ברעיקינג: גאווערנער קאומאו רעזיגנירט

אחראי: יאנאש

אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

ירקרקות האט געשריבן:אפגעזען צו איך פריי זיך יא אדער נישט, איז דער מהלך איינער פון די איבלען אין די אמעריקאנער געזעלשאפט.
עס פעלט כמעט גארנישט אויס צו באגראבן א מענטש אויף אייביג. הגם נאך די איצטיגע באריכט איז שוין דא א היבשע רגלים לדבר, מיט דעם אלעם ברויך מען נאך אלץ גיבן א מענטש די געלעגנהייט זיך ריין צו וואשן פארנט פון א ריכטער.
פארוואס קען ער נישט זיין גאווערנאר ביז דעמאלטס? דאס איז אלעס ריין פאליטיק כמובן, ווייל געוענליך די וואס שרייען די העכסטע זענען די נעקסטע אויף די ליסט געכאפט צו ווערן... (קאומא פלעגט אויך זיין פון די שרייערס)
בכלל, מען האט שוין גערופן פאר זיין רעזיגנאציע תיכף נאך די ערשטע באשולידגונגען. סדום.
דער פראבלעם איז אז עס ענדיגט זיך נישט מיט פאליטישאנס. ציווילע ליידן די זעלבע אין ענליכע סיטואציעס. האט גארנישט מיט ישרות נאר מיט אפווישן דעם אלטן פלעק זייערע פון במשך די לעצטע פאר טויזנט יאר. ובכן ברויכן אומשולדיגע מענטשן אפשמאכטן דאס לעבן. משפטים בל ידעום.

די גאנצע פאליטישע וועלט איז דורכגעפוילט אינגאנצן. איך האב אבער הנאה אז סאיז געשעהן, פשוט אז די דעמאקראטן זאלן כאפן אז דאס וואס זיי האבן געטוהן צו טראמפ האט אויסגעטרעטן די וועג דאס צו טוהן אויך פאר זייער פארטיי
לעצט פארראכטן דורך סיז מסודר אום דינסטאג אוגוסט 03, 2021 5:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברעיקינג: אטורני דזשענעראל דזשעמס - גאווערנאר קאומא איז שולדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אויב מעגעך שרייבן מיין אפיניען...

קאומא האט נישט קיין שום סיבה צו גיין, ווילאנג ער איז גאווערנער האטער ווער סאל באצאלן זיינע קאסטן, אויב גייטער פלעין, האטער גארניש!

לכאורה גייטער אויסארבייטן א דיעל אז ער גייט ריזיינען און מ'זאל עם אפלאזן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ברעיקינג: נאך די דזשעמס'ס באשילדינגונג, אסעמבלי רוקט זיך פאראויס מיט די קאומאו אימפיטשמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

לויט אסעמבלי קוועלער וועט נעמען בערך א חודש ביז די אימפיטשמענט אפשטימונג וועט ארויפגעברענגט ווערן אין די אסעמבלי.
אוועטאר
די הארץ רייסט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 21, 2021 3:49 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הארץ רייסט »

סיז מסודר האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:אפגעזען צו איך פריי זיך יא אדער נישט, איז דער מהלך איינער פון די איבלען אין די אמעריקאנער געזעלשאפט.
עס פעלט כמעט גארנישט אויס צו באגראבן א מענטש אויף אייביג. הגם נאך די איצטיגע באריכט איז שוין דא א היבשע רגלים לדבר, מיט דעם אלעם ברויך מען נאך אלץ גיבן א מענטש די געלעגנהייט זיך ריין צו וואשן פארנט פון א ריכטער.
פארוואס קען ער נישט זיין גאווערנאר ביז דעמאלטס? דאס איז אלעס ריין פאליטיק כמובן, ווייל געוענליך די וואס שרייען די העכסטע זענען די נעקסטע אויף די ליסט געכאפט צו ווערן... (קאומא פלעגט אויך זיין פון די שרייערס)
בכלל, מען האט שוין גערופן פאר זיין רעזיגנאציע תיכף נאך די ערשטע באשולידגונגען. סדום.
דער פראבלעם איז אז עס ענדיגט זיך נישט מיט פאליטישאנס. ציווילע ליידן די זעלבע אין ענליכע סיטואציעס. האט גארנישט מיט ישרות נאר מיט אפווישן דעם אלטן פלעק זייערע פון במשך די לעצטע פאר טויזנט יאר. ובכן ברויכן אומשולדיגע מענטשן אפשמאכטן דאס לעבן. משפטים בל ידעום.

די גאנצע פאליטישע וועלט איז דורכגעפוילט אינגאנצן. איך האב אבער הנאה אז סאיז געשעהן, פשוט אז די דעמאקראטן זאלן כאפן אז דאס וואס זיי האבן געטוהן צו טראמפ האט אויסגעטרעטן די וועג דאס צו טוהן אויך פאר זייער פארטיי

;l;p-
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: ברעיקינג: נאך די דזשעמס'ס באשילדינגונג, אסעמבלי רוקט זיך פאראויס מיט די קאומאו אימפיטשמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:לויט אסעמבלי קוועלער וועט נעמען בערך א חודש ביז די אימפיטשמענט אפשטימונג וועט ארויפגעברענגט ווערן אין די אסעמבלי.

פארוואס דארף עס נעמען אזויפל צייט?
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 940
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: ברעיקינג: נאך די דזשעמס'ס באשילדינגונג, אסעמבלי רוקט זיך פאראויס מיט די קאומאו אימפיטשמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואל טאג »

אין ניו יארק סטעיט ארבעט אימפיטשמענט צוזאמען מיט סטעיט ריכטער, וואס קאומאו פיינט פלעגן זאגן זיי קענען זיך אננעמען פאר אים
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: ברעיקינג: אטורני דזשענעראל דזשעמס - גאווערנאר קאומא איז שולדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

ירקרקות האט געשריבן:אפגעזען צו איך פריי זיך יא אדער נישט, איז דער מהלך איינער פון די איבלען אין די אמעריקאנער געזעלשאפט.
עס פעלט כמעט גארנישט אויס צו באגראבן א מענטש אויף אייביג. הגם נאך די איצטיגע באריכט איז שוין דא א היבשע רגלים לדבר, מיט דעם אלעם ברויך מען נאך אלץ גיבן א מענטש די געלעגנהייט זיך ריין צו וואשן פארנט פון א ריכטער.
פארוואס קען ער נישט זיין גאווערנאר ביז דעמאלטס? דאס איז אלעס ריין פאליטיק כמובן, ווייל געוענליך די וואס שרייען די העכסטע זענען די נעקסטע אויף די ליסט געכאפט צו ווערן... (קאומא פלעגט אויך זיין פון די שרייערס)
בכלל, מען האט שוין גערופן פאר זיין רעזיגנאציע תיכף נאך די ערשטע באשולידגונגען. סדום.
דער פראבלעם איז אז עס ענדיגט זיך נישט מיט פאליטישאנס. ציווילע ליידן די זעלבע אין ענליכע סיטואציעס. האט גארנישט מיט ישרות נאר מיט אפווישן דעם אלטן פלעק זייערע פון במשך די לעצטע פאר טויזנט יאר. ובכן ברויכן אומשולדיגע מענטשן אפשמאכטן דאס לעבן. משפטים בל ידעום.

אויב למשל ער האט געהארגעט א מענטש ברבים האלטסטו אויך אז מען דארף אים געבן די געלעגנהייט זיך ריין צו וואשן פארנט פון א ריכטער?
אויב נישט, דאן ווי מאכסטו די רויטע ליניע?
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: ברעיקינג: אטורני דזשענעראל דזשעמס - גאווערנאר קאומא איז שולדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

דממה דקה האט געשריבן:

אלא מאי?
ממילא, באין ברירה, יא אייביג גיב א געלעגנהייט פאר א מענטש.
אויב איז ער א פובליק סכנה, עקספעדייט זיין פייל.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: ברעיקינג: נאך די דזשעמס'ס באשילדינגונג, אסעמבלי רוקט זיך פאראויס מיט די קאומאו אימפיטשמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אויספארשונג באשולדיגט גאווערנער קאומא אין נישט גוטע אויפירונגען

אין א דראמאטישע אנטוויקלונג אין זיין פאליטישע קאריער האט דער ניו יורק אטורני גענעראל לעטישע דזשעמס ארויס געגעבן די רעזולטאן פון די אויספארשונג איבער באשולדיגונגען אויף דער ניו יורקער גארווערער ענדרא קאומא.

דער אטורני גענעראל זאגט, אז קאומא האט געבראכן סטעיט און פעדעראלע געזעצן ווען זי האט היינט אויפגעטרעטן צו מעלדן אירע געפונסן.

קאומא אנטזאגט זיך צו רעזיגנירן

דער גאווערנער האט שפעטער אין טאג ארויס געלייגט א סטעיטמענט ווי ער אנטזאגט זיך צו אפטרעטן פון זיין פאזיציע.

אין א פופצן מינוט רעקארדירונג טענה'ט קאומא, אז ער האט זיך נישט אויפגעפירט שלעכט און ס'איז נישט ריכטיג די אלע באשולדיגונגען "די פאקטן זענען אינגאצן אנדערש וויאזוי ס'ווערט באריכטעט" זאגט דער גאווערנער צווישן אנדערע.

דער גאווערנער האט אויך באשולדיגט די אויספארשונג מיט פאליטישע איינזייטיגקייט, און זאגט אז ניו יורקער זענען נישט אזוי נעאיוו צו גלייבן אז ס'איז געווען א יושר'דיגע אויספארשונג.

רופן פאר זיין רעזיגנאציע קומען פון אלע זייטן

א כוואליע פון דעמאקראטן האבן ארויס געלייגט סטעיטמענטס ווי זיי פארלאנגען אז דער גאווערנער זאל זאפארט רעזיגנירן פון זיין פאזיציע אלץ גאווערנער פון ניו יארק.

אלע ניו יארקער קאנגרעסלייט האבן שוין פארלאנגט פון ניו יארק גאווערנער צו רעזיגנירן פון זיין אמט, ווי אויך האבן די צוויי ניו יארקער סענאטארן שומער און דזשילעברענד גערופן פאר זיין רעזיגנאציע.

צענליגע קאנגרעסלייט דעמאקראטן און רעפאבליקאנער האלטן אין איין ארויס שיקן מעסידזשעס ווי זיי פארלאנגען פון קאומא צו רעזיגנירן. די ספיקער פון קאנגרעס נענסי פעלאסי האט אויך מיט א קורצע צייט צוריק גערופן פאר קאומא'ס רעזיגנאציע.

פרעזידענט ביידן רופט פאר גאווערנער קאומא צו רעזיגנירן

יעצט אין די מינוטן ווען מיר שרייבן די נייעס, קומען אריין די באריכטן אז פרעזידענט ביידן האט גערופן פאר גאווערנער קאומא צו רעזיגנירן פון זיין פאזיציע.

ווען ער איז געפרעגט געווארן אין פאל וואס קאומא רעזיגנירט נישט, צו מ'זאל אים אימפיטשן און ארויסשטויסן פון אפיס האט דער פרעזידענט געזאגט "לאמיר נעמען איין זאך אויפאמאל".

עקספערטן זאגן אז ס'וועט זיין זייער שווער פאר גאווערנער קאומא צו אנהאלטן זיין פאזיציע נאך די היינטיגע באריכטן, און אז פריער אדער שפעטער וועט ער דארפן פארלאזן די גאווערנער'ס אפיס.

אבער ביז דערווייל אנזטאגט ער זיך שטייף פון רעזיגנירן פון זיין פאזיציע.

פון JP MEDIA
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: ברעיקינג: נאך די דזשעמס'ס באשילדינגונג, אסעמבלי רוקט זיך פאראויס מיט די קאומאו אימפיטשמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

ווי קען מען הערן די רעקארדינג?
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: ברעיקינג: אטורני דזשענעראל דזשעמס - גאווערנאר קאומא איז שולדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

דממה דקה האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:אפגעזען צו איך פריי זיך יא אדער נישט, איז דער מהלך איינער פון די איבלען אין די אמעריקאנער געזעלשאפט.
עס פעלט כמעט גארנישט אויס צו באגראבן א מענטש אויף אייביג. הגם נאך די איצטיגע באריכט איז שוין דא א היבשע רגלים לדבר, מיט דעם אלעם ברויך מען נאך אלץ גיבן א מענטש די געלעגנהייט זיך ריין צו וואשן פארנט פון א ריכטער.
פארוואס קען ער נישט זיין גאווערנאר ביז דעמאלטס? דאס איז אלעס ריין פאליטיק כמובן, ווייל געוענליך די וואס שרייען די העכסטע זענען די נעקסטע אויף די ליסט געכאפט צו ווערן... (קאומא פלעגט אויך זיין פון די שרייערס)
בכלל, מען האט שוין גערופן פאר זיין רעזיגנאציע תיכף נאך די ערשטע באשולידגונגען. סדום.
דער פראבלעם איז אז עס ענדיגט זיך נישט מיט פאליטישאנס. ציווילע ליידן די זעלבע אין ענליכע סיטואציעס. האט גארנישט מיט ישרות נאר מיט אפווישן דעם אלטן פלעק זייערע פון במשך די לעצטע פאר טויזנט יאר. ובכן ברויכן אומשולדיגע מענטשן אפשמאכטן דאס לעבן. משפטים בל ידעום.

אויב למשל ער האט געהארגעט א מענטש ברבים האלטסטו אויך אז מען דארף אים געבן די געלעגנהייט זיך ריין צו וואשן פארנט פון א ריכטער?
אויב נישט, דאן ווי מאכסטו די רויטע ליניע?

און אויב זאגט מען אויף איינעם אז ער האט געהרג'עט א מענטש בחדרי חדרים דארף מען אים אויך נישט געבן די געלעגנהייט זיך ריינצוואשן פארנט פון א ריכטער? אויב נישט דאן ווי מאכסטו די רויטע ליניע?
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: ברעיקינג: נאך די דזשעמס'ס באשילדינגונג, אסעמבלי רוקט זיך פאראויס מיט די קאומאו אימפיטשמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

צוליב דעם איז טאקע די ריכטיגע מהלך אז עס איז נישטא קיין רויטע ליניע. א מענטש איז אינאסענט אנטיל פראווען גילטי. און דער פאקט איז אז אפילו מאסן מערדער באקומען טאקע אויך א טאג אין געריכט.
(להבדיל אלף אלפי הבדלות: אין עד נעשה דיין, ועי' בספר החינוך מה שמבאר בזה)
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: ברעיקינג: נאך די דזשעמס'ס באשילדינגונג, אסעמבלי רוקט זיך פאראויס מיט די קאומאו אימפיטשמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

ירקרקות האט געשריבן:צוליב דעם איז טאקע די ריכטיגע מהלך אז עס איז נישטא קיין רויטע ליניע. א מענטש איז אינאסענט אנטיל פראווען גילטי. און דער פאקט איז אז אפילו מאסן מערדער באקומען טאקע אויך א טאג אין געריכט.
(להבדיל אלף אלפי הבדלות: אין עד נעשה דיין, ועי' בספר החינוך מה שמבאר בזה)

וואס זאגסטו וועגן בעיל ריפארם?
אויב דו ביסט אזוי שטארק פאר אינאסענט אנטיל פראווען גילטי, דארפסטו זיין גאר א שטארקע שטיצער דערפון, רייט?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ברעיקינג: נאך די דזשעמס'ס באשילדינגונג, אסעמבלי רוקט זיך פאראויס מיט די קאומאו אימפיטשמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:לויט אסעמבלי קוועלער וועט נעמען בערך א חודש ביז די אימפיטשמענט אפשטימונג וועט ארויפגעברענגט ווערן אין די אסעמבלי.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=47948

עצה טובה, לייג א קעפל וואס איז אייביג גילטיג, "ברעיקינג: קאומא סקאנדאל" און די איבריגע האלב טויש לויט די נייעס. למשל לייג צו "אימפיטשמענט אויפן וועג" וכדו'. שכוח.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ברעיקינג: אטורני דזשענעראל דזשעמס - גאווערנאר קאומא איז שולדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אויב מעגעך שרייבן מיין אפיניען...

קאומא האט נישט קיין שום סיבה צו גיין, ווילאנג ער איז גאווערנער האטער ווער סאל באצאלן זיינע קאסטן, אויב גייטער פלעין, האטער גארניש!

לכאורה גייטער אויסארבייטן א דיעל אז ער גייט ריזיינען און מ'זאל עם אפלאזן...

איך מיין אויך אז דאס וואלט געווען די קלוגסטע זאך צו טאן.

קיינער וויל נישט לכתחילה קיין אימפיטשמענט ענד רעמאוול בפועל ממש.

די שאלה איז אויב קואמא איז נישט צו שטארק פארגלייבט אין זיך איינצוגיין אויף אזא דיעל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ברעיקינג: נאך די דזשעמס'ס באשילדינגונג, אסעמבלי רוקט זיך פאראויס מיט די קאומאו אימפיטשמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ירקרקות האט געשריבן:צוליב דעם איז טאקע די ריכטיגע מהלך אז עס איז נישטא קיין רויטע ליניע. א מענטש איז אינאסענט אנטיל פראווען גילטי. און דער פאקט איז אז אפילו מאסן מערדער באקומען טאקע אויך א טאג אין געריכט.
(להבדיל אלף אלפי הבדלות: אין עד נעשה דיין, ועי' בספר החינוך מה שמבאר בזה)

דאס איז בנוגע קרימינאל, אבער בנוגע פאזיציעס איז דא אנדערע הלכות.
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: ברעיקינג: נאך די דזשעמס'ס באשילדינגונג, אסעמבלי רוקט זיך פאראויס מיט די קאומאו אימפיטשמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

צל עובר האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:צוליב דעם איז טאקע די ריכטיגע מהלך אז עס איז נישטא קיין רויטע ליניע. א מענטש איז אינאסענט אנטיל פראווען גילטי. און דער פאקט איז אז אפילו מאסן מערדער באקומען טאקע אויך א טאג אין געריכט.
(להבדיל אלף אלפי הבדלות: אין עד נעשה דיין, ועי' בספר החינוך מה שמבאר בזה)

דאס איז בנוגע קרימינאל, אבער בנוגע פאזיציעס איז דא אנדערע הלכות.

פארוואס טאקע?
די באשולדיגונגען זענען נישט איבער זאכן וואס אפעקטירן זיין זשאב.
נניח אז עס איז אמת, אבער וואס וואלט געווען ווען עס וואלט נישט געווען אמת? אויך די זעלבע...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ברעיקינג: נאך די דזשעמס'ס באשילדינגונג, אסעמבלי רוקט זיך פאראויס מיט די קאומאו אימפיטשמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עס אפעקטירט יא זיין דזשאב טיילווייז, ער ברויך דאך איטערעקטן מיט מענטשן דארט...
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

סיז מסודר האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:אפגעזען צו איך פריי זיך יא אדער נישט, איז דער מהלך איינער פון די איבלען אין די אמעריקאנער געזעלשאפט.
עס פעלט כמעט גארנישט אויס צו באגראבן א מענטש אויף אייביג. הגם נאך די איצטיגע באריכט איז שוין דא א היבשע רגלים לדבר, מיט דעם אלעם ברויך מען נאך אלץ גיבן א מענטש די געלעגנהייט זיך ריין צו וואשן פארנט פון א ריכטער.
פארוואס קען ער נישט זיין גאווערנאר ביז דעמאלטס? דאס איז אלעס ריין פאליטיק כמובן, ווייל געוענליך די וואס שרייען די העכסטע זענען די נעקסטע אויף די ליסט געכאפט צו ווערן... (קאומא פלעגט אויך זיין פון די שרייערס)
בכלל, מען האט שוין גערופן פאר זיין רעזיגנאציע תיכף נאך די ערשטע באשולידגונגען. סדום.
דער פראבלעם איז אז עס ענדיגט זיך נישט מיט פאליטישאנס. ציווילע ליידן די זעלבע אין ענליכע סיטואציעס. האט גארנישט מיט ישרות נאר מיט אפווישן דעם אלטן פלעק זייערע פון במשך די לעצטע פאר טויזנט יאר. ובכן ברויכן אומשולדיגע מענטשן אפשמאכטן דאס לעבן. משפטים בל ידעום.

די גאנצע פאליטישע וועלט איז דורכגעפוילט אינגאנצן. איך האב אבער הנאה אז סאיז געשעהן, פשוט אז די דעמאקראטן זאלן כאפן אז דאס וואס זיי האבן געטוהן צו טראמפ האט אויסגעטרעטן די וועג דאס צו טוהן אויך פאר זייער פארטיי

איך ווייס נישט וואס ירקרקות'ס טענה איז?
פאליטיק ענטפערט מען מיט פאליטיק.
א ריכטער באקומט מען אויב עס דרויעט תפיסה.
איך האב אלע רעכטען ארויסצוווארפן מיין אריינגעוועלטער פאליטישן אויב ער פירט זיך אויף ווי א חיה (אדער בהמה)
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ברעיקינג: נאך די דזשעמס'ס באשילדינגונג, אסעמבלי רוקט זיך פאראויס מיט די קאומאו אימפיטשמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

וואס - לכאורה - גייט איצט געשען איז אז פרויען ארבייטער ווי אויך סתם לינקע פאליטישאנס גייען בלאזן און נישט וועלן מיטארבייטן מיט דעם אויסווארף, ממילא וועט ווערן אזא סיטואציע אז ר'עט מוזן גיין.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

יידישע קהילות האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:אפגעזען צו איך פריי זיך יא אדער נישט, איז דער מהלך איינער פון די איבלען אין די אמעריקאנער געזעלשאפט.
עס פעלט כמעט גארנישט אויס צו באגראבן א מענטש אויף אייביג. הגם נאך די איצטיגע באריכט איז שוין דא א היבשע רגלים לדבר, מיט דעם אלעם ברויך מען נאך אלץ גיבן א מענטש די געלעגנהייט זיך ריין צו וואשן פארנט פון א ריכטער.
פארוואס קען ער נישט זיין גאווערנאר ביז דעמאלטס? דאס איז אלעס ריין פאליטיק כמובן, ווייל געוענליך די וואס שרייען די העכסטע זענען די נעקסטע אויף די ליסט געכאפט צו ווערן... (קאומא פלעגט אויך זיין פון די שרייערס)
בכלל, מען האט שוין גערופן פאר זיין רעזיגנאציע תיכף נאך די ערשטע באשולידגונגען. סדום.
דער פראבלעם איז אז עס ענדיגט זיך נישט מיט פאליטישאנס. ציווילע ליידן די זעלבע אין ענליכע סיטואציעס. האט גארנישט מיט ישרות נאר מיט אפווישן דעם אלטן פלעק זייערע פון במשך די לעצטע פאר טויזנט יאר. ובכן ברויכן אומשולדיגע מענטשן אפשמאכטן דאס לעבן. משפטים בל ידעום.

די גאנצע פאליטישע וועלט איז דורכגעפוילט אינגאנצן. איך האב אבער הנאה אז סאיז געשעהן, פשוט אז די דעמאקראטן זאלן כאפן אז דאס וואס זיי האבן געטוהן צו טראמפ האט אויסגעטרעטן די וועג דאס צו טוהן אויך פאר זייער פארטיי

איך האב אלע רעכטען ארויסצוווארפן מיין אריינגעוועלטער פאליטישן אויב ער פירט זיך אויף ווי א חיה (אדער בהמה)

רעכטן יא, מען איז דיר נאר מסביר אז דאס גאנצע שרייען צו אים אז ער זאל גיין - איז פאליטיק.
ס׳וועט זיין בעסער
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס׳וועט זיין בעסער »

סיז מסודר האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:אפגעזען צו איך פריי זיך יא אדער נישט, איז דער מהלך איינער פון די איבלען אין די אמעריקאנער געזעלשאפט.
עס פעלט כמעט גארנישט אויס צו באגראבן א מענטש אויף אייביג. הגם נאך די איצטיגע באריכט איז שוין דא א היבשע רגלים לדבר, מיט דעם אלעם ברויך מען נאך אלץ גיבן א מענטש די געלעגנהייט זיך ריין צו וואשן פארנט פון א ריכטער.
פארוואס קען ער נישט זיין גאווערנאר ביז דעמאלטס? דאס איז אלעס ריין פאליטיק כמובן, ווייל געוענליך די וואס שרייען די העכסטע זענען די נעקסטע אויף די ליסט געכאפט צו ווערן... (קאומא פלעגט אויך זיין פון די שרייערס)
בכלל, מען האט שוין גערופן פאר זיין רעזיגנאציע תיכף נאך די ערשטע באשולידגונגען. סדום.
דער פראבלעם איז אז עס ענדיגט זיך נישט מיט פאליטישאנס. ציווילע ליידן די זעלבע אין ענליכע סיטואציעס. האט גארנישט מיט ישרות נאר מיט אפווישן דעם אלטן פלעק זייערע פון במשך די לעצטע פאר טויזנט יאר. ובכן ברויכן אומשולדיגע מענטשן אפשמאכטן דאס לעבן. משפטים בל ידעום.

די גאנצע פאליטישע וועלט איז דורכגעפוילט אינגאנצן. איך האב אבער הנאה אז סאיז געשעהן, פשוט אז די דעמאקראטן זאלן כאפן אז דאס וואס זיי האבן געטוהן צו טראמפ האט אויסגעטרעטן די וועג דאס צו טוהן אויך פאר זייער פארטיי

ביידע זענט עטס גערעכט.
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: ברעיקינג: נאך די דזשעמס'ס באשילדינגונג, אסעמבלי רוקט זיך פאראויס מיט די קאומאו אימפיטשמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

שוין פון זיינע חברים
IMG-20210803-WA0356.jpg
IMG-20210803-WA0356.jpg (74.33 KiB) געזען 716 מאל
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
וואס ווען ווי אזוי
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 8:51 pm

Re: ברעיקינג: אטורני דזשענעראל דזשעמס - גאווערנאר קאומא איז שולדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס ווען ווי אזוי »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אויב מעגעך שרייבן מיין אפיניען...

קאומא האט נישט קיין שום סיבה צו גיין, ווילאנג ער איז גאווערנער האטער ווער סאל באצאלן זיינע קאסטן, אויב גייטער פלעין, האטער גארניש!

לכאורה גייטער אויסארבייטן א דיעל אז ער גייט ריזיינען און מ'זאל עם אפלאזן...

;l;p- 100% אמת אבער ער וועם עס טאהן נאר ווען ער וועט שוין נישט קענען וויטער אנגיין
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2975
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: ברעיקינג: אטורני דזשענעראל דזשעמס - גאווערנאר קאומא איז שולדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

lazy האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:אפגעזען צו איך פריי זיך יא אדער נישט, איז דער מהלך איינער פון די איבלען אין די אמעריקאנער געזעלשאפט.
עס פעלט כמעט גארנישט אויס צו באגראבן א מענטש אויף אייביג. הגם נאך די איצטיגע באריכט איז שוין דא א היבשע רגלים לדבר, מיט דעם אלעם ברויך מען נאך אלץ גיבן א מענטש די געלעגנהייט זיך ריין צו וואשן פארנט פון א ריכטער.
פארוואס קען ער נישט זיין גאווערנאר ביז דעמאלטס? דאס איז אלעס ריין פאליטיק כמובן, ווייל געוענליך די וואס שרייען די העכסטע זענען די נעקסטע אויף די ליסט געכאפט צו ווערן... (קאומא פלעגט אויך זיין פון די שרייערס)
בכלל, מען האט שוין גערופן פאר זיין רעזיגנאציע תיכף נאך די ערשטע באשולידגונגען. סדום.
דער פראבלעם איז אז עס ענדיגט זיך נישט מיט פאליטישאנס. ציווילע ליידן די זעלבע אין ענליכע סיטואציעס. האט גארנישט מיט ישרות נאר מיט אפווישן דעם אלטן פלעק זייערע פון במשך די לעצטע פאר טויזנט יאר. ובכן ברויכן אומשולדיגע מענטשן אפשמאכטן דאס לעבן. משפטים בל ידעום.

אויב למשל ער האט געהארגעט א מענטש ברבים האלטסטו אויך אז מען דארף אים געבן די געלעגנהייט זיך ריין צו וואשן פארנט פון א ריכטער?
אויב נישט, דאן ווי מאכסטו די רויטע ליניע?

אלא מאי?
ממילא, באין ברירה, יא אייביג גיב א געלעגנהייט פאר א מענטש.
אויב איז ער א פובליק סכנה, עקספעדייט זיין פייל.

די כלל איניסענט אנטיל פראווען גילטי לויטעט ווי איך פארשטיי אויף יעדע באשולדיגונג, אויך דא.
ווי איך פארשטיי איז די אימפיטשמענט א געריכט. מ'הערט אויס די צדדים. אויב געפינט מען שולדיג, ווערט ער אימפיטשט.

דאס וואלט געדארפט זיין. אבער גיי ווייס היינט צוטאגס, מיט אזא ישרות וואס טראמפ און שאווען האבן געהאט... לכאורה דא וועט עס אויך זיין אזוי. מ'שיסט קודם, דערנאך קאטשקעט מען ארום די טארגעט. נישט אז ס'שטערט מיך שטארק אז קאומא ווערט געטשעפעט, אבער זאכן זאכן דארפן גיין נארמאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”