פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

אחראי: יאנאש

אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4313
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

טישטוך האט געשריבן:
מסר׳ן און איבערגעבן צו די פאליציי איז אפשר אן אויסוועג, אבער אין אונזער דור איז שוין נישט קיין קונץ זיך ארויסצוזען פון טורמע. די חברה ווייסן גאר גוט וויאזוי צו באהאלטן זייערע שענדליכע ווערק. אראפרייסן און פארשעמען דורך מפרסם זיין וועט קיינמאל נישט אויפטון, ווייל רוב פון די דיעלערס זענען נישט קיין היימישע אידן וואס דרייען זיך אין ראדני, אויב זיי דאווענען.

די איינציגסטע וועג צו פארמיידן קרבנות איז דורכן אנכאפן דעם שלאפנדן עולם ביי די אויערן און אויפשאקלען ווי א סעלצער באטל.

מענטשן שטארבן פון דראגס! שטיי ווייט דערפון! שלא תמות כדרך שמתו פלוני ופלוני ופלוני ופלוני און די שורה איז ענדלאז!!!

חסד של אמת זאל עפענען די ארכיוון, די רבנים זאלן דערפון רעדן. מען זאל דאס ארויסרייסן מן השורש נאך מער ווי דער אינטערנעט, א מענטש וואס איז אויף וויד זאל ווערן אויטאמאטיש אויסגעשפיגן פון קהל עדת הנארמאלע מענטשן. עס איז נישט קיין ׳טשיל׳, עס איז א שפיל מיט פייער!
ס'איז זייער ווייטאגלעך נושא, אבער האלטסטו נישט אז רעדן דערפון אפן גייט אויפרייצן די יוגנט עס צו ''טעיסטן'' ''עקספערימענטן'' בלויז ''אויסטרייען''?

ווי איך האב געשריבן דא, האלטסט אז איך בין נישט גערעכט?
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

@טישטוך, כ׳וויין.

אוי באשעפער! העלף סזאל זיין שנה שתעצור המגפה והמשחית מעלינו.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
פיפיות
שר האלפיים
תגובות: 2146
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 3:10 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיפיות »

נקודה למחשבה האט געשריבן:
באבע מעשה האט געשריבן:
!

קול דמי אחינו צעקים אלי מן האדמה.
שוין לאנג נישט אזוי געוויינט. :cry: זאל דער באשעפער דיר טרייסטן!

ליידער איז די מעשה נישט קיין יחיד, אונז פארלירן יעדע יאר אסאך פון אונזערע ברודער און שוועסטער ר''ל :-( אויף דעם אויפן. און די נאמבער'ס (?) האלטן אין איין שטייגן!
לאמיר אלע ווערן סופלייערס! און ניין, נישט קיין סופלייערס פון די שעדליכע געווירצן ח''ו. לאמיר ווערן די סופלייערס פון דעם וואס פעלט זיי באמת אויס, פאר די ''טיפע, געפילישע, קליגע'' נשמות.

און דאס איז א קלאפ אין פלייצע , א שמייכל, א גוט ווארט, אויסהערן, א.א.וו! און פארשטייט זיך נישט פארקערט!

לאמיר טוהן וואס מיר קענען. ווי ר' זכריה וואלערסטיין ע''ה פלעגט זאגן, ווען א באס פיל מיט יונגע בחורים צו מיידלעך איז פארכאפט ביי טעראריסטן, און די טעראריסטן פלאנען זיי אויסצוהארגענען, אבער פאר א מיליאן דאלער וועלן זיי מסכים זיין זיי צו ארויסלאזן, וואלט געווען איין איד וואס וואלט נישט פארקויפט זיין הויז זיי צו ראטעווען?!?

(לעצטע מאל וואס כ'האב געטשעקט איז א שמייכל געווען ביליגער ווי א מיליאן דאלער.)
יא נקודה'לע גוט געזאגט.

טאקע ווי דער פוה"א שרייבט וויאזוי דער פראבלעם הייבט זיך אן ביי די נשמות,

מדארף זיי העלפן אז זיי זאלן נישט דארפן צוקומען צו אזעלכע געברויכן.

זיי זאלן זיך שפירן באקוועם וויאזוי זיי זיינען צווישן אונז.

נישט אז זיי זאלן דארפן נעמען עפעס זאל זיי אוועק טראגן פון די פלאץ ווי זיי זענען.

נישט אוועקשטופן אדער אראפקוקן מזלזל זיין חלילה.

אמאל פרובירן צו מקרב זיין קען גאר נישט העלפן נאר קאליע מאכן.

ממילא אויב פארשטייסטו נישט צו די דעליקאטע נשמות ביטע פרוביר נישט צו העלפן.

אבער אזויפיל נישט מזלזל זיין אדער אנשרייען.

אלעס וואס מ'האט געשריבן דא איז אמת אווערנעס איז גאר וויכטיג.

אבער איינמאל איינער האלט שוין דארט קענען אונז נישט קיין סאך טוהן.

אונז דארף מיר טוהן פארדעם וואס מ'קען.

ווי האט רבי אברהם טווערסקי געזאגט אדיקשאן איז נישט די פראבלעם אדיקשאן איז די סאלושן.

לאמיר זעהן אוועקצונעמען די פראבלעם וויפיל אונז קעמיר.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

טישטיך, מען פילט מיט מיט דיין צער
אוועטאר
קאטטשקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטטשקעלע »

עס וואקסט יא און עס איז יא א דראג קוק דא פאר מער
טשאלענט האט געשריבן:
דאקטער רפאל האט געשריבן:
ליבי ובשרי האט געשריבן:
היימיש, פסח איז געווען מיט א השגחה, געווען די עד ערגעץ אויפן וועלטל.
ביסט זיכער?
ס'קען זיין די מישט אויס מיט CBD
יא רבותי! ביטע נישט מישן דראגס מיט CBD, ביטע נישט מישן וויד מיט קאקעין, ביטע נישט מישן! די אונגארישע באבעס פלעגן זאגן אז מישן וויין מיט ברוינפן קען זיין א סכנה. מישן פארשידענע סארטן געווירצן קענען זיין א סכנה!

CBD איז דאך בכלל נישט קיין דראגס, קיינמאל נישט געשטאנען נעבן דראגס, עס וואקסט אפילו נישט, און עס איז זיכער נישט אדיקטיוו. נישטא פון וואס מורא צו האבן. ס'איז א פשוט'ע סגולה. יא! א וואונדערליכע סגולה וואס העלפט אויף א שטוינענדן פארנעם...

אבער פאר סאם אדד ריעסאן ברויך מען ארויפגיין מיטן דאוז יעדע שטיק צייט, די סייענטיסטן ברעכן נאך די פינגער צו פארשטיין די אורזאך דערפון.

---

דער טעמע איז גאר גאר ווייטאגליך. פארשפרייטן די נעמען פון אט די דיעלער'ס קען זיין א גאר שעדליכע עדד פאר זיי ה"י. פארשפרייטן נעמען פון נשמה'לעך וואס האבן איבערגעלאזט זייערע גופים אויף דעם עולם השפל קען זיין ביטערע בזיונות פאר גאנצעטע ארויפגעקוקטע משפחות, פארשפרייטן נעמען איז נישט קיין סאלושן. ס'איז אפשר נישט אויסגעשלאסן, און ס'איז זיכער נישט קיין לשון הרע צו ווארענען 'דריי זיך נישט מיט יענעם, ער איז א פיש כאפער'. מער פון דעם דארף מען רעדן צו אידן וואס זייער לעבן גייט נישט פונקט ווי זיי ווילן, יעדער זאל פארשטיין אז פון חרוסת און אתרוג-דשעלי וועט דיין לעבן נישט בעסער ווערן! אנשטאט פטור ווערן פון דיינע פראבלעמען וועסטו פשוט פארגעסן פון זיי צוליב 'צרות אחרונות משכחות את הראשונות' רח"ל.

יעדער איז אפילו נאר אביסל נאנט צו אזעלכע קעיסעס ה"י ווייסט דאס זייער גוט, מ'רעדט זיי איין אז די לעבן ווערט בעסער און צרות ווערן פארגעסן... אוי נעבעך...

כ'קען מער נישט שרייבן, טאטע העלף!
אוועטאר
באבע מעשה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 12:11 pm
לאקאציע: ווי די טראבעל געשעט

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבע מעשה »

לבקשת הציבור אין אישי לייג איך דא ארויף די ארטיקעל ביים פתיחת האשכול אין א PDF פארמאט.

סיי ווער עס פילט אז עס וועט זיין א תועלת עס אראפצונעמען און פארשפרייטען איז מער ווי ערלויבט עס צו טוהן, וזכות הרבים תלוי בו!

דראגס אויפוואכונג.pdf
(108.84 KiB) געווארן דאונלאודעד 398 מאל
לעצט פארראכטן דורך באבע מעשה אום דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 11:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קאטטשקעלע האט געשריבן:
עס וואקסט יא און עס איז יא א דראג קוק דא פאר מער
איר האט פארזעהן די פינטלען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יושב אהלים
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 9:05 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יושב אהלים »

היכי תמצא האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:
אוי געוואלד! דער אשכול האט זיך אנגעפאנגען מיט 'באבע מעשה' (דער פותח האשכול) הלואי וואלט עס געווען א באבע מעשה.

יעצט איז אריינגעקומען 'טישטוך' מיט זיין מעשה לאמיר האפן אז די מעשה וועט נישט ווערן באדעקט (מאכן א קאווער-אפ), נאר וועט בלייבן אויפן אויבערפלאך ביי א יעדן איינעם, צו מתפלל זיין און מטכס עצה זיין איבער דעם פראבלעם.
איך האב באשלאסן אז איך גיי אראפשרייבן די מעשה פון מיין ברודער, נאר כדי אז מען זאל וויסן אז עס איז נישט נאר דא איין אזא מעשה. און ביודעי קאמינא אז עס זענען ליידער דא הונדערטע היימישע, אידיש רעדנדע, אונגערישע, קאטשעניא, טויטע קעיסעס א יאר פון אווערדאוז ה״י און עס הייבט חלילה אן ווערן א שעת חירום, זאל זיך דער רבש״ע דערבארעמען.
אוי טישטוכ'ל. שכ'ח פאר'ן אריינקומען מיט דיין הארץ רייסנדע מעשה. אוי, איך קען זאגן אז איך שפיר מיט א טראפ ווייל איך האב עס נאר געהאט מיט א נאנטע חבר, אבער פאר דיר איז עס א ברודער. אוי ווי עס רייסט.

----

ליידער האמיר שוין דא 3 ערשט האנטיגע מעשיות. רבותי, אויב איר האט א פערזענליכע ערשט האנטיגע מעשה, קומט אריין. ס'איז ביטער שווער, אבער עס וועט העלפן אנדערע זיך נישט צו שפירן אליינס און עס וועט העלפן אנדערע פארשטיין.
זע דא:
זייט געווארענט!!! - בדידי הווא עובדא
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

טישטוך האט געשריבן:
אלזא, לאמיר אייך דערציילן.
@טישטוך, ווי אזוי דיעלט מען מיט אזא שוידערליכע געשעעניש? ווי אזוי שלאפסטו ביינאכט נאכן אדורכגיין אזאנס? ווי אזוי קענסטו נאך בכלל טראכטן גראד נאכן כאפן אזא ביטערליכע פראסק פון אזוי נאנט?
איך באוואונדער דיינע כוחות הנפש, און איידלקייט.
אוועטאר
באבע מעשה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 12:11 pm
לאקאציע: ווי די טראבעל געשעט

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבע מעשה »

@טישטוך דיין מעשה קוקט אויס אידענטיש צו מיינס....

ווי סאך נאך אזינע מעשיות זענען דא וואס ווערן 'נישט' פארציילט?
ווי סאך נאך נשמות וועלן באגראבן ווערן און מיטנעמען די שרעקליכע 'סוד' וואס האט זיי דערהארגעט?
ווי סאך נאך פארווייטאגטע טאטע'ס און מאמע'ס וועלן דורכוויינען די נעכט פאר זייערע קינדער?
ווי סאך נאך קינדער וועלן וויינען צו זייער טאטע און צוריקבאקומען ליידיגע קלאציגע אויגן?
ווי סאך נאך ווייבער וועלן ליידען פון אומסטאבילע מענער?
ווי סאך נאך יונגלעך און מיידלעך וועלן נחמץ ווערן?
ווי סאך נאך היימישע שטיבער וועלן צוגרינד גיין אדאנק די שוידערליכע סם?
ווי סאך נאך וועלן די געלטגייציגע פארקויפער'ס אנפאקען זייערע טאשן מיט בלוט-געלט?

ווי סאך נאך וועלן מיר אריינשטעקן אינזער קאפ אין זאמד און פארלייקענען די ביטערע מציאות??
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יושב אהלים האט געשריבן:
איך האב געזען די ארטיקל ווען עס איז ארויסגעקומען, און עס האט מיר אויפגעשוידערט.
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע: ווי נישט?

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

באבע מעשה האט געשריבן:

ווי סאך נאך וועלן מיר אריינשטעקן אינזער קאפ אין זאמד און פארלייקענען די ביטערע מציאות??
מענטשען האבן נישט ליב צו ווערן אקטיוו און אנעמען א זאך וואס דריקט, ביז ווילאנג ס'איז אומדעטרעגליך און אוממעגליך צו לייקענען.
אדרבה קוקט נאר אין די אשכול אליין וועט איהר זען אז געוויסע 'ווייסן נישט' אדער פארלייקענען די גאנצע נושא.
לפ''ז קוקט אויס אז ביז ווי לאנג מ'וועט נישט טרעפן אין יעדע שטיבעל אין ביהמ''ד א פארטייבטע נשמה קענסטו פארגעסען אז די עולם זאל זיך אויפוועקען צום שוידערליכן מציאות און כאפן די געפאר וואס הויערט אויף אינזער קעפ.

כ'האף אז איך בין נישט גערעכט.....
דזשאסט Zיי פריילעך!
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
אלזא, לאמיר אייך דערציילן.
@טישטוך, ווי אזוי דיעלט מען מיט אזא שוידערליכע געשעעניש? ווי אזוי שלאפסטו ביינאכט נאכן אדורכגיין אזאנס? ווי אזוי קענסטו נאך בכלל טראכטן גראד נאכן כאפן אזא ביטערליכע פראסק פון אזוי נאנט?
איך באוואונדער דיינע כוחות הנפש, און איידלקייט.
דער אמת? איך ווייס אויך נישט. באבע מעשה קען זיך לכאורה אויך אידענטיפיצירן מיט דעם געפיל.

בכלל איז שווער צו שילדערן וואס עס גייט אריבער פון ווען מען הערט די שרעקליכע נייעס - וואס איז אין רוב פעלער ליידער ערווארטעט, אדער פריער אדער שפעטער. איין זאך איז זיכער, אז מען שלאפט נישט קיין נעכט טראכטנדיג וואס מען וואלט ווען געקענט אנדערש טון, ווען אין אמת׳ן אריין איז עס בכלל נישט אין אונזערע הענט.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

באבע מעשה האט געשריבן:
מיין ברודער ע''ה האט מיר אמאל געזאגט אז כמעט יעדע צוויי וואכן האט ער נאך א לוי' פון אן א.ג. חבר וואס איז געשטארבן געווארן פון אווערדאוז.... (און פארשטענדליך האט מען פאר די גאס געזאגט נישט אויפגעשטאנען, עקסידענט און נאורט דעקאטא, הארץ פראבלעם, וכו' וכו')
אנצוקומען צו הונדערטע א יאר דארף זיין יעדע צוויי טעג, נישט יעדע צוויי וואכען.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

טישטוך האט געשריבן:
אלזא, לאמיר אייך דערציילן.

יא, מיין ברודער איז אוועק פון אווערדאוז ה״י. זיינע דיעלערס דרייען זיך פראנק און פריי איבער די גאסן, און איך פרעג די זעלבע קשיא - נישט נאר פון די דיעלערס, נאר פון אלע שלעכטע מענטשן וואס האבן אים געגעבן חיזוק און הנאה געהאט זיך צו אונטערהאלטן פון זיינע שוואכע צייטן, פון זיי פרעג איך אויך ווען די טרערן באנעצן מיר יעדעס מאל פון פריש: פארוואס האסטו געהרג׳עט מיין ברודער?
די שורה האט מיך די מערסטע געציפט פאר א געוויסע סיבה.

@אוי טישטוך, כאניש קיין ווערטער.
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

אנעים זמירות האט געשריבן:
באבע מעשה האט געשריבן:
מיין ברודער ע''ה האט מיר אמאל געזאגט אז כמעט יעדע צוויי וואכן האט ער נאך א לוי' פון אן א.ג. חבר וואס איז געשטארבן געווארן פון אווערדאוז.... (און פארשטענדליך האט מען פאר די גאס געזאגט נישט אויפגעשטאנען, עקסידענט און נאורט דעקאטא, הארץ פראבלעם, וכו' וכו')
אנצוקומען צו הונדערטע א יאר דארף זיין יעדע צוויי טעג, נישט יעדע צוויי וואכען.
הונדערטע א יאר רעדט מען נישט פון ממש אין דיין קהילה געגנט, פונקט ווי ביי קאראנע (איך פארגלייך נישט די צאל) איז געווען הונדערטע מתים היימישע אידן און איר האט נישט געקענט רוב,
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אנעים זמירות האט געשריבן:
באבע מעשה האט געשריבן:
מיין ברודער ע''ה האט מיר אמאל געזאגט אז כמעט יעדע צוויי וואכן האט ער נאך א לוי' פון אן א.ג. חבר וואס איז געשטארבן געווארן פון אווערדאוז.... (און פארשטענדליך האט מען פאר די גאס געזאגט נישט אויפגעשטאנען, עקסידענט און נאורט דעקאטא, הארץ פראבלעם, וכו' וכו')
אנצוקומען צו הונדערטע א יאר דארף זיין יעדע צוויי טעג, נישט יעדע צוויי וואכען.
ער רעדט דאך נאר פון זיין ברודער'ס "חברים".

און דאכט זיך אז מ'האט שוין געברענגט אין דער אשכול קראנטע עדות'ן פון חסד של אמת מעמבער'ס איבער די נישט נארמאלע ציפער פון הונדערטע א יאר ה"י.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

יעצט דורכגעליינט דעם גאנצן אשכול מיט טרערן אין די אויגן, שוידערליך, שרעקליך, נישטא די ווערטער, דאס קאפ שווינדלט, ירחם השם.

איין זאך פארשטיי איך נאכנישט, וואס אויף די וועלט האלט אפ צו נעמען די רוצחים און זיי אריינטראסקענען אין תפיסה???
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

שוידערליך!
דו הארץ בלוטיגט, און פין דו אויגען רינען טרערן.

האבעך א נאנטע קרוב וואס מוטשעט זיך מיט דעם, ער האט אויך נאר אנגעפאנגן ווייל עס איז קיל.

למעשה דארף מען יעצט אסאך רחמי שמים.

ירחם המרחם

ייש”כ באבע מעשה, היכי, און ספעציעל פאר טישטוך
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
יאנקל
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקל »

וואס קען מען טוען צו אוואוידען, זאל מען רעדן צו בחורים וועגן דעם?
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

יאנקל האט געשריבן:
וואס קען מען טוען צו אוואוידען, זאל מען רעדן צו בחורים וועגן דעם?

איך ווייס נישט וואס דיין פאזיציע איז, אבער אויב ביסטו אויף די זעלבע פאזיציע ווי מיר (א טאטע פון קינדער, בחורים, מיידלעך און אינגלעך) קענסטו דאס טון.

רעד צו זיי. פארצייל זיי. האב נישט מורא. לייג עס אראפ פאר זיי די בעסטע וואס דו קענסט, און ווען דו קומסט אן צום סוף זאלסט שרייען מיט קולות "עס זענען דא צווישן אונז רוצחים וואס צוליב געלט זענען זיי גרייט אונז צו הרגענען" און האב נישט מורא צו צולייגן "זיי גייען אנגעטון פונקט ווי מיר און דיר. זיי קענען האבן א קליינע בארד אדער א גרויסע בארד, ער קען זיין א 'קול גיי' אדער א כאניאק מיט צושטרויבלטע פיאות".

איך קען ליידער נישט טון מער פון דעם.

אויב דו ביסט א מלמד אדער א מגיד שיעור אדער א שרייבער/רעדנער אין איינע פון די היימישע מידיא אוטלעטס רעד/שרייב דערפון. האב נישט מורא.

לייג נישט אריין די קאפ ווי א בת היענה. איך ווייס אז עס איז נישט באקוועם. אויב דו וועסט נישט רעדן דערפון, וועלן ליידער אנדערע רעדן דערפון, אבער מיט אן אנדערן טאן.
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

פיפיות האט געשריבן:
נקודה למחשבה האט געשריבן:
באבע מעשה האט געשריבן:
!

קול דמי אחינו צעקים אלי מן האדמה.
שוין לאנג נישט אזוי געוויינט. :cry: זאל דער באשעפער דיר טרייסטן!

ליידער איז די מעשה נישט קיין יחיד, אונז פארלירן יעדע יאר אסאך פון אונזערע ברודער און שוועסטער ר''ל :-( אויף דעם אויפן. און די נאמבער'ס (?) האלטן אין איין שטייגן!
לאמיר אלע ווערן סופלייערס! און ניין, נישט קיין סופלייערס פון די שעדליכע געווירצן ח''ו. לאמיר ווערן די סופלייערס פון דעם וואס פעלט זיי באמת אויס, פאר די ''טיפע, געפילישע, קליגע'' נשמות.

און דאס איז א קלאפ אין פלייצע , א שמייכל, א גוט ווארט, אויסהערן, א.א.וו! און פארשטייט זיך נישט פארקערט!

לאמיר טוהן וואס מיר קענען. ווי ר' זכריה וואלערסטיין ע''ה פלעגט זאגן, ווען א באס פיל מיט יונגע בחורים צו מיידלעך איז פארכאפט ביי טעראריסטן, און די טעראריסטן פלאנען זיי אויסצוהארגענען, אבער פאר א מיליאן דאלער וועלן זיי מסכים זיין זיי צו ארויסלאזן, וואלט געווען איין איד וואס וואלט נישט פארקויפט זיין הויז זיי צו ראטעווען?!?

(לעצטע מאל וואס כ'האב געטשעקט איז א שמייכל געווען ביליגער ווי א מיליאן דאלער.)
יא נקודה'לע גוט געזאגט.

טאקע ווי דער פוה"א שרייבט וויאזוי דער פראבלעם הייבט זיך אן ביי די נשמות,

מדארף זיי העלפן אז זיי זאלן נישט דארפן צוקומען צו אזעלכע געברויכן.

זיי זאלן זיך שפירן באקוועם וויאזוי זיי זיינען צווישן אונז.

נישט אז זיי זאלן דארפן נעמען עפעס זאל זיי אוועק טראגן פון די פלאץ ווי זיי זענען.

נישט אוועקשטופן אדער אראפקוקן מזלזל זיין חלילה.

אמאל פרובירן צו מקרב זיין קען גאר נישט העלפן נאר קאליע מאכן.

ממילא אויב פארשטייסטו נישט צו די דעליקאטע נשמות ביטע פרוביר נישט צו העלפן.

אבער אזויפיל נישט מזלזל זיין אדער אנשרייען.

אלעס וואס מ'האט געשריבן דא איז אמת אווערנעס איז גאר וויכטיג.

אבער איינמאל איינער האלט שוין דארט קענען אונז נישט קיין סאך טוהן.

אונז דארף מיר טוהן פארדעם וואס מ'קען.

ווי האט רבי אברהם טווערסקי געזאגט אדיקשאן איז נישט די פראבלעם אדיקשאן איז די סאלושן.

לאמיר זעהן אוועקצונעמען די פראבלעם וויפיל אונז קעמיר.
דערווארעמט די הארץ צו זעהן די אלע תגובות דא.

און א יישר כח פאר די ווארט פון רבי אברהם טווערסקי! עס ברענגט עס ארויס צום פונטל!!
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

בלייב געזונט האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
מסר׳ן און איבערגעבן צו די פאליציי איז אפשר אן אויסוועג, אבער אין אונזער דור איז שוין נישט קיין קונץ זיך ארויסצוזען פון טורמע. די חברה ווייסן גאר גוט וויאזוי צו באהאלטן זייערע שענדליכע ווערק. אראפרייסן און פארשעמען דורך מפרסם זיין וועט קיינמאל נישט אויפטון, ווייל רוב פון די דיעלערס זענען נישט קיין היימישע אידן וואס דרייען זיך אין ראדני, אויב זיי דאווענען.

די איינציגסטע וועג צו פארמיידן קרבנות איז דורכן אנכאפן דעם שלאפנדן עולם ביי די אויערן און אויפשאקלען ווי א סעלצער באטל.

מענטשן שטארבן פון דראגס! שטיי ווייט דערפון! שלא תמות כדרך שמתו פלוני ופלוני ופלוני ופלוני און די שורה איז ענדלאז!!!

חסד של אמת זאל עפענען די ארכיוון, די רבנים זאלן דערפון רעדן. מען זאל דאס ארויסרייסן מן השורש נאך מער ווי דער אינטערנעט, א מענטש וואס איז אויף וויד זאל ווערן אויטאמאטיש אויסגעשפיגן פון קהל עדת הנארמאלע מענטשן. עס איז נישט קיין ׳טשיל׳, עס איז א שפיל מיט פייער!
ס'איז זייער ווייטאגלעך נושא, אבער האלטסטו נישט אז רעדן דערפון אפן גייט אויפרייצן די יוגנט עס צו ''טעיסטן'' ''עקספערימענטן'' בלויז ''אויסטרייען''?

ווי איך האב געשריבן דא, האלטסט אז איך בין נישט גערעכט?
ווען דראגס וואלט נאר געווען א פראבלעם אין די אלגעמיינע וועלט, וואלט דיין נקודה געווען זייער גערעכט.

אבער אין די וועלט אין וואס אונז לעב מיר, בשעת אונז גיי מיר דיין זיין צו מען זאל יא אדער נישט רעדן דערפון, וועט דער בחור וואס די האסט מורא וועט עס ''עקספערימענטן''. זיין אן ''עקספערימענט'' פאר א דראג דילער!

נאופ, איך רעד פון נארמאלע בחורים אין ישיבה וואס עקספערימענטן ציגארעטן פלעין ווייל ס'איז פארבאטן דורך די מנהל.
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

ענדליך!!!
אטעטשמענטס
9ba1b449876c48808e34f1f2b9c55924.jpg
9ba1b449876c48808e34f1f2b9c55924.jpg (351.95 KiB) געזען 2389 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”