Jobless האט געשריבן:פלעגט די רבי נישט האבן א אנדערע הויז בחור ביז לעצטענס?
איר זענט צוריקגעבליבן מיט עטליכע חדשים, יענער האט שוין חתונה געהאט ב"ה פאר פסח
אחראי: יאנאש
Jobless האט געשריבן:פלעגט די רבי נישט האבן א אנדערע הויז בחור ביז לעצטענס?
Jobless האט געשריבן:פלעגט די רבי נישט האבן א אנדערע הויז בחור ביז לעצטענס?
Rimnitz האט געשריבן:האדמור מסאטמאר עוסק בתורה בציון הרשב"י
Rimnitz האט געשריבן:האדמור מסאטמאר עוסק בתורה בציון הרשב"י
Rimnitz האט געשריבן:מסע הקודש
מענטשאלע האט געשריבן:Rimnitz האט געשריבן:מסע הקודש
וואו איז עס?.
אחת ואחת האט געשריבן:Jobless האט געשריבן:פלעגט די רבי נישט האבן א אנדערע הויז בחור ביז לעצטענס?
שוין אפאר חדשים וואס דער איז, די פריערדיגע האט שוין חתונה געהאט ב"ה.
יום ד' - אתרא קדישא מירון
שוין פון די גאר פריע פארטאגס שעה'ן האט רבינו שליט"א פארברענגט בעסק התורה בבית האכסניא, און געגאנגן אין מקוה אין די אכסניא.
שפעטער איז דער רבי שליט"א אריבער צו די מערה אין ווייטער ממשיך געווען בעסק התורה אויפן דאך פון די מערה אין איינע פון די חדרי ההקדישות.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אינעם זאל ווי עס זענען געווען פארזאמלט אלע תלמידי הישיבות דמוסדותינו הק' אין ירושלים און בני ברק, וועלכע וויילן די טעג בצל הקודש באתרא קדישא מירון. דער רבי שליט''א איז אדורך צווישן די בחורים און הנאה געהאט זיך מפלפל מיט די תלמידי הישיבות אין די סוגיות פון זייערע לימודים.
נאך תפילת שחרית אין די מערה האט דער רבי חלאקע'ט עטליכע קינדער פון פארשידענע קרייזן וועלכע זענען געקומען מאכן פיאות באתרא קדישא כנהוג.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים פאר בערך 200 תלמידי הישיבות דמוסדותינו הק' בארה"ק אין ביהמ"ד פון הרה"צ רבי רפאל אביחצירא שליט"א. מ'האט געזונגן ניגוני התעוררות ודביקות און דער רבי האט געזאגט לענגערע דברי תורה משולב בהדרכה וחיזוק און געווינטשן ווארעם ברכות לרוב פאר אלע תלמידים. נאך א פייערדיג'ן טאנץ אויף 'אנא עבדא דקודשא בריך הוא' זענען די בחורים צוריק געגאנגן צו די זייערע סדרי הלימודים.
יום ד' - אתרא קדישא מירון
היינט פארמיטאג איז אריבערגעקומען הגה"צ גאב"ד קוממיות-ירושלים שליט"א אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' יצחק שלמה בלוי שליט"א סד"ד ביד"צ פון די עדה החרדית, און אזוי אויך די אנדערע חברי הנהלה פון קרן השביעית אויף א באזוך בבית האכסניא. דער רבי שליט"א האט זיי אנטפאנגן בכבוד הראוי און זיך אריינגעלאזט אין א לענגערע שמועס בהלכות שמיטה און בריתחא דאורייתא אויסגעשמועסט און מבאר געווען אלע שיטות הפוסקים.
דערנאך האט רבינו שליט''א געקויפט א שותפות אין א פעלד צו האבן א חלק אין די מצוה פון שמיטה וואס איז נוהג בארץ.
נאכן זיך געזעגענען האט רבינו שליט''א זיי ארויסבאגלייט ביז די גאס, און געשיקט בנו הגה"צ סיגוט'ער רב שליט"א זאל אראפפארן צום פעלד בשליחתו.
נאכמיטאג האט זיך אהנגעהויבן די רייע פון כניסה אל הקודש פנימה בפו"פ וואס גייט שוין אהן א גאנצן נאכמיטאג פאר אנשי שלומינו תושבי ארה"ק, און ווערט געניט אהנגעפירט מיט א וואונדערבארן סדר דורך עסקנים פון קהלתינו הק' פון ירושלים און בני ברק.
Rimnitz האט געשריבן:אויפן דאך פון די מערה