פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

ווארעמער
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 11:27 am

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמער »

זייער ווייטאגלעך צו ליינען פון א פארווייטאגטע יונג קינד וואס האט אפגעלעבט זיינע ביסלע יארן מיט אזוי פיל ווייטאג און זיך נישט געקענט העלפן. ער האט גענדיגט זיין לעבן ווייטאגלעך אן זען א סוף צו זיינע יסורים. ער האט נעבעך געמיינט אז מיט זיינע דראגס וועט ער יסורים פארטראבן.... אבער לייגער האט אזוי טראגיש געענדיגט זיין פרי צייטיגע לעבן...
עיני עיני ירדה מים.... קול דמי אחינו צועקין מן האדמה....
נישט דא קיין ווערטער אויסצודריקען די צער און ווייטאג פון די טאטע מאמע. און פון די נאנטע משפחה...
אבער די ווייטאג פונעם בחור אליין, קומט אן עד לב השמים!
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

ס'איז א ביטערער פאקט וואס גייט פאר, אינגעלייט און בחורים וואס זענען אויף די סחורה רח''ל

אבער פון קיין טויטע האב איך נישט געהערט (גראדע יא איין פאל וואס איז געווען מפורסם), איינער קען מיר מסביר זיין וויאזוי מען קען פארדעקן "הונדערטער" טויטע וואס חסד של אמת באגראבט?
און אויב רעדט מען פון היימישע פון וויליאמסבורג מאנרא און ווי איינער שרייבט דא אפי' סקווירא, פארוואס ווערן זיי נישט באגראבן אין קרית יואל אדער אין סקווירא?

סארי פאר די עם הארצישע קשיא אבער עפעס מאכט נישט קיין סענס דא.
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

בלייב געזונט האט געשריבן:

א קליינע שאלה, די ווייסט וויפל היימישע דראפ אוטס סאיז דא? כהאב מורא אז נישט.
קען טאקע זיין אז הינדערטער טויטע איז איבערגעטריבן, אבער צוואנציג דרייסיג די יאר אליינס איז ווייט נישט…
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

בלייב געזונט האט געשריבן:
איינער קען מיר מסביר זיין וויאזוי מען קען פארדעקן "הונדערטער" טויטע וואס חסד של אמת באגראבט?
.
ווי עס שיינט איז דא איינער אביסל מגזם, אנלעס מרעדט פון אידן אלל אווער די גלאוב פון אלע שיכטן און קרייזן.
טאטע העלף
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 10:01 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע העלף »

די נאמבערס זענען געווענדליך פין גאנץ נ״י נישט נאר פין די היימישע געגענטער
שלמה חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2022 3:04 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה חיים »

די שאלה אז מען זאל פארשפרייטן שלא מת כדרך שמת פלויני איז נישט גילטיג ווייל עס איז דא משפחה וואס גענוג וואס זיי האבן געליטן דארפן זיי נישט ליידן בושות און דאס איז די סיבה פארוואס קיינער ווייסט נישט פון קיין מעשות איך קען איין טויטע איין קלאץ און איינער וואס איך האב גערעדט צו זיין טאטע און ער זאגט אז ער ווינטשט זיך אז ער זאל שטארבן (צווישן די ווערטער )
פאר יעדע מענטש וואס געבט פידבעק איז דא אנדערע כאטש 10 וואס האלטן פונקט ווי עם נאר זאגן עס נישט
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

בלייב געזונט האט געשריבן:
ס'איז א ביטערער פאקט וואס גייט פאר, אינגעלייט און בחורים וואס זענען אויף די סחורה רח''ל

אבער פון קיין טויטע האב איך נישט געהערט (גראדע יא איין פאל וואס איז געווען מפורסם), איינער קען מיר מסביר זיין וויאזוי מען קען פארדעקן "הונדערטער" טויטע וואס חסד של אמת באגראבט?
און אויב רעדט מען פון היימישע פון וויליאמסבורג מאנרא און ווי איינער שרייבט דא אפי' סקווירא, פארוואס ווערן זיי נישט באגראבן אין קרית יואל אדער אין סקווירא?

סארי פאר די עם הארצישע קשיא אבער עפעס מאכט נישט קיין סענס דא.
איך קען פערזענדליך פון די יאר אליינס 2!
ביי איינעם האט די גאס געוויסט וואס האט פאסירט און ביים צוויטען נישט.
אוזבעקיסטאן
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2022 8:58 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוזבעקיסטאן »

בלייב געזונט האט געשריבן:
ס'איז א ביטערער פאקט וואס גייט פאר, אינגעלייט און בחורים וואס זענען אויף די סחורה רח''ל

אבער פון קיין טויטע האב איך נישט געהערט (גראדע יא איין פאל וואס איז געווען מפורסם), איינער קען מיר מסביר זיין וויאזוי מען קען פארדעקן "הונדערטער" טויטע וואס חסד של אמת באגראבט?
און אויב רעדט מען פון היימישע פון וויליאמסבורג מאנרא און ווי איינער שרייבט דא אפי' סקווירא, פארוואס ווערן זיי נישט באגראבן אין קרית יואל אדער אין סקווירא?

סארי פאר די עם הארצישע קשיא אבער עפעס מאכט נישט קיין סענס דא.
דארפסט עס נישט גלייבען שטעל אפ די ערשטע חסד של אמת אדער הצלה מעמבער וואס דו טרעפסט און פרעג זיי אויב זיי ווייסען דערפון.
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

בלייב געזונט האט געשריבן:
און אויב רעדט מען פון היימישע פון וויליאמסבורג מאנרא און ווי איינער שרייבט דא אפי' סקווירא, פארוואס ווערן זיי נישט באגראבן אין קרית יואל אדער אין סקווירא?
יאך האב אליינס מיטגעהאלטן לעצטנס א פאל היימיש שבהיימיש, נישט קיין באקאנטע געשיכטע, די משפחה האט עס שטארק פרובירט צו באהאלטן און געווען גאנץ סוקסעספול

א דאנק דעם איז דא אייער תגובה
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

אדרבה, זאל מיר איינער געבן א משל פון א מעשה וויאזוי מען קען פארדרייען.

אישי איז אויך גוט
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

און וויאזוי קענען זיין אידן אין ריהעבס אן דעם וואס איינער זאל וויסן?

איך רעד נישט פון קיין בחור, א אינגערמאן מיט א שטוב מיט קינדער, ווי איז ער פארשוואונדן?

איך בין א געזונטע מן הארץ... הע?
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4018
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

בלייב געזונט האט געשריבן:
אדרבה, זאל מיר איינער געבן א משל פון א מעשה וויאזוי מען קען פארדרייען.

אישי איז אויך גוט
שטייצעך אין קאראנע צייטן איז יעדער געשטארבן פון קאראנע.. כ'מיין וואדען?
לעצט פארראכטן דורך היסטאריש אום דאנערשטאג אוגוסט 11, 2022 10:40 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

גלייב נישט! זיי פלען פארזיכטיג…
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

שלמה חיים האט געשריבן:
די שאלה אז מען זאל פארשפרייטן שלא מת כדרך שמת פלויני איז נישט גילטיג ווייל עס איז דא משפחה וואס גענוג וואס זיי האבן געליטן דארפן זיי נישט ליידן בושות און דאס איז די סיבה פארוואס קיינער ווייסט נישט פון קיין מעשות איך קען איין טויטע איין קלאץ און איינער וואס איך האב גערעדט צו זיין טאטע און ער זאגט אז ער ווינטשט זיך אז ער זאל שטארבן (צווישן די ווערטער )
אוי באשעפער!!!
חינוך האט געזיגט!
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

בלייב געזונט האט געשריבן:
און וויאזוי קענען זיין אידן אין ריהעבס אן דעם וואס איינער זאל וויסן?

איך רעד נישט פון קיין בחור, א אינגערמאן מיט א שטוב מיט קינדער, ווי איז ער פארשוואונדן?

איך בין א געזונטע מן הארץ... הע?
גא''מ לשאלתך המרובים.
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

אושפיזין האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
און וויאזוי קענען זיין אידן אין ריהעבס אן דעם וואס איינער זאל וויסן?

איך רעד נישט פון קיין בחור, א אינגערמאן מיט א שטוב מיט קינדער, ווי איז ער פארשוואונדן?

איך בין א געזונטע מן הארץ... הע?
גא''מ לשאלתך המרובים.
געהאט א אישי שמועס מיט איינעם וועגן איינע פון מיינע תגובות דא, ער גלייבט מיר יא גלייבט מיר נישט, הכלל, ביז איך האב פארשטאנען דעם רמז… ער דארף נעמען… באגעניגט זיך נישט מיט האלבע לשון הרע, ער דארף געהעריג נעמען פינקטלעך ווער וואס ווי ווען…

ענק מוזן נישט גלייבן, ענק זאלן נישט גלייבן, סאיז ליידער א פאקט. דיין פליכט איז צו האלטן אויגן און אויערן אויף אלעס ארום אז דיין קינד (אדער דו…) זאל חלילה נישט אריינפאלן.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ווי איך האב שוין אויבן געשריבן האביך געהאט א נאנטער חבר וואס איז ליידער אומגעקומען דערפון 7 יאר צוריק, דאמאלס איז עס נאכנישט געווען אזוי אריינגעריסן, היינט צוטאגס האלט איך דאס שוין נישט אזויפיל מיט.

נעכטן האביך געשמועסט מיט איינעם אין אישי דערוועגן ביז איך האב שוין מער נישט געקענט רעדן פון די נושא, עס איז זייער פיינפול. אבער וויבאלד דערוילעם ווייזט ארויס א גוטע אינטערעסע, וועל איך צולייגן אפאר פון מיינע געדאנקען.

קודם כל, יעדער וואס האט דא מגיב געווען מיט עצות זאגט זייער גוט!

עס איז א מגפה, און ס'נישט דא נאר איין וועג דאס צו באקעמפפן, יעדעמ'ס הצעות זענען גוט, און מ'ברויך טאקע טון אלע.

מ'ברויך אסאך טון סיי אפצוהאלטן אנדערע פון ווערן אנגעהאנגען דערויף און סיי צו העלפן די וואס זענען אנגעוואנדען דערויף, און סיי זיך זעלבסט צו דערווייטערן דערפון! יא, ס'איז זייער וויכטיג זיך אליינס אפצוהיטן. אוודאי יעדער קען זיך זעלבסט און ווייסט זיין כוח המעצר, אבער קיינער איז נישט אימיונד. קיינער. עס קען זיך מאכן א שווערע זמן אין א יאר, צוויי, אדער 10.

עס איז וויכטיג צו העלפן אנדערע און טאקע אויך רודערן דערוועגן, אבער חוץ מזה זאל מען אויך גענצליך אוועקשטיין פון די זאכן. עס פעלט נישט אויס צו וויסן פארוואס אנדערע האבן עס ליב, אדער ווי אזוי עס ארבעט, אדער סיי וואס מ'איז סתם נייגעריג אבער דינט נישט א תועלת.

עס איז אויך וויכטיג אוועקצושטיין פון אנדערע וואס נעמען די סובסטאנצן און דראגס, יא מ'דארף יענעם העלפן, אבער אויף די זעלבע צייט ברויך מען מאכן א וואנט צווישן זיך און די וואס נעמען עס. דאס איז קריטיש וויכטיג.

אזוי ווי אנדערע האבן שוין דערמאנט, איז גאר וויכטיג נישט צו רעדן קיל דערוועגן, אבער עס דערמאנען מיט ציטער און עקל. אויב איינער ארום אייך שמועסט דערוועגן מיט א קילקייט, בעט יענעם נישט אזוי צו רעדן. אויב ער גייט ווייטער אן, רוקט אייך אוועק און הערט אייך נישט צו. באטראכט עס כאילוי ס'איז ניבול פה.

ווי אזוי מען האלט אפ אנדערע פון ווערן אריינגעשלעפט? שווער צו זאגן גענוי. געוויסע שלאגן פאר קעגנגעזעצטע מהלכים, און וויבאלד איך בין נישט א כלל טוער ווייס איך נישט גענוי וועלכע זענען די ריכטיגע, לכאורה זענען אלע מעטאדן גוט אויף א געוויסע מאס.

ווי אזוי צו העלפן אנדערע וואס זענען שוין יא אריינגעפאלן: צום ערשט לאמיר ווידעראמאל איבערגיין, חייך קודמך, היט אייך זעלבסט אפ. טוט נאר לויט וויפיל איר קענט דערהייבן. אזוי ווי אנדערע האבן דערמאנט שפירט אן עדיקט ממש א פליכט פארצושלאגן און שטופן אנדערע צו נעמען די זעלבע וואס ער נעמט (באטראכט עס אזוי, ווען איר הערט א נייעם ניגון און איר זענט זייער באאיינדרוקט/פרייליך, וועט איר עס רעקאמענדירן צו אלע אייערע חברים. ביי אן עדיקט איז דאס אזוי, נאר הונדערט מאל שטערקער. ער איז איבערצייגט אז ער טוט אייך די גרעסטע טובה). דעריבער ווען איר וועט פרובירן צו העלפן איינער וואס איז פארכאפט דערין, איז עס 100% זיכער אז יענער וועט אייך כאטש (מסתמא מער) איינמאל פארשלאגן/שטופן צו 'פרובירן' די סחורה/דראגס וואס ער נעמט. גיבט שטארק אבבאכט נישט צו פאלן!

דראגס איז ענליך צו יענע מחלה אינעם פאקט אז ווי פריער מ'כאפט דאס אלס גרעסער זענען די שאנסן פון ווערן געהיילט און נישט אומקומען. אלזא, ווען איר הערט פון איינעם אדער אויב איינער איז זיך מתוודה צו אייך אז ער האט גענומען זיין ערשטע פיל (אדער די אלע אנדערע וועגן ווי אזוי מ'ניצט דראגס), דאס איז די מערסט קריטישע זמן! קריטיש! עס קען אנטשיידן יענעמ'ס לעבן אויסגאנג.

די חילוק פון די ערשטע, צווייטע, דריטע, פערטע מאל איז אומגעהויער גרויס. געווענליך נאכ'ן פיפטן מאל (בערך, עס ווענדט זיך אוודאי אינעם מענטש) איז מען שוין אין א גענצליך נייע עדיקשאן שטאפל ווי די ערשטע פאר מאל.

אויב איינער האט צום ערשטן מאל גענומען דראגס, טוט אלעס אין אייער יכולת אפצוהאלטן די צווייטע מאל. איר וועט ראטעווען יענעמ'ס לעבן ברחניות ובגשמיות. האלט אייך נישט אפ פון רופן שומרים, הצלה, היימישע פראפעסיאנאלן, עסקנים, רבנים וכו'. גייט עקסטרעם! אפילו אויב יענער בעט זיך צו אייך, אפילו אויב יענער ווארנט אייך (פארשטייט זיך לייגט אייך נישט אריין אין א סכנה), אפילו אויב איר קענט יענעם נישט פערזענליך, אפילו אויב איר גלויבט אז עס איז נישט אייער פלאץ דאס צו טאן, אדער אז עס איז נישט פאר אייך זיך אריינצומישן, אפילו אויב איר ווילט יענעם נישט פארשעמען, אפילו אויב איר שעמט אייך, אפילו אויב עס איז אומבאקוועם, טוט עפעס תיכף ומיד אפילו אויב אנדערע וואס עס איז יא זייער פלאץ עפעס צו טון, טוען עס נישט.

ביטע פארמיידט דאס צווייטע מאל ניצן בכל אופן! אויב איר ווייסט אליינס ווי אזוי דאס צו טון, דאן טוט דאס. אויב איר ווייסט נישט, דאן זייט מעורר אנדערע וואס ווייסן יא. אויב איר ווייסט נישט וועם צו מעורר זיין אדער אויב וועם איר זענט יא מעורר טוט נישט גלייך עפעס דערוועגן, דאן זייט מעורר א צווייטן אדער א דריטן ביז איר ווייסט אויף זיכער אז איינער וועט עפעס טון דערוועגן. מיט 'טון דערוועגן' מיין איך תיכף ומיד, יענעם טאג, זאל עס זיין א בחור אדער א טאטע מיט קינדער.

לדוגמא ווען מ'מעג, און די וואס זענען פראפעסיאנאלן אדער טוען אונטער די הדרכה פון פראפעסיאנאלן, וועט מען איינעם איינשפארן אינדערהיים אדער לייגן אונטער שטרענגע אויפזיכט אפצוהאלטן דאס ניצן די צווייטע, דריטע מאל. איך זאג נישט ח"ו אז איר זאלט דאס אליין טון, איך זאג נאר אז יעדע סעקונדע מאכט אויס.

דעם צווייטן שטאפל: ווען איינער האט שוין אנגעהויבן נעמען דראגס פאר אפאר וואכן צי חדשים. עס איז דאן דאס שווערסטע איינעם איבערצורעדן מיט שיינעם אויפצוהערן. דער ניצער איז נאך אינעם הויכע תקופה ווען ער שפירט נאר די 'גוטע' (לייען: שלעכטע, שעדליכע) אפעקטן און די שלעכטע אפעקטן האבן זיך נאכנישט אנגעהויבן אדער יענער באמערקט עס נאכנישט. דעריבער וועט ער דיר אנקוקן פון די לבנה, הלמאי דו בעטס אים אויפצוהערן?! ס'איז דאך אזוי גוט.

ווידעראמאל, צוליב דעם איז קריטיש וויכטיג צוריקצוהאלטן דאס צווייטע, דריטע מאל.

אבער אינעם צווייטן שטאפל איז זייער וויכטיג צו ניצן א א גוטע מאס פון חיזוק און אויך שארפקייט. א זאך וואס איך בין ליידער דורכגעפאלן מיט מיין חבר. ער האט זיך צו מיר נישט געוואלט צו הערן, ער האט גענצליך אויפגעהערט רעדן מיט מיר צוליב מיינע דברי מוסר (איך האב אין א ברויזע מינוט אים פארגעזאגט אז ער וועט אין 4-5 יאר אומקומען פון אווערדאז אויב ער הערט נישט אויף, הלוואי וואלטן מיינע ווערטער נישט מקוים געווארן).

ביי דעם שטאפל נעמט עס נאך יענער געווענליך צוזאמען מיט אנדערע, די וואס האבן אים אריינגעשלעפט דערין. און די גרעסטע פראבלעם איז אז די דראגס מאכט זייערע טענות, עצות, און ווערטער פיל זיסער ווי אונזערע ראציאנאלע דיבורים. מיר, די וואס פרובירן יענעם צו העלפן, ווערן אין זיינע אויגן די שלעכטע מענטשן וואס שטייען צווישן אים און זיין אייביגע פרייליכקייט - די דראגס וואס זיינע זיסע חברים האבן אים געקערט צו.

איך ווייס נישט פונקטליך וועלכע עצה צו געבן וויבאלד איך אליינס האב נישט געהאט סוקסעס (איך בין נישט א פראפעסיאנאל). אבער עס איז זייער א הייקעלע זמן, און ס'וויכטיג צו געדענקען אז אונזער גרעסטע שונא אין דעם שטאפל זענען זיינע א.ג. 'חברים' וואס הערן זיך אזוי זיס אין זיינע אויערן. דאס שטייט פאר אונז דאס מערסטע אין וועג.

מיר רעדן נישטא נאר פון בחורים, דאס איז אויך ביי אינגעלייט און עלטערן, דאס קען פאסירן מיט יעדעם (מיין חבר למשל, האט ליידער באוויזן אריינצושלעפן זיין שוואגער דערין).

די דריטע ביטערע פאזע: פיזיש און גייסטיש אנגעוואנדן דערין.

אין דעם שטאפל קען זיך יענער אליינס נישט העלפן. אז ער דארף הילף ווייסט ער שוין. זיין לעבן איז צעפארן, טויט אן ליכטיקייט, הויל און פוסט. אין א חלום וואלט ער זיך געוואלט ארויסזען דערפון, אבער ער קען נישט. מען וויל אים העלפן, פראפעסיאנעלע הילף, ריהעב. ער איז אבער אזוי צעשאסן אז ער שפירט ניטאמאל די שטופ דאס צו טאן, ער איז שוין מיואש, ער האט קיין טעם אין לעבן.

וואס מיר קענען טון? מיר קענען יענעם געבן א סיבה זיך צו לאזן העלפן. דעם שטופ, דאס קען ער פון אונז באקומען. עס איז לאו דווקא דא א ספעציפישע ווארט וואס יענער דארף הערן. פאר יעדעם איז עס עפעס אנדערש, מיר וועלן ניטאמאל וויסן וואס עס האט אים געגעבן דעם שטופ צו נעמען הילף.

מיר ברויכן פשוט מחזק זיין, זאגן א גוט ווארט, ווייזן ליבע, און גאר וויכטיג, ווייזן אז אין שום יאוש, מ'זאל קיינמאל אויפגעבן, יעדער קען זיך ראטעווען. פאזיטיוו, פאזיטיוו, און נאכאמאל פאזיטיוו. לאז אים וויסן אז דער בורא האט ליב אלע זיינע קינדער, לאז אים וויסן אז ער איז ווערד גאר אסאך, אז זיין לעבן איז נישט פארזיגלט, ער גייט נישט אייביג דא בלייבן, דרוק אויס עכט גלויביגע אפטימיזם אז ער וועט זיך העלפן און ארויסזען דערפון. בעז"ה וועט ער זיך טאקע לאזן העלפן און וועט טאקע זיך צוריקשטעלן אויפ'ן דרך הישר.

די שפעטערע שטאפלען: ריהעב, נאך ריהעב, און ווייטער.

ס'דא אסאך וואס צו רעדן וועגן קלויבן א ריהעב, אבער דאס איז פאר די פראפעסיאנאלן און איך האב פשוט קיין כוח יעצט צו שרייבן דערוועגן.

אבער נאך ריהעב זענען מיר צוריק צום ערשטן שטאפל, אבער נאך פיל מער קריטיש.

אפילו ווען איינער איז אין ריהעב פאר 15 חדשים קען ער תיקף דעם זעלבן טאג פון ווערן ארויסגעלאזט גלייך צוריק אנהויבן. איך האב אליינס מיטגעהאלטן אזא פאל און איך בין געווען ערשטוינט. איך פארשטיי עס נישט, אבער אזוי איז עס ליידער.

מ'ברויך זיך שטארק אפגעבן מיט איינער וואס איז ארויס פון ריהעב. מ'ברויך יענעם העלפן טרעפן עפעס צופרידנהייט, עפעס צו טאן, עפעס צו אנהאלטן כדי נישט צוריק צו פאלן. מ'ברויך יענעם העלפן זיך צוריק איינצוגלידערן אין סאסייעטי.

דאס איז א לעבנסלענגליכע זאך פאר די וואס פאלן אריין אינעם פיזיש און גייסטישע עדיקשאן. מאנכע פאלן צוריק צוויי דריי מאל און דארפן דורכגיין ריהעב עטליכע מאל. מאנכע קענען צוריקפאלן אפילו נאכ'ן זיין 5 יאר ריין.

דאס וויכטיגסטע איז צוריקצוהאלטן יענעם פון קומען אין סיי וועלכע קאנטאקט מיט דראגס אדער עפעס וואס וועט אים אפילו דערמאנען דערפון. מאנכע קענען צוריקפאלן אפילו נאך 10 יאר פון זיין ריין פשוט פון זען א צווייטן ניצן דעם דראג!

סביבה, סביבה, סביבה.

עס איז זייער וויכטיג אז דער ערהוילטער זאל זיין און בלייבן אין א גוטע סביבה, ווייל איין נארישע דריי קען צוריק שטויסן צו אלף.

און ווי דער פ"ה האט דערמאנט איז דא זייער א גרויסע סכנה ווען איינער פאלט צוריק נאכ'ן זיין זויבער. די סיבה איז וויבאלד די גוף איז שוין ב"ה אפגעוואוינט פונעם דראג און ווען יענער פאלט צוריק נעמט ער דאס נישט אין באטראכט און ער נעמט גלייך א הויכע דאזע ווי ער פלעגט נעמען אין זיינע ביטערע צייטן. זיין גוף קען עס אבער שוין נישט דערהייבן, און עס קען פירן צו א טויטליכע אווערדאז. אסאך קומען ליידער אום אזוי.

כבדהו וחשדהו.

מ'דארף געדענקען, חייך קודמך, היט אייך אפ בעפאר און ווען איר האנדלט מיט אן עדיקט. אן עדיקט וועט טון סיי וואס צו באקומען זיין דאזע דראגס, ער וועט גנב'נען, זאגן ליגענט, און ערגערס. אלזא, העלפט יענעם אבער גיבט שטארק אבבאכט, אפילו איינער וואס זעט אויס צו זיין די טייערסטע נשמה, האט פשוט נישט די אייגענע קאנטראל זיך צוריקצוהאלטן פון באגיין שלעכטע מעשים כדי אנצוקומען צו זיין דראג.

פון א מעדיקאלע שטאנדפונקט. ווען איינער הייבט אן אווערדאזן אויף העראין איז דא איין מעדיצין וואס קען ראטעווען יענעמ'ס לעבן. עס הייסט naloxone/NARCAN עס קומט אין מערערע פארמען אריינגערעכנט א נאז שפריץ. דאס מאכט א חילוק צווישן לעבן און טויט בעפאר הצלה קומט (זיי וועלן ניצן די זעלבע זאך). עס ארבעט אין סעקונדעס פונקט ווי טויט פון אווערדאז קען ארבעטן אין סעקונדעס.

דא האט איר מער דערוועגן

מ'דארף עס מער פארשפרייטן, די רעגירונג גיט דאס אויס אומזיסט דורך פארשידענע ארגאניזאציעס.

איך ווייס נישט פונקטליך וואו, אפשר זאל יעדע שול, ישיבה, היכל התורה וכדו' פארמאגן אפאר שטיק. אפשר זאלן קרובים, אפילו קוזינס, פון איינער וואס איז אן עדיקט פארמאגן אזוינס. אפשר זאל יעדע געשעפט פארמאגן אפאר שטיק. מ'קען עס אויסארבעטן.

כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא.

ס'איז דא פיל מער צו שרייבן, אבער רבש"ע איך האב שוין נישט קיין כוח. מנע מגפה מנחלתך.
שלמה חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2022 3:04 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה חיים »

היסטאריש האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
אדרבה, זאל מיר איינער געבן א משל פון א מעשה וויאזוי מען קען פארדרייען.

אישי איז אויך גוט
שטייצעך אין קאראנע צייטן איז יעדער געשטארבן פון קאראנע.. כ'מיין וואדען?
האבעך אליינס מיטגעהאלטן בשעת קאראנא די הצלה רעדיא עס איז נאר געווען difficulty breathing און over doze
פאר יעדע מענטש וואס געבט פידבעק איז דא אנדערע כאטש 10 וואס האלטן פונקט ווי עם נאר זאגן עס נישט
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

@היכי תימצא ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

היכי!! נישט געוויסט דו קענסט דאס אויך!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

היכי דו ביסט אבנארמאל ציכטיג! אלע ברכות אויף דיין קאפ!!
אני הוא הנער, נער המדבר
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

ניינער האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
און וויאזוי קענען זיין אידן אין ריהעבס אן דעם וואס איינער זאל וויסן?

איך רעד נישט פון קיין בחור, א אינגערמאן מיט א שטוב מיט קינדער, ווי איז ער פארשוואונדן?

איך בין א געזונטע מן הארץ... הע?
גא''מ לשאלתך המרובים.
געהאט א אישי שמועס מיט איינעם וועגן איינע פון מיינע תגובות דא, ער גלייבט מיר יא גלייבט מיר נישט, הכלל, ביז איך האב פארשטאנען דעם רמז… ער דארף נעמען… באגעניגט זיך נישט מיט האלבע לשון הרע, ער דארף געהעריג נעמען פינקטלעך ווער וואס ווי ווען…

ענק מוזן נישט גלייבן, ענק זאלן נישט גלייבן, סאיז ליידער א פאקט. דיין פליכט איז צו האלטן אויגן און אויערן אויף אלעס ארום אז דיין קינד (אדער דו…) זאל חלילה נישט אריינפאלן.
איך זיך נישט צו וויסן קיין נעמען און ס'מאכט נישט אויס בכלל כלפי די שעדליכקייט און הארבקייט פון די סממנים... ס'איז ממילא א פראבלעם. און כ'ווייסנאויך אס אסאך זענען ליידער עדיקטוט און מוטשען זיך ליידער.

אבער דא זענען געקומען אידן און געזאגט די אסטראנאמישע סכום פון ה-ו-נ-ד-ע-ר-ט טויטע. נישט עדיקטירטע נאר טויטע א יעדע יאר וואלט איך געוואלט וויסן צו די סטעיטמענט האט בעקינג.

(איינער אין אישי האט מיר קאנפירמד אינמיטן יאר פאריאר פופציג)
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

שאול קליין האט שוין אפאר יאר צוריק פארפירט וועגן אווערדאוז אויף זיין חצי שיעור פראגראם.
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

היכי מיט א שטארקייט!

ממש א מושלם דער היכי אין יעדע הינזיכט
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3456
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 10:39 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוקר »

קרית יואל פלייש האט געשריבן:
יעצט גענדיגט ליינען
איך בין שפראכלאז!!
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”