון א גט.איך האב יא אן השגה, און אויף דעם האב איך אויסגעפירט
ווען איינער זאל וויסן די חומר הדברים פון א גט, וועט ער\זי שוין אליין טרעפן אלטערנאטייון זיך דורכצוקומען און לעבן בשלו' ובשלוה אמן כי"ר.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

טייערער ניק ניק, איך כאפ נישט פונקטליך צו האסט מיר געמיינט אפצופרעגן אדער נאר צו זאגן הוספות, סאו לאז איך עס אזוי
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

איך פרעג אפ אויסדריקלעך דעם דעת הקהל איבער ווער ס'איז בארעכטיגט זיך צוצוטיילן.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

נייע אשכול מיט אנקעטע
יא גטן אדער נישט
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

ניק ניק האט געשריבן:איך פרעג אפ אויסדריקלעך דעם דעת הקהל איבער ווער ס'איז בארעכטיגט זיך צוצוטיילן.





ריכטיג אז יונגע מענטשן נעמען אן זייער גרינג א גט, און גאר אסאך וועלן ביי די מינדעסטע פראבלעם זיך סעפערעיטן און פארלאנגען א גט.
אבער ווען לאמיר זאגן א אינגערמאן [אדער עלטערן] וועט קומען צו א מסדר גיטין און אים זאגן, רבי איך וויל געבן א גט, וועט ער אים אנמעסטן פון אויבן אראפ און אים זאגן גיי צוריק פון ווי ביזט געקומען....
וואס כ'מיין צו זאגן איז, אז מען קען זיך נישט גט'ן [ע"פ רוב] אן דעם וואס ס'זאל זיין פארמישט רבנים, שלום בית מאכער, וכו', יעדער מסדר גיטין וועט קודם זיכער מאכן און זיך נאכפרעגן צו מה'אט געטון עפעס למען השלום, און לפי ידיעתי און עקספריענסיתתי, וועסטו גאר שווער טרעפן א רב וואס זאל דיר געבן לייכט א וועג זיך צו גט'ן, רובא דרובא וועלן משוגע מאכן עד הסוף אז מען זאל צוריקגיין, נאר ווען זיי וועלן זען אז ס'איז באמת נישטא קיין ברירה, וועלן זיי זאגן, איך לאמירך ארויס און איך קען גארינשט טון, וואס דאס מיינט א גרינע ליכט פארן מסדר

און די סיבה פארוואס די רבנים גיבן נישט שנעל א וועג ארויס איז לאו דוקא ווייל זיי האלטן באמת אז מען דארף צוריקגיין, אסאך מאל מיטן גרעסן רעספעקט פאר זיי איז דא אסאך מאל וואס זיי האבן נישט קיין השגה וויזוי צו הענדלען קעיסעס [במחכ"ת] און סך מאל ווייל זיי ווילן נישט פארשמירן זייער נאמען אז זיי האבן געגעבן דעם וועג, אבער האבן זיי מורא פון איינעם, ס'איז דא וואס דארפן זיך גט'ן און די רבנים האלטן זיי ביים קארג, אדער ווייל ער וויל זיין דער הירא.

און יא ס'איז דא אסאך וואס פאטשקען אין שלום בית און פארפאטקשען... ביודעים ובלא יודעים
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ביטע רעד נישט אזוי אויף אידישע קינדער, חלילה וחס, קיינער וויל נישט חרוב מאכן ביודעים, נישט יעדער פארמאגט אבער דאס שכל, מדת האמת, סבלנות, געדולד און מידות והעיקר סייעתא דשמיא, צו טאן דערינען און נישט טאן קיין מעוות לא יוכל לתקון.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

כ'האב חלילה נישט געמיינט צו זאגן "ביודעים" אז זיי ווייסן וואס זיי טוען, נאר אז אונז ווייסן ווער זיי זענען, אבער שוגגים זענען אלע זיכער
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

ב"ה איך ווייס נישט און איך זאל קיינמאל נישט דארפן וויסן וואס ס'טוט זיך אפ מיט די מסדרי גיטין און מיט אלע ארומיגע, אבער וואס איך ווייס יא איז די סיבה פארוואס ס'האט זיך לעצטנס אזוי שטארק פארמערט אזאלעכע פעלער וואס איז אמאל געווען ממש א זעלטנהייט, וואס די גאנצע גאס איז געווען אויף ווען ס'האט פאסירט א פאל חלילה. וואס וויל איך דא? ווייסעך ניש, אקעי וואס נאך שטייט אין חזק?
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ס'שטייט אז ענגזייעטי איז שרעקליך. מ'שפירט ווי מ'שפרינגט ארויס פון די הויט.
זאל דער אייבערשטער זיך מרחם זיין. ענגזייעטי מאכט א מענטש זאל נישט האבן קיין טעם אין לעבן.
וואס נאך שטייט אין חזק?
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

:cry:
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

וועגן זיך (נישט) גט'ן האב איך געהערט פון הרב עזריא' טויבער א שטארק ווארט וואס שטימט גוט מיט'ן פסוק אויך.

די פרוי איז א חלק פונ'ם מאן. ווי אן אבר פונ'ם מאן. שטייט אזוי אין פסוק ביי אדם הראשון "ויבן את הצלע... וכו' כי מאיש לקחה זאת."*
אז דער פוס מאכט ווייטאג. ס'טוט וויי, נו, אז ס'טוט וויי שרייט מען, מען קרעכצט.
דער פוס ווייטאג מאכט קאפ וויי, נו מ'קען נישט שלאפן ביינאכט, פרובירט מען ס'בעסטע צו לעבן דערמיט.
קיינעם וועט נישט בייפאלן, "נו, דער פוס נערווירט, אראפ דערמיט", ס'איז נישט פאר מיר, מ'קען אריינשטעלן א האלצערנע פוס אנשטאט און די ווייטאגן וועלן אויפהערן!
פארוואס נישט?. "ווייל דאס איז 'מיין' פוס"!.


יא, ס'איז דא אזא זאך פון מוזן אראפנעמען א פוס. אראפשניידן ר"ל אן אבר, ווען דער אבר פארגיפטעט ס'גאנצע מענטש, וכדומה, איז נישטא קייין ברירה. אבער ס'איז נעבעך זייער ביטער. כלל נישט אזוי פשוט.

ודו"ק כי קצרתי.

*(די זווג ראשון, דאס איז וואס מ'רופט אויס קודם יצירת הוולד. סוטה ב. ממש יעצט געחזר'ט...)
א *שטילער בחור כצ"ל
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

א שטולער בחור האט געשריבן:נשמה, ווען דו פרעגסט מיר מיר וועין בעפאר, וואלט איך דיר געראטן זאלסט נישט ליינען דעם נארישן ביכל פון וואס דו רעדסט. ער איז דאס נישט ווערד.
און אוודאי נישט גענוג חשוב זאלסט לכבודו פון דעם אזוי-גערופענער דאקטער האבן א כעס'יגען שלאפלאזע נאכט...

ליין בעסער "THE HUNTER IN THE FARMERS WORLD'.
ער איז מורא'דיג. פון איין זייט איז ער מודה און פארשטייט אויסדריקלעך דערצו. (ער האט עס אליינס, ער נוצט אויס אירע כוחות ווי משוגע. פארט און מאכט א וועלט). פון די אנדערע זייט לייגט ער עס אראפ נישט אלס א מחלה אדער דיסארדער, נאר מער ווי כאראקטערס, מיט געוואלדיגע מעלות דערינען, און אוודאי אויך חסרונות. כארקאטערס וואס פאלן שווער אין דעם היינטיגן סארט וועלט און לעבנ'ס שטייגער. די היינטיגע "פאַרמער" סטייל וועלט.

כ'האב אינדערהיים 17 ביכער וועגן ADHD. וזה עולה על כולנה.
(כ'קען אייך עס גערן בארגן. פה מאונטשעסטער יצ"ו))



כ'זעה ס'רופט זיך A DIFFERENT PERCEPTION.
"THE HUNTER IN THE FARMERS WORLD' איז דער סלאגאן.
אטעטשמענטס
DDD.gif
א *שטילער בחור כצ"ל
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

א שטולער בחור האט געשריבן:וועגן זיך (נישט) גט'ן האב איך געהערט פון הרב עזריא' טויבער א שטארק ווארט וואס שטימט גוט מיט'ן פסוק אויך.

די פרוי איז א חלק פונ'ם מאן. ווי אן אבר פונ'ם מאן. שטייט אזוי אין פסוק ביי אדם הראשון "ויבן את הצלע... וכו' כי מאיש לקחה זאת."*
אז דער פוס מאכט ווייטאג. ס'טוט וויי, נו, אז ס'טוט וויי שרייט מען, מען קרעכצט.
דער פוס ווייטאג מאכט קאפ וויי, נו מ'קען נישט שלאפן ביינאכט, פרובירט מען ס'בעסטע צו לעבן דערמיט.
קיינעם וועט נישט בייפאלן, "נו, דער פוס נערווירט, אראפ דערמיט", ס'איז נישט פאר מיר, מ'קען אריינשטעלן א האלצערנע פוס אנשטאט און די ווייטאגן וועלן אויפהערן!
פארוואס נישט?. "ווייל דאס איז 'מיין' פוס"!.


יא, ס'איז דא אזא זאך פון מוזן אראפנעמען א פוס. אראפשניידן ר"ל אן אבר, ווען דער אבר פארגיפטעט ס'גאנצע מענטש, וכדומה, איז נישטא קייין ברירה. אבער ס'איז נעבעך זייער ביטער. כלל נישט אזוי פשוט.

ודו"ק כי קצרתי.

*(די זווג ראשון, דאס איז וואס מ'רופט אויס קודם יצירת הוולד. סוטה ב. ממש יעצט געחזר'ט...)



ריכטיג גוט געזאגט, און דאס איז באמת דער גדר פון ווען מען דארף זיך גט'ן

און ליידער היינטיגע צייטן זענען דא זייער זייער אסאך אינפעקטירטע אברים וואס מען מוז ליידער אראפנעמען. השם ירחם
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפכי »

צו ווייסט איינער אויב מען קען נאך באקומען דעי גליון פון מעלות? וויאזוי? (איך וואוין אין קאנאדע).
מיט דאנק פון פאראויס.
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

אויפ'ן ערשטען בלאט פון מעלות איז דא א נומבער צו רופן
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: מעלות - חזק תשע"ד - דעבאטעס איבער ADD און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

ווי קען מען היינט צוטאגס באקומען די אויסגאבע?
מיין חלק אינעם שמועס...
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: מעלות - חזק תשע"ד - דעבאטעס איבער ADD און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

בעזר ה' אין די נייע viewtopic.php?f=25&t=48805 וועט מען שאפן ווי מער חומר אין אידיש אויף ADD און ADHD
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”