מעלות - חזק תשע"ד - דעבאטעס איבער ADD און נאך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

מעלות - חזק תשע"ד - דעבאטעס איבער ADD און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

יעצט ארויסגעקומען א נייע אויסגאבע "חזק" דורך די "מעלות", ווי פארשידענע אינטרעסאנטע נושאים ווערן דארט בארירט, שיינע ארטיקלען און פאומס, ס'איז דא גאר אסאך וואס צו דעבאטירן איבער דעם, יעדער וואס ליינט דאס האט אסאך וואס צוצוגעבן, קריטיקירן אדער קאמפלעמענטירן, אבער נישט יעדער נעמט זיך דעם מוה ארויסצוגעבן וואס ס'קוועטשט אים דורך שיקן א בריוו צו זיי, און ס'קען בלייבן דריקן חלילה... אלזא איך עפן דא דעם אשכול, וואו מען וועט דאס קענען געשמאק אויסשמועסן, אבער צום ערשט ליינט דורך "חזק", און דערנאך קומט אריין דא...
לעצט פארראכטן דורך תמהואומר אום זונטאג פעברואר 09, 2014 11:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

ס'איז זייער א רייכע אויסגאבע. אבער פול מיט פיינפולע ארטיקלען... זיי ווארענען אונ'ם ערשטן דף 1) ליינט נישט מער ווי איין צוויי ארטיקלען אויפאמאל. 2) מיינט נישט אז די וועלט איז אזוי שווארץ און פיל מיט פראבלעמען. ס'איז דא אזויפיל מעלות קעגן איין "חזק" אין אדר א'.

-- איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן פונ'ם עולם קאמענטארן אויף די ארטיקל "א באהאלטענע מתנה" ,ווגן ADHD ביי קינדער און ערוואקסענע. א נאנטער חבר מיינער (מיט ADHD) האט דאס געשריבן. אויף זייער א פאזיטיוון בליק גראדע.
written using the Meshimer web filter
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יאך וואלט זיי ווען געבעטן זיי זאלן ערגעץ וואו ארויס שטעלן א ווארענונג אז מען זאל עס נישט געבן צו ליינען פאר קינדער אדער בחורים און מיידלעך
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

זיי שרייבן אזוי אויף בלאט 2, אין די בריוו פון די רעדאקציע.
written using the Meshimer web filter
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אה, ניט געזעהן, סארי
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יהיה כן האט געשריבן:יאך וואלט זיי ווען געבעטן זיי זאלן ערגעץ וואו ארויס שטעלן א ווארענונג אז מען זאל עס נישט געבן צו ליינען פאר קינדער אדער בחורים און מיידלעך

אלץ?

הייסט אז איך האב דאס נישט פארוואס צו קויפן, ישר כחכם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

farshlufen האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:יאך וואלט זיי ווען געבעטן זיי זאלן ערגעץ וואו ארויס שטעלן א ווארענונג אז מען זאל עס נישט געבן צו ליינען פאר קינדער אדער בחורים און מיידלעך

אלץ?

הייסט אז איך האב דאס נישט פארוואס צו קויפן, ישר כחכם.

ביזט א קליין קינד אדער א בחור?
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

דער איינציגער מאן וואס קען הייסן א פרוי צומאכן איר מויל און ארויסגיין מיטן לעבן, איז א דענטיסט (חזק תשע"ד)
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
כרמי
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2013 10:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרמי »

ביזדערווייל נאר געליינט די בריוו, דער שרייבער איז קענטיג אנגעווייטאגט, אבער איך בין נתפעל פון זיין שרייבעריי, און די פאום איבער די קראנקע אינדערהיים (כ'געדענק נישט דער קעפל)

יהי' כן - איך וואלט זייער געוואלט אז מיינע קינדער זאלן יא ליינען, אפשר נישט אלעס, אבער דאך איז דא עטליכע ארטיקלען וואס די קינדער מעגן און זאלן - לדעתי - ליינען, צו וויסן אויף וועלכער וועלט זיי זענען, זיך קענען אריינלייגן אין יענעמ'ס מצב, פארשטיין א צווייטן, און בעיקר וויסן מכיר טובה צו זיין גאט ב"ה פאר זיין אנלימיטעד גוטס.
דער עולם איז נישט ביי דעם מיינונג?
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

כרמי האט געשריבן:

יא גערעכט, ס'איז דא וואס ארטיקלען וואס קינדער דארפן און מעגן ליינען מיט קאנטראל, ובפרט ביי אונזערע קינדער [שרייבער אויף אייוועלט] וואס געפינען זיך אלע אין אויסנאם געלונגענע און געשמאקע היימען און ווייסן נישט פון קיין צרות צו זאגן (?), זאלן זיי כאטש וויסן אז מ'לעקט נישט קיין האניג אויף די וועלט.
לעצט פארראכטן דורך תמהואומר אום דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 12:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

תמהואומר האט געשריבן:מיט קאנטראל
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

הערליך האט געשריבן:
תמהואומר האט געשריבן:מיט קאנטראל

זיי זאלן נישט איבערמישן א פעידזש און קוקן ווי מ'טאר נישט...

איך מיין בעיקר צו זאגן, אז א קינד וואס ליינט א זאך וואס מען לאזט אים, דארף מען אויך אנווייזן וויאזוי דאס צו דייזשעסטן
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ביטע שיין, קאן מיר ווער אראפשטעלן על מה יצא הקצף אויף אט די נאבעלע אויסגאבע?

איז עס צו רירענד אדער וואס?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

farshlufen האט געשריבן:ביטע שיין, קאן מיר ווער אראפשטעלן על מה יצא הקצף אויף אט די נאבעלע אויסגאבע?

איז עס צו רירענד אדער וואס?

וואס עפעס יצא הקצף? אדרבה עס איז געלויבט בפי כל, נאר ס'איז פשוט נישט געאייגנט פאר קינדער אלע ארטיקלען פון חזק
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אידיש ביטע, נישט געאייגענט צוליב וועלכע סיבה?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

farshlufen האט געשריבן:אידיש ביטע, נישט געאייגענט צוליב וועלכע סיבה?

ליין דאס אליין דורך און זיי מחליט וואס דו האסט צו טון, ביי דיר אין שטוב ביזטו באלעבאס
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

נישט נאר פאר אינגערע איז עס נישט געאיינגט, נאר אויך פאר עלטערע וואס האבן נישט ערנסט נפשיות'דיגע פראבלעמען.

די יעצטיגע חזק אויסגאבע איז מייסטנס אנגעפילט מיט בלעטער פון "נבוכים הם בארץ" פראבלעמען, עס ברענגט אריין שרעקליכע פאר'יתומ'טע איינזאמקייט עמאציאנאלע געפילן, אומבאהאלפנקייט, שלעכטע מענטשן, שווערע אונטערדרוקטע יוגנט, באנעצטע קושענעס, וכו' וכו'.

איך ווייס נישט צו עס איז שוין אמאל ארויסגעקומען אזא שטארקע היימישע געשריבענע אנטי-ביאטיק פאר נפשיות'דיגע פראבלעמען, עס דארף צו זיין גאר גוט פאר די וואס דארפן עס.

איך וואלט פארגעשלאגן פאר די עף די עי אז מען דארף באקומען א פרעסקריבציע פאר'ן עס ליינען, און מען זאל עס נישט פארקויפן אווער-די-קאונטער, אזויווי סיי וועלכע שטארקע מעדיצין.

אויב זענט איר נישט אין א ערנסטע עולם התוהו ליינט עס נישט!

ושכרם הרבה מאוד.
לעצט פארראכטן דורך גרויזאמער אום דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 1:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

לדעתי ליינט א קינד און איז קולט אינפארמאציע גאנץ אנדערש און נישט מיט די זעלבע שארפקייט ווי אן ערוואקסענער, און דערפאר שטער איך בדרך כלל נישט דאס ליינען פון מיינע קינדער אויסגאבן וואס האבן שלום בית אדער חינוך ארטיקלען וכדו' אדער ארטיקלען וואס דעקן פראבלעמן מיט אינישלס
נישט באקאנט אבער מיט דער יעצטיגער אויסגאבע
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

גרויזאמער האט געשריבן:נישט נאר פאר אינגערע איז עס נישט געאיינגט, נאר אויך פאר עלטערע וואס האבן נישט ערנסט נפשיות'דיגע פראבלעמען.

אויב זענט איר נישט אין א ערנסטע עולם התוהו ליינט עס נישט!

וואס האסט דיך אזוי דערשראקן פון דעם? פון די צווייטע וועלט מלחמה איז אויך נישט געאייגנט צו ליינען פאר יעדן?
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

גרויזאמער האט רעכט, דאס מאל זענען זיי געגאנגען מיט א שטאפל ווייטער, איך האב עס אנגעהויבן ליינען און איך בין אריינגעפאלן אין א מין דעפרעסיע, אזויפיל ערנסטע טיפע און גרויזאמע פעין אויף אמאל.

ס'איז זיכער א מורא'דיגע הילף פאר די וואס דארפן עס, און אפילו פאר אנדערע צו וויסן און אפרישיעטן די חסדים וטובות שבכל עת עמנו, אבער דאס איז אמאל זיכער אז נאך יעדע בלעטל ברויך מען אריינכאפן א קליינע גלעזעלע בראנפן נישט צו ווערן אינגאנצן צוגרינד.
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

אין א זייטיגע אנאקדאט איז לכבוד די מאורע די פרייז ארויף אויף אכט דאלער, ס'איז אונזער אלעמענס האפענונג אז ס'איז טאקע בלויז צוליב דעם חידוש ואין לך בו אלע חידושו, ס'זאל נישט חלילה אזוי בלייבן א גאנץ יאר.
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

אויב איך מעג וויסן, וואס איז די מעשה דא מיט דעם אויסגאבע? איז דאס א ריפלעסמענט פאר די מעלות אדער א איינמאליגע אויפרייס?
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

ס'קומט ארויס נאר אין א חודש אדר ראשון, איינמאל אין עטליכע יאר, און ס'איז דעזיגניט בלויז פאר נפשיות'יגע און גייסטישע פראבלעמען וואס פלאגט דעם דור נעבעך.
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

דעפרעסט האט געשריבן:ס'קומט ארויס נאר אין א חודש אדר ראשון, איינמאל אין עטליכע יאר, און ס'איז דעזיגניט בלויז פאר נפשיות'יגע און גייסטישע פראבלעמען וואס פלאגט דעם דור נעבעך.

ס'איז חיזוק אויף די אויבנדערמאנטע פראבלעמען אדער סתם מ'גיט זיך אויס?
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

אז מגיט זיך אויס איז שוין א האלבע חיזוק... אבער ס'איז פיל מער פון דעם, אודאי איז עס מלא וגדוש מיט חיזוק און התחזקות, מענטשן שרייבן אריין זייערע איבערלעבנישן און וויאזוי מען האט זיך געשטארקט בעז,ה.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”