פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

אחראי: יאנאש

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ווי אזוי ברויך מען צו קענען שמועסן דערוועגן אויב עס זיצט אין אקטועלע?

איך האף אז אלע וואס האבן גורם געווען אז עס איז אריין אין אקטועלע שפירן זיך גוט פאר'ן אוועק'הרג'נען א וויכטיגע אשכול...

ביטע האלט אייך איין פון אפווישן אשכולות סתם ווייל איר מוזט אייך קריגן.

רבש"ע, מ'קען שוין נישט האבן א נארמאלע וויכטיגע שמועס דא?!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שכולו טוב האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
חרבונא האט געשריבן:
וואס קענען מיר טון?
מפרסם זיין די נעמען פון דיזע געלטגייציגער רשע אין אלע צייטונגען - ושם רשעים ירקב

לכאורה מעג מען מסר'ן אויך ע"פ הלכה, אבער מען דארף פרעגן א דיין פארדעם

באבע מעשה, כ'וויין מיט דיר צוזאמען, שרעקליך
תמימות'דיגע שאלה, קען מען דען ארעסטירן? איז דאס נישט לעגאל אין ניו יארק און ניו דשערזי?
נעע נישט די מסוכנ'דיגע.
און נישט אנע ספעציעלע לייסענס אפילו נאר דער פתחו של גיהנם וואס ציט אריין אין דעם סינקהאול.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זיכמעך האט געשריבן:
ועוד ויותר חמור פארקויפן זיי פאר מיינארס (בחורים פון פערצן יאר אלט!) וואס דאס איז גאר א גרויסע פארברעך אין די פאראייניגטע שטאטן (כאטש וואס גארנישט קומט נישט צו צו די חטא פון נעמען א דיים פון די רעגירונג).
טעארעטיש קען מען אים אויך אנקלאגן אויף נישט צאלן קיין סעילס טעקס, נישט פיילן קיין אינקאם.

מען האט דאס שוין אסאך מאל גענוצט אויף דראג דיעלערס.
אוועטאר
באבע מעשה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 12:11 pm
לאקאציע: ווי די טראבעל געשעט

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבע מעשה »

היכי תמצא האט געשריבן:
ווי אזוי ברויך מען צו קענען שמועסן דערוועגן אויב עס זיצט אין אקטועלע?

איך האף אז אלע וואס האבן גורם געווען אז עס איז אריין אין אקטועלע שפירן זיך גוט פאר'ן אוועק'הרג'נען א וויכטיגע אשכול...

ביטע האלט אייך איין פון אפווישן אשכולות סתם ווייל איר מוזט אייך קריגן.

רבש"ע, מ'קען שוין נישט האבן א נארמאלע וויכטיגע שמועס דא?!
גם אני מצטרף...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אווערנעס צווישן קינדער איז א גוטע זאך, אבער איך גלייב נישט אז דאס קען עס ענדיגן, יעדער ווייסט אז מען קען שטארבן פון אווערדאוז, דער נסיון איז נאר צו גרויס.

און בנוגע פירסום, אפשר איז טאקע בעסער אלס כבוד המשפחה אז מען זאל יענעם אריינלייגן אין תפיסה פארן מאכן געלט אומלעגאל, אנשטאט מפרסם זיין אדער אנקלאגן אויף דראג קלאגעס?
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איך וועל זאגן נאכאמאל קלאר להסיר ספק:

די רעדע איז פון הונדערטע קליניש טויטע היימישע א יאר. יא, הונדערטע!

כ׳ארבעט אויף עפעס דאס איבערצואווייזן, העמיר אפדעיטן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פארשער האט געשריבן:
איינס פון די סוקסעפולע טולס וואס מען האט גענוצט אין די אלגעמיינע וועלט קעגן רייכערן איז געווען אז מען האט אוועקגענומען די קילקייט איבער רייכערן און מען האט געמאכט א קאמפיין אז עס איז די נארישסטע זאך צו רייכערן און ווער עס רייכערט איז א פשוט'ער שוטה.
"האט" גענוצט, כאילו עס איז נישט דא מער קיין אפיויד עפידעמיע ביי די גוים, עניטיים אזא פארנעם ווי עס איז ליידער להבדיל ביי אונז.

------
א תורה'דיגע בעל הבית האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
אז חסד של אמת באגראבט יערליך ה-ו-נ-ד-ע-ר-ט-ע אזוינע קעיסעס, .
א שטיקל גוזמא. אמת?

(כ'האף אזוי)
ניין ס'נישט קיין גוזמא

רוף אן ר' מאיר הערש בערגער פון חסד של אמת און פרעג אים.
געהערט די זעלבע זאך פון איינעם אינוואלווד אין חסד של אמת.

נישט אז איך גלייב עס, עס איז צו שרעקליך אריינצופיטן אין מיין פיצי מח, אבער יענער איז נישט קיין ליגנער ווי ווייט איך ווייס.
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

באבע מעשה האט געשריבן:
לכבוד מיין טייערע ברידער.

ניין. די קענסט דאס שוין טאקע נישט ליינען, אבער מיין בלוט פארשמירטע הארץ און מיינע פארטרערטע אויגן קענסטו אוודאי נאך זעהן...

מיין טייערע ברידער איך בענק זיך נאך דיר.

אינאיינעם זענען מיר אויפגעוואקסען, צווישן די זעלבע פיר ווענט האבן מיר געטאנצען און זיך געשלאגן, און איין נעסט האבן מיר זיך געהאדעוועט, פון איין פאר עלטערן האבן מיר ביידע גענאסן פון אן ענדלאזע קוואל פון ליבשאפט און ווארעמקייט, צוזאמען האבן מיר געלאכט און געוויינט... ווי ברידער, אמת'ע ברידער.
אבער ווען אינז האב אנגעהויבן אינטערוואקסען האבן זיך אינזערע דיפערנצען מער אנגעהויבן ארויסצושיילען, בעת וואס איך בין געווען מער דער אויבערפלעכליכע, פרייליכע, ליפטיגע טיפ האסטו זיך ארויסגעשטעלט צו זיין מער א סענסיטיווער, פארמאכטע נשמה.
דיינע איידעלע צארטע געפילן אינאיינעם מיט דיין הערמעטיש פארמאכטע כאראקטער האבן געפאדערט עקסטערע דאזעס פון ווארימקייט און ליבשאפט וואס אינזערע געטרייע עלטערען האבן דיר דאס אוודאי גערן געשאנקען.
אבער, דיינע אנדערע ארומיגע האבן דיינע ספעציעלע געפילן נישט אזוי גוט אויפגעכאפט, און בשוגג און אומדירעקט געטרויטן און אריינגעשניטען אין דיינע ווייכע האקעלע געפילן, אנגרייטענדיג און אויספלאסטערענדיג די רעזולטאטן וואס האט נישט געשפעטיגט צו קומען.
איך וועל נישט אריינגיין און די גאנצע אריכות וויאזוי פונקטליך דאס איז צוגעגאנגען אבער אין א גאר קורצע צייט האסטו זיך געפינען אויפן גאס און זיך דרייענדיג איבערן טאג מיט כל צרוע וכל זב...
ווערטער זענען צו ארעם צו באשרייבן די צער פון אינזערע עלטערען און פון די גאנצע פאמיליע וואס האבן ליידער צוגעזען ווי די בראך שפילט זיך דא אויס פארענט פון זייערע אויגען, אבער נאכמער אומבאגרייפלעך איז געווען ''דיין'' צער.
ניין ברידער, מיר האבן נישט געזען קיין קליינע קאפלעך, קאלירטע העמעדער , און דזשינס הויזן... אינז האבן געזען א פארווייטאגט בלוטיג הארץ וואס זיכט זיך אליינס און וועלט ווי ער זעהט נאר פיינט און שלעכטס.
טאטי און מאמי האבן דאס געזען, איך האב דאס געזען, די אנדערע געשוויסטער האבן דאס געזען. אבער נאך איינער האט דאס באמערקט און ער האט דאס אויסגעניצט פאר זיינע אייגענע שוידערליכע געלטגייציגע צוועקן דורכן דיר פארשלאגן אן אנבאט וואס די האסט דאן נישט געהאט די כוחות אפצוזאגען.
געקומען צו דיר איז ער מיטן פולען חסידישן לבוש און טראגע און דיר אנגעטראגען אן א.ג. 'לעזונג' צו אלע דיינע פראבלעמען און מיטמאכענישן.
געמאכט האט ער עס אזוי גלאנציג און שיין, געזאגט האט ער דיר אז ער זעלבסט ניצט דאס, מבטיח געווען אז האלב שטאט טוט דערין, דיר איינגערעדט אז ער מיינט גאר דיין טובה און נישט זיין געלט...

ביסט נישט בייגעשטאנען די נסיון.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט א שמעק דא און א גערוך דארט, מיר האבן זיך אבער נאך געלאזט/געוואלט נער'ן אז ס'קומט נישט פון דיר נאר פון די 'חברים' מיט וועם די דרייסט דיך.
אבער ווי דער כלל ביי די סחורה איז אז איינס ברענגט צוויי און צוויי ברענג פיר, האסטו עס צו לאנג נישט געקענט באהאלטען.
ס'האט זיך אנגעהויבן מיט ציגארעטלעך מיט אן 'אינטערסאנטע' גערוך און טשאקלאד באר'ס, אבער פון דארט איז ליידער געווען א קאצן-שפרינג צו שטויב, בראוני'ס, און ביזן זיך זעלבסט שטעכן...
הוי! ס'כאפט א שוידער זיך צו דערמאנען פון יענע צייטן, די זכרונות פון די טעג מיט דיינע ליידיגע אויגן, דיינע ווילדע אומקאנטראלירבארע געלעכטער און געוויין אויסברוכען, דיינע הבטחות צו זיך אליינס יעדען טאג אז 'די הערסט אויף יעצט', שיקט שאק כוואליעס איבער מיין גאנצע קערפער יעצט בשעת איך זיץ און שרייב.
דיין געלטגייציגע 'סופלייער' האט נישט אויפגעהערט דיר צו ברענגען 'בעסערע' און 'שטערקערע' סחורה, די האסט אינז פון צייט צו צייט פרובירט מבטיח צו זיין אז די ווייסט וואס די טוסט, אבער די היפש אפטע רופן פון שפיטאל אדער פאליציי אז מ'האט דיר געפינען און א זייטיג געסל באוואוסטלאז האט אונז שוין פארציילט דאס ווארהייט....
ביי א געוויסע פונקט האסטו זיך יא דערכאפט, און זיך פרייוויליג איינגעשריבן אין א ריהעב פאר דראג אדיקציע, מיר די פאמיליע האבן גערן געצאלט די 'טאטע געלט' וואס די פראגראמען קאסטען אבי דיר ארויסצונעמען פון דיין קלעם און צוריקבאקומען אינזער ברידער.
דורכאויס די היפש רואיגע תקופה האסטו זיך צו מיר מערערע מאל ארויסגעכאפט מיט די ווערטער 'איך בין איהם נישט מוחל...' אינז אלע האבן גאנץ גוט געוויסט ווער דער 'ער' איז.

טייערע ברידער. מיין גאנצע גוף ציטערט, און איז באדעקט מיט א קאלטע שווייס ווען איך דערמאן זיך די מינוט ווען די טעלעפאון קאול איז אנגעקומען.

מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ, ווייל דיין הארץ האט אויפגעהערט קלאפן.

אויף אינזער היסטערישע אנפראגע וויאזוי דאס האט געקענט יעצט פאסירען איז די ענטפער געווען שודערליך און קלאר. נאכן וויילען אינעם סענטער פאר א שיינעם תקופה איז דיין צארטע גוף שוין נישט געווען געוואינט צו נעמען אזוינע גרויסע דאזעס ווי בעפאר, אבער דא איז ווידער אריינגעקומען אינעם בילד דער נחש הקדמוני מיטן חסידישן פרצוף וואס פילענדיג אז ער פארלירט אזא פעטן העכטל ווי דיר און זיינע קעשענע'ס וועלן אביסעל דינער ווערן, האט ער דיר ארויסגענימען פאר א נאכטמאל און דיר דערביי געשאנקען א 'מתנה' וואס איז ליידער געווען דיין איין וועג טיקעט צום עולם שכולו טוב.

ברידער טייערע, די ביסט שוין אויפן עולם האמת. דאס אז די האסט פארמאגט א בחירה און זיך געדארפט שטארקען, איז אוודאי אמת.

אבער איז דיין 'סופלייער גענצליך ריין פון שולד?

אוודאי און אוודאי נישט!

און צו קען איך דאס פארשווייגען?

ניין. ניין. און נאכאמאל ניין!

קול דמי אחינו צעקים אלי מן האדמה.
שוין לאנג נישט אזוי געוויינט. :cry: זאל דער באשעפער דיר טרייסטן!

ליידער איז די מעשה נישט קיין יחיד, אונז פארלירן יעדע יאר אסאך פון אונזערע ברודער און שוועסטער ר''ל :-( אויף דעם אויפן. און די נאמבער'ס (?) האלטן אין איין שטייגן!
לאמיר אלע ווערן סופלייערס! און ניין, נישט קיין סופלייערס פון די שעדליכע געווירצן ח''ו. לאמיר ווערן די סופלייערס פון דעם וואס פעלט זיי באמת אויס, פאר די ''טיפע, געפילישע, קליגע'' נשמות.

און דאס איז א קלאפ אין פלייצע , א שמייכל, א גוט ווארט, אויסהערן, א.א.וו! און פארשטייט זיך נישט פארקערט!


לאמיר טוהן וואס מיר קענען. ווי ר' זכריה וואלערסטיין ע''ה פלעגט זאגן, ווען א באס פיל מיט יונגע בחורים צו מיידלעך איז פארכאפט ביי טעראריסטן, און די טעראריסטן פלאנען זיי אויסצוהארגענען, אבער פאר א מיליאן דאלער וועלן זיי מסכים זיין זיי צו ארויסלאזן, וואלט געווען איין איד וואס וואלט נישט פארקויפט זיין הויז זיי צו ראטעווען?!?

(לעצטע מאל וואס כ'האב געטשעקט איז א שמייכל געווען ביליגער ווי א מיליאן דאלער.)
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
אינגעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2022 1:33 am

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגעלע »

יעצט געליינט
טרערן פליסן נאך
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

@היכי!!
זייער קלאר צעלייגט..
דאס דארף מען ארומשיקן איבעראל און אויפהענגען אין אלע בתי מדרשים.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
זאלציג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2022 11:01 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלציג »

אלס א חברותא פון א הצלה מעמבער האב איך שוין עטליכע מאל געהערט אויפן ראדיא אויווערדאזעס און די היימישע געגענט.
באקומט בחינם $1800 פוינטס
https://www.referyourchasecard.com/21o/XA5FHOTRI6
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3559
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

וייסעך פון איינעם וואס מ'האט אריין געטראגן פון שפיטאל נאכן זיך אווער דאוזען, געזאגט האט מען פון אלקאהאל,.........
----------
א הצלה מעמבער האט מיך אמאל געזאגט אז ס'איז דא אסאך אזעלכע קאלס פון אווער דאוזט טין עיטשערס אין היימישע געגענטער
-----------
איך ווייס פון א בחור פון א חשובע רעבישע משפחה, וואס איז שוין עטליכע חדשים אין א ריהעב אין א ווייטע סטעיט, און פאר די גאס פארקויפט מען אז ער לערנט אין א ישיבה אין אר"י, מענטשן האבן אנגעהויבן כאפן אז עפעס גייט פאר ווען מ'האט איהם נישט געזעהן ביי זיין שוועסטער'ס חתונה
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

צל עובר האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:
איינס פון די סוקסעפולע טולס וואס מען האט גענוצט אין די אלגעמיינע וועלט קעגן רייכערן איז געווען אז מען האט אוועקגענומען די קילקייט איבער רייכערן און מען האט געמאכט א קאמפיין אז עס איז די נארישסטע זאך צו רייכערן און ווער עס רייכערט איז א פשוט'ער שוטה.
"האט" גענוצט, כאילו עס איז נישט דא מער קיין אפיויד עפידעמיע ביי די גוים, עניטיים אזא פארנעם ווי עס איז ליידער להבדיל ביי אונז.
איך רעד פון פשוט'ע טאבעקא ציגערעטלעך. עס איז שטארק געפאלן די באנוץ דערפון דורכאויס די לעצטע צענדליגע יארן.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4530
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

פעיק ניוז האט געשריבן:
אומאן האט געשריבן:
איך האב דא נעכטן מפקפק געוווען אין די ווארהייט פון די נאמבערס 'הונדערטע טויטע'
עס איז שוין צו געקומען אהער נאך אפאר בלעטער און איך זע אז איך בין נישט די איינציגסטער וואס וואונדערט זיך ווער זענען די מענטשן וואס שטארבן? פארוואס ווייס איך נישט פון קיין איינס בו בזמן וואס אנדערע ווייסן פון הונדערטע, און אנדערע וואס גייען גאר אין שיקום פאר לענגערע צייט. אתמהה!
פארוואס איז דיין אומוואוסנהייט מער ווערד ווי די וואוסנהייט פון די וואס קענען יא אזעלכע מענטשן? אויב ווייסטו נישט, איז פשט אז קיינער פון דיינע ארומיגע איז נישט געשטארבן דערפון, אדער יא, נאר מען האט עס באהאלטן פון דיר. און אויב אנדערע ווייסן יא, איז פשט אז זיי קענען יא מענטשן וואס זענען געשטארבן דערפון. איך כאפ נישט די וואונדער דא. לא ראינו אינה ראיה. קיינער ווייסט נישט אלעס, ספעציעל ביי זאכן וואס מען האלט בסוד.
אלס דער ערשטער צו זאגן דא אינעם אשכול הונדערטער וויל איך דיר מודיע זיין אז די עסקנים פון כבוד המת וואס ווייסן די שרעקליכע נומבער פון די געפאלענע וועלן נישט רעדן צו מפני כבוד המשפחה צו סייוואסערע סיבה (אווערנעס איז נישט זייער ליין).
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

באקום איך אן אישי פון איינעם מיט אן ענטפער/אפפרעג צו מיין ויצעקו אז די מינוט וואס מ'הערט אז איינער האט גענומען דראגס צום ערשטע מאל זאל מען גלייך טון עפעס זאפארט, און גיין גאר עקסטרעם.

האביך מחליט געווען יענעם צו ענטפערן דא אנשטאט אין אישי (פארשטייט זיך אן ארויסגעבן זיין ניק). ער האט זיך אויך באדאנקט פאר מיין שיינע תגובה, אלזא, שכ'ח.

זיין ערשטע טענה איז: די וואס זאגן אז זיי ווייסן פערזענליך, האבן א חבר, וכו'.. ווייסן נישט ווי אזוי דראגס קוקט אויס .

אויף איז מיין ענטפער: געוואלדיג! אזוי דארף צו זיין. ווען מ'קען איינעם פערזענליך אדער מ'האט א חבר, איז דאס וויכטיגסטע טאקע נישט צו וויסן מער, און זיכער נישט צו קוקן ווי אזוי דאס זעט אויס.

דאס האביך דאך גלייך געזאגט. חייך קודמך! ווער נישט אינוואלווד אויב עס גייט דיר אריינשלעפן! אויסצוגעפינען גענוי וואס יענער טוט, ווי אזוי עס שפירט, פארוואס ער טוט דאס, וכדו' וכו', איז די נארישסטע טעות צו באגיין.

יענער איז דאך די זעלבע וועג אריינגעשלעפט געווארן, א חבר האט אים געזאגט דערוועגן, ער איז סתם געווען נייגעריג וואס דאס איז, זיין חבר האט אים געוויזן וכו' נעקסט האט עס דער חבר גענומען, נעקסט האט אים דער חבר געזאגט פונקטליך ווי גוט דאס שפירט, נעקסט האבן אפאר אנדערע מעיד געווען אז ס'איז טאקע גוט, און דערנאך האט ער עס גענומען נאר 'אויסצופרובירן'.

באקעמפפט אייער נייגער, פרעגט נישט מער קשיות, זיכער לאז יענעם נישט ווייזן וואס דאס איז, און זיכער נישט לאזן יענעם טון וואס דער נחש האט געטון צו חוה.

בויט א פסיכאלאגישע וואנט צווישן אייך און יענעם, אבער פרובירט יענעם צו העלפן זאפארט. אויב איר קענט טאקע נישט בויען דעם וואנט, דאן פיץ אפ, באשיצט אייך זעלבסט און נעמט אייך גארנישט אונטער.

פון די אנדערע זייט ברויך מען גארנישט וויסן וועגן דראגס און זיכער נישט וויסן ווי אזוי עס קוקט אויס כדי יענעם צו העלפן. אויב איינער זאגט אייך אז ער האט צום ערשטן מאל גענומען א דראג, איז דאס אלעס וואס איר ברויכט וויסן.

אויב איר האט א חשד, ווידער, איר ברויכט גארנישט וויסן וועגן דראגס. איז דען אזוי שווער צו כאפן אז איינער איז אונטער איינפלוס?! אויב איינער רעדט מער ווי געווענליך און קען נישט איינזיצן/אויפהערן שפרייזן, זיינע שווארץ אפעל זענען גרויס ווי די לבנה, דאן איז ער אויף דראגס.

אויב איז ער שוואכער ווי געווענליך, די אויגן רויט און גלאנציג, האלב אויף האלב פארשלאפן, קען נישט צאמשטעלן איינס מיט צוויי, דאן איז ער אויף דראגס.

אויב יענער קריצט די ציין אן האבן די מעגליכקייט אויפצוהערן, ער שוועבט און זעט זאכן וואס עקזיסטירן נישט, דאן איז ער אויף דראגס.

זאלן די פראפעסיאנאלן ארויסגעגעבן א פאפיר מיט די סימנים.

מ'קען דערקענען. איר ברויכט נישט וויסן וואסערע דראג (חוץ אויב יענער אווערדאזט אין פארנט פון אייך, דאן ניצט די אויבנדערמאנטע NARCAN) עס איז, אדער סיי וואס. סך הכל, געט הילף טוט עפעס תיכף ומיד אויב איר ווייסט אז דאס איז יענעמ'ס ערשטע צווייטע מאל.

צווייטע טענה: וואס הייסט סטראשענען? וועם זאל מען רופן? נישטא וואס צו טון. איינער וואס ניצט שוין קען מען גארנישט טון, חוץ זאגן אז דו גייסט שטארבן (דאס העלפט נאר אין אנהייב) אדער אז דיין משפחה/פרנסה גייט צעגרינד גיין.

קודם כל, אין שום יאוש בעולם כלל, און מ'דארף נישט זיין א ברעסלובער דאס צו וויסן...

זאגן אז מ'קען גארנישט טון איז די אנהייב פון דורכפאל. זאל מען זיך ליבערשט צוקוקן און זאגן "נעבעך" און פארטיג?! איז דאס די ריכטיגע וועג? זאל מען אננעמען די 'פאקט' אז דאס פאסירט ליידער ביי אונז, און שוין?!

ח"ו! זאגן אז דאס וואס איך שלאג פאר וועט נישט העלפן, זייער פיין. איך ווייס דען אלעס? אדרבה זאל מען אויפקומען מיט וואס עס ארבעט יא. אז קיינער איז נאכנישט אויפגעקומען מיט א וועג וואס 'ארבעט', דאן זאל מען ווייטער טון אלעס וואס מ'קען ביז עפעס ארבעט.

ואגב, איז עס גענצליך נישט אמת אז איינעמ'ס לעבן איז אבסאלוט פארזיגלט.

מיין נאנטע חבר איז ליידער אומגעקומען פון אווערדאז, אבער אפאר אנדערע וואס האבן געטאן דאס זעלבע, אויפ'ן זעלבן און ערגסטן שטאפל, האבן זיך יא ארויסגעזען דערפון!

צוויי זענען היינט זויבער, חתונה געהאט, א שטוב מיט קינדער און פרייליכן לעבן. לויט וויפיל איך ווייס האט דער וואס האט אים אריינגעשלעפט דערין אויך געטראפן זיין ישועה, און דאס זעלבע מיט זיין שוואגער.

צו די הונדערטע מעשיות פון טויטע, זענען דא נאכמער מעשיות פון סוקסעס.

לאמיר זאגן אז די פראבלעם איז אז מ'ווייסט נישט וואס צו טון. זאל מען אויפשטעלן אן אנאנימע האטליין וואו מ'קען שואל עצה זיין. ס'דא נאך אזויפיל וועגן וואס צו טון. מ'ברויך אבער פראפעסיאנאלן און עסקנים וואס זאלן דאס צושטעלן, נישט איך.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

צל עובר האט געשריבן:

"האט" גענוצט, כאילו עס איז נישט דא מער קיין אפיויד עפידעמיע ביי די גוים, עניטיים אזא פארנעם ווי עס איז ליידער להבדיל ביי אונז.
נעוואדע איז עס פיל ערגער ביי די גוים, אבער ליידער ווי עס גוי'אישט זיך אידישט זיך.

ביי די נידריגע ניו יארקע גוים איז עס פיל פיל ערגער.
נאר_דאס_נישט
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 7:08 am
לאקאציע: עצות-שטובל

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר_דאס_נישט »

יעצט אדורכגעליינט מתחילתה עד סופה.
המקום ינחם אתכם מתוך שאר אבלי ציון וירושלים.

כ'בין פשוט אויפגעשוידערט, נישט געהאט קיין מושג ווי ערנסט די סכנה איז!
איין עצה וואס איך טראכט איז מען זאל מאכן אן אווערנעס קאמפיין לכה"פ ווי די סמארטפאונס.
לעצטענס האבעך געזען א געוויסע ארגאניזאציע לעניני טעכנאלאגיע, וואס אנשטאטס צו מסביר זיין די שעדליכקייט פון די כלים, מאכן זיי דיך פשוט פילן ווי א שוטה און א נאר ווען דו האסט אזאנס.
כ'מיין דאס וואלט געווען א גוטע סטראטעגיע לגבי די סממנים, אחוץ פון מסביר זיין די שעדליכ'קייט דערפון, זאל מען אויך עס אראפלייגן ווי ס'איז אן ארטיקל פאר די האומלעס אויפן גאס, דאס וואלט צוריקגעהאלטן נפשות פון נעמען דעם ערשטן שטיקל, זיך נישט צו פילן ווי דע שטאט'ס משוגענער.

בעיקר דארף מען רחמי שמים,
מנע מגיפה מנחלתך!!
ביטע נישט נעמען קיין איין תגובה מיינע פערזענליך.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

שוידערליך! אוי! אווויייייייי! די הארץ רייסט! לבי לבי על חלליה....
די טרערן פליסן
המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים ולא תוסיפו דאבה עוד.
זאת דיין ברודער רוען אין לעכטיגן גן עדן!
און לאמיר מתפלל זיין אז דער 'סופלייער' און זיינע גלייכן זאלן זיך ערוועקן און זוכה זיין לתשובה שלימה.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

@היכי איז אויסטערליש קלאר! ייש"כ.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח היכי!

ומחה ה' דמעה וכו'.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אה''ו האט געשריבן:
@היכי איז אויסטערליש קלאר! ייש"כ.
כדרכו.
קול דודי דופק
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 03, 2021 8:23 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קול דודי דופק »

איך פארשטיי נישט פארוואס מען שוינט די פארקויפערס
עס קען זיין אז עס איז דא אזעלכע וואס וועלן זיך נישט צוקראצן אז זייער נעמען ווערן פארשפרייט
אבער ווילאנג איך זעה נישט א הסבר אז עס איז 100% נישטא קיין מציאת אז עס זאל העלפן גייט עס מיר נישט איין און קאפ
פארוואס עס לוינט זיך נישט צו טון דאס אויך אפילו אויב עס וועט נאר ראטעווען 1 אידיש נפש
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

אזא זאך דארף א דעת תורה,

[ווי די ווארט גייט -איך געדענק נישט פון וועם- פארוואס האט השי”ת אליינס געזאגט פאר אברהם צו מקריב זיין יצחק, אבער צו אויפהערן איז א מלאך געווען גענוג? זאגט מען נאך פון צדיקים אז ”צו קענען פארברענען א איד דאס קען נאר די אייבישטער הייסן” און א מלאך איז נישט גענוג פארדעם.]

נעמען פון די געליטענע איז לכאו’ זיכער נישט שייך, שפיכת דמים פון א גאנצע פאמיליע,
די נעמען פון פארקויפערס און צושפרייטערס, אויף זיי דארף מען הערן וואס אונזער תורה האלט.
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

חברה ווער איז אין, לאמיר מאכן א קאמפיין, מען דארף נישט קיין סאך געלט, און מיטן הסכמה פון רבנים וועט מען פארשפרייטן בילדער און נעמען פון די פאברעככער וואס פארשפרייטן דאס, מען דארף סך הכל איינער מיט אינפארמעישן, עס קאסט ננישט מער ווי 4 - 5 טויזנט דאלער צו הענגען אין אלע בתי מדרשים אין די וועלט, עס קען גאר אסאך אויפטון

פארשטייט זיך אלצדינג אונטערן פירערשאפט און הדרכה פון גרויסע רבנים
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2396
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

דעת בעל הבית האט געשריבן:
אזא זאך דארף א דעת תורה,

[ווי די ווארט גייט -איך געדענק נישט פון וועם- פארוואס האט השי”ת אליינס געזאגט פאר אברהם צו מקריב זיין יצחק, אבער צו אויפהערן איז א מלאך געווען גענוג? זאגט מען נאך פון צדיקים אז ”צו קענען פארברענען א איד דאס קען נאר די אייבישטער הייסן” און א מלאך איז נישט גענוג פארדעם.]

נעמען פון די געליטענע איז לכאו’ זיכער נישט שייך, שפיכת דמים פון א גאנצע פאמיליע,
די נעמען פון פארקויפערס און צושפרייטערס, אויף זיי דארף מען הערן וואס אונזער תורה האלט.
ערשטע מאל איך הער אז דעת בעל הבית איז נישט היפך דעת תורה..
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”