אומאן האט געשריבן:איך ליין דא דער מעשה און איך זע אז די עולם דא נעמס עס ערענסט
איך ווייס נישט
איך האב קיינמאל נישט געהערט אפילו פון 1 טויטע בחור אדער מיידל דורך צמחים
בין איך משוגע? נאיוו?
איך געדענק סך הכל איין מאל א מעשה מיט א גאר וואוילע בחור און דעמאללט איז געווען אזעלכע וואס האבן געוואלט אזוי זאגן אבער די משפחה איז געווען זייער ברוגז און אלע האבן געשריגן אז לא דובים ולא יער עס האט גארנישט געהאט מיט דעם. און לכאורה איז עס טאקע אזוי געווען. מ'האט גארנישט געזען אויף דעם
בלייב געזונט האט געשריבן:ס'איז א ביטערער פאקט וואס גייט פאר, אינגעלייט און בחורים וואס זענען אויף די סחורה רח''ל
אבער פון קיין טויטע האב איך נישט געהערט (גראדע יא איין פאל וואס איז געווען מפורסם), איינער קען מיר מסביר זיין וויאזוי מען קען פארדעקן "הונדערטער" טויטע וואס חסד של אמת באגראבט?
און אויב רעדט מען פון היימישע פון וויליאמסבורג מאנרא און ווי איינער שרייבט דא אפי' סקווירא, פארוואס ווערן זיי נישט באגראבן אין קרית יואל אדער אין סקווירא?
סארי פאר די עם הארצישע קשיא אבער עפעס מאכט נישט קיין סענס דא.
איך שטיי דא און ווינדער זיך פונקט ווי ענק.
קען זיין דאס איז ריכטיג?
און איך ווייס פון גארנישט?
מענטשען שטארבן, און חברים מיינען זיי זענען נאך דא? קיינער ווייסט נישט?
אפשר איז טאקע דער עצה, אויפהערן חוש'ן און בלעבלען?
ווען איינער שטארבט פון אווערדאוז, צו זאגן הולך און קלאהר, יא, נעבעך, ער איז פון דעם געשטארבן, ופלוני ופלוני מחנכיו ורבותיו למיתה.
אפשר?
קען זיין!
דעמאלס וועל איך גלייבן.
דעמאלס וועל איך שטיין ווייט.
דעמאלס וועל איך אפהיטן מיינע ארומיגע.
ובעיקר, דעמאלס וועלן מיינע באקאנטע אליין זיך דערווייטערן!!!
וואס ווילסטו? כ'זאל גלייבן 50 זענען געשטארבן היי יאהר, ווען אלע פון דער בד"ה אשכול, שטייט א קלאהערע קרענק ביי זייער נאמען? און איך זאל מיר נאך אכטונג געבן נאך אויך?
עד כאן דעת יחיד, וואס ב"ה ווייסט נישט פון גארנישט, און איך האפ און בעהט צום אייבערשטען אז איך זאל ווייטער נישט וויסען.
עוד עולה בדעתי.
דער רב/ ראש ישיבה/ מחנך/ עסקן וואס ביי איהם איז א ציגארעטל ווי חזיר פלייש, און טאביק ווי ווייסעךוואס, זאל מיר נישט פארקויפן קיין מעשיות, ווייל א ציגארעטל, זעה איך דעם דאייען'ס זוהן, אויך א שיינע יודע ספר, וואס רויכערט, ממילא ווען ער גלייכט צו איסור רייכערן צו דראגס, אדער איין גראז צום צווייטען, און איך קען א נארמאלע מענטש וואס טוט עס, ממילא גלייב איך שוין גארנישט.
כ'רעד נישט ווען ער זאגט אז איינס קען ברענגען דאס צווייטען, נאר ווען מ'גלייכט אלעס צו , איינס צום צווייטען.
ואמשול לך משל, ע"פ מעשה שלא היה.
מיין רבי ווארנט מיר אהן אז גיין אהן קיין רעקל אויפן גאס איז פונקט ווי חילול שבת חלילה..
מיין טייערע פעטער, א גאהר מכובד'יגע איד, א שיינע תלמוד חכם, מיט א שטיקל עסקן און קנאקער, גייט דאך אהן קיין רעקל כמעט יעדען טאג, ממילא מעג איך דאך מחלל שבת זיין, חאטש איינמאל א וואך. ה"י.
כנלענ"ד.